"יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!
בשם השם נעשה ונצליח
די ראנגעל אין מיר איז שרעקליך!!! יא שרייבן אדער נישט שרייבן!!! וואס וויל איך ארויס ברענגן????
פון מיין ארבעט לויף איך אריבער צום דערנעבענדיגן ביהמ''ד צו כאפן א מנחה'לע. גראדע איז דאס שול נישט פון די מנינים צענטערן, אבער די 4 אזייגער מנין שטעלט זיך יעדען טאג ווי א שווייצער זייגער.
ביי הויעך שמונה עשרה איז שוין מיין אויגן געפאלן אויף א אינג בחור'ל וואס האט זיך לעצטענס באקענט מיט מיך. "געווען" א בחור מלא סיפוק און געשמאק, צוגאב צו זיין עקסטערע הומאר און כריזמע... ווי איר ליינט, איז דער בחור נאר געווען.. זייין לעכטל איז געווארן פארלאשן נישט לאנג צוריק ווען זיין... האט נאכאמאל חתונה געהאט.. א שמועס וואס איך האב געהאט מיט אט דעם בחור שווימט מיר ארויף אין קאפ.
ווען איך בין געווען 11 יאר האבן זיך מיינע עלטערן צוטיילט. מען האט מיך געשיקט וואוינען ביי א צווייטן אין אן אנדערע שטאט. איך האב געוואוינט ביי א מענטש וואס איך האב נישט געקענט פון פארדעם. יענער איז נישט א קרוב אדער מיינס א באקאנטער.... איך האב מער נישט געקענט זאגן ביים אהיים קומען פון חדר, א גוטן טאג טאטי! א גוטן טאג מאמי! פון איין מינוט אויפן צווייטן.
א נייע הויז אין א צווייטע שטאט באדייט. נייע שכנים אין גאס, א נייע חדר, נישט אנהייב יאר, שבט טיף אינמיטן ווינטער. א נייע שול ווי איך דאווען שבת. אן אנדערע מעטאליטעט פון מענטשן ארום מיך.
אבער איך דאנק דעם אייבערשטער אז דאס איז געשען ווען איך בין נאך געווען קליין.. ס'איז מיר טאקע געווען שווער, אבער איך האב דאס געקענט גרינגער בייקומען, ווייל איך בין נאך געווען היבש נאאיוו און אינג צו פילן און פארשטיין די ווייטאג מיט די טיפע סטרינעס און געפילן.
אזוי בין איך אויפגעוואקסן איין יאר. איך בין געווארן 12. מיין נייע טאטע/האדעווער, האט מיר פארשפראכען א שיינע עלעגאנטע בר מצוה. א בר מיצוה מיט וואס איך וועל קענען שטאלצירן און זיך פילן באקוועם און ארויף געקוקט.ער האט מיך צוגעגרייט מיט אלע פיטשיווקעס. געצאלט פאר א אינגערמאן וואס זאל לערנען די פשעטיל, געצאלט פאר די זאל, מיך אויסגעקלייד פון קאפ ביז פיס. בקיצור ער האט אלעס צוגעשטעלט..... ער האט אויך פארהאנדעלט מיט אלע צדדים.
אזוי האט גלאפירט נאך א יאר. מען דארף טראכטן פון א ישיבה.. דא איז נאכאמאל אריין געקומען מיין נייע טאטע/האדעווער. ער איז געזיצן צוזאמען מיט מיך טעג און נעכט. געמאכט ריסערדזש, זיך נאכגעפרעגט. ביז ענדליך מען האט געפונען א גוטע ישיבה. און יא מיט א ברענד נעם, און א דארמעטארי.. איך שפיר זיך א מיליאון דאללער
מען הייבט אן די געפאקעריי.. מיין נייע טאטע/האדעווער טראגט מיך צום ישיבה..
די דריטע וואך אין זמן. די מנהל מעלד מיך איין איך זאל זאפארט אהיים פארן!!!
ליבע פריינד איך האב א געוויסע נקידה וואס איך וויל ארויס ברענגן. איך מיז לויפן. איך האף נאך צו זיין צוריק היינט נאכט און ענדיגן די געשיכטע..
בלייבט געזונט.

ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה