ווייסעך נישט אויב מיינע שרות בלאנגט און דעם אשכול, אבער אז מען רעדט שוין העלמיר שוין געבען מיין (פראפעשענעל) מיינונג.
די איינציגסטע און בעסטע עצה פאר די מיטל קלאס אידן בנוגע די חתונה מאכן קריזיס איז:
די רגע וואס דער דאקטאר שרייט מזל טוב פון הונטער די מחיצה, רוף אן דיינע עלטערען-שוויגער עלטערן, איבער צו געבן די נייעס למזל טוב. תיכף דערנאך רוף א פיינענשעל בראקער, אדער לאג אריין צו דיי אייגגענע בראקערג אקאונט, און עפען א אי טי עף אדער מיוטשעל פאנד אקאונט, ביי דיע וואס האבן א שטארקע היסטורי צו פארדינען 10-12% א יאר. סעט אויף אטא-דרעפט פאר הונדערט טאלער יעדען איינציגען חודש ביז דאס קינד ווערט בשעה טובה אכצען יאר. איר וועט אי"ה גיין צום שידוך מיט געביגעלטע פיננעו און זיבעציג אלפים בשעה טובה ומצלחת. (גיוו אר טעיק. מיינוס לאנג טורם קעפיטאל געין טעקסעס. אויף צו שפארן די שטייערען קען מען ארום ארבייטן מיט א מעגליכע ראט איי אר עי אדער א 529 פלאן. דאס איז שוין אן אריכות. געוואנדן פאר יעדען באזונדער,, נישט פאר א פובליק פארם).
מען דארף דאס מאכן פאר יעדען קינד באזודער.
(מאך נישט קיין טעות מיט לייף אישורענס. אויב א בראקער פארדרייט איך א קאפ פאר לייף אישורענס פאר דעם צוועק, האקט אראפ די פאון און לויפט די אנדערע זייט. איך פארקויף לייף אינשורענס פאר פרנסה און איך זאג עס מיטן פולסטען אחריותץ סי דיסקלעימער בילאוו).
איינמאל די הונדערטער איז אין די אקאונט, קענט איר מעלדן אייער שמחה פארן פובליק און אנהייבן שפענדן געלט ווי אזוי איר פילט פאר וויכטיג.
קיין שום דיסקרעשענעל הוצאה טאר נישט געמאכט ווערן פאר די הונדערטער איז אין די אקאונט. יעדע חודש, חוק ולא יעבור!
אז איר זעהט איין חודש אז איר קענט בשום אויפן נישט די הונדערטער דיפאזיט, דאן גייט ארום ביי דריי מיננים שחרית פאר קוואדערס און קלאפ צוזאם דעם הונדערטער.
פאר יעדען קינד למזל טוב דארף מען מאכן א באזונדערע אקאונט. אויב אייערע קינדער זענען שוין אביסעל אונטער געוואקסען, מאך שנעל א קעטש אפ פלאן.
גדענקט, די הונדערטער קומט פאר סיי וואס און די וועלט וואס איז נישט חיי נפש. (דיסקרעשענעל בלע"ז). עס קומט פארן קויפן א הויז, פארן קויפן אדער ליעסן א קאר, און זיכער פאר קויפן סאוער דאו חלות לכבוד שבת.
נ.ב. היי אינטרעסט ק"ק חובות איז חיי נפש, אויב האט איר עס ווערט פטור דערפון אי עס אי פי.
נאכן מאכן די הונדערטער חודישלך קענט איר זיך אפשר פאר רופן אלץ מיטל קלאס פארדינער. פאר דעם זענט איר שוין היינט (אכצן יאר פארן חתונה מאכן) א נצרך לבריות.
----
דיסקלעימער
Blue Moon and its affiliates do not provide financial, tax, legal or accounting advice. This material has been prepared for informational purposes only, and is not intended to provide, and should not be relied on for, financial tax, legal or accounting advice. You should consult your own financial, tax, legal and accounting advisors before engaging in any transaction.