געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

געבסטו געווענדליך היטשעס ? (ביטע שטומט נאר אויב איר האט א קאר)

יא
177
79%
ניין
48
21%
סך הכל שטימען: 225

Willy
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

יא
נאר ווען איך בין רוהיג....
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

אסאך מאל באצאל איך פאר איינער'ס טאקסי
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

מיין טאגליכע האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:26 pm
אסאך מאל באצאל איך פאר איינער'ס טאקסי
אקעי גוט צי וויסן פאר נעקס טיים
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

רוב מאל
חוץ ווען איך האב א וויכטוגע קאל
אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

איך זיץ מיר אזוי אין אפיס אנגעצויגן ווי א מאנקי, 3 ארבעטערס זענען נישט אריינגעקומען היינט, יעדער מיט זיין תירוץ, איך מיין איך גיי זיי אלע פייערען, כ'דארף נישט אזעלכע ארבעטערס, איך דארף יעצט ארבעטן מיין אייגענע ארבעט פלאס די ארבעט פון די אנדערע דריי, כ'האלט עס נישט אויס, כ'האב נישט קיין געדולד.

מיין כלי גיבט זיך א צודריזל, יא? ווער מאכט שוין יעצט משוגע? אה משה חיים שיקט מיר א טעקסט:

With gratitude to hashem I’d like to invite you to my yingela baby’s vochnocht that will take place tom IYH @BinyenBrach in williamsburg

וואס מיינט ער טאקע? איך גיי קומען צו קריכן ביז וויליאמבורג פאר א וואכנאכט פון א 5'טע אינגל?

כ'גיי נישט! נעקסט!

פארשטייסט אבער אז א טאג שפעטער באקום איך נאך א מעסעדזש:

Reminder!! Tonight IYH!!

יוש וואס וויל ער פון מיר??? כ'גיי נישט קיין וויליאמס פאר א וואכנאכט, דו הערסט נישט? דו פארשטייסט נישט??


========

מה עשה הקב"ה? איך קום אהיים יענע נאכט און בטעות איז מיר אלעס געגאנגען גאנץ פיין, מיין ווייב האט פאר א טשעינדש נישט געמאכט קיין שניצל און די קינדער האבן מיר נישט פארדרייט א קאפ, איך ענדיג מיין נאכטמאל און כ'גיי לערנען, מיין חברותא האט מיר היינט פונקט נישט געקראכן אויף די נערווען, איך ענדיג לערנען, איך בין אין א גוטע גיסטע, איך טראכט ווייסט וואס? וואלט נישט געווען קיין שלעכטע פלאן צו פארן יעצט קיין וויליאמסבורג צום וואכנאכט, סוף כל סוף בין איך דאך גוט מיט משה חיים'ן.

געגאנגען, איך שפאן איין דעם פערד און וואגן, און מ'לאזט זיך ארויס אויפן יארכע (אזוי ספעלט מען עס? כ'האב נישט קיין אנונג)

איך בין געווען אין א א שטיקל האלי מאוד האביך מחליט געווען אז איך גיי אנצונדען דעם FAVOR.IT עפפ (פוי!) און זעהן אויב איינער וויל זיך מיט מיר מיטכטאפן, העמיר שוין אריינכאפן נאך מצוות אויפן וועג.

למעשה האט זיך פונקט יענע פאר מינוט קיינער נישט געמאלדן אבער ווען איך פאר אריבער דעם היטש פלאץ איך זעה 5 אידן שטיין דארט, נערמאל טראכט איך, האלוי כאפ דעם באס פאר 3.25 (די פרייז האלט נאך דא?) אויב נישט נעמטס א קאר סערוויס בשותפות ס'וועט קאסטן פאר יעדעם נישט מער ווי אפאר אללאר און לאזטס מיך אפ.

אבער יעצט אין די האלי מאוד טראכט איך נישט אזוי בכלל, אדרבא, זאל יעדער קומען.

איך שטעל מיך אפ און פלוצלונג די אלע נעמען זיך איבער דעם קאר, מ'רוקט זיצן, מ'שטיפט, איינער עפענט דעם טראנק האלוי האסט געפרעגט פארדעם?? אקעי פארגעט איט ס'גוט.

"וואו גייט מען??" פרעג איך זיי, "איך גיי קיין בנין בראך, איך קען מאכן קליינע אומוועגן, איך האב אבער נישט קיין חשק ארומצופארן גאנץ וויליאמס."

בקיצור, אלע פון זיי האבן מיר געזאגט אז זיי גייען מער ווייניגער אראפ אין מיין געגענט, נו אויב אזוי איז דאך גוט.

מ'לאזט זיך ארויס קיין וויליאמס, די וועגן זענען געווען גאנץ אקעי, מ'קומט אן דארט אין וויליאמס דארט ביי פלאשינג, און איינער בעט אראפצוגיין, אפאר גאסן ווייטער נאך איינער און נאך איינער און אזוי צוביסלעך זענען רוב חברה אראפגעגאנגען.

איינער מורמעלט מיר אריין אין אויער, ווען גייט איר צוריק? איך קען מיטקומען? איך קען האבן אייער נומבער? עכט האב איך נישט קיין געדולד צו האבן לחץ פון איינעם פאר די וועג צוריק אבער אז א איד בעט, האב איך אים געגעבן מיין נומבער.

איך קום אן צו בנין בראך, הודו לשם געטראפן פארקינג און דא הער איך א קול פון די בעק "בבביז וואו גייט איר?"

ס'מיר ביטער, "עם אם איך גיי דא, איך גיי צו בנין בראך"

"אקעי איך וועל שוין וואקן" האט ער מיר געגעבן אזא סטראשע

ביז וואו דארפסטו גיין?

"ראטלידזש און מארסי"

"וואו קומט עס אויס? לאמיך זעהן די ג'י פי עס"

6" מינוט, אקעי כ'וועל דיר נעמען"


דא האט זיך אנגהויבן די "ניין ס'גוט" ווערטל פון ביידע זייטן און פארשטייט זיך איך טרעף מיך פארן קיין ראטלידזש (אגב די גאסן נעמען דא אין וויליאמס, גיי פארשטיי, ביי אונז אין בארא פארק פארט אלעס מער ווייניגער מיט די נומבערס, די נעמען אין וויליאמס איז דאך אזא מין צומישעניש, עניוועי)

איך לייג אראפ דעם איד, איך פאר צוריק צו בנין בראך, עפעס א מעין גאס איז פארשפארט, הצלה איז דארט, דארף איך פארן נאך צוויי גאסן, און איבעריג צו זאגן אז פארקינג איז שוין נישט געווען, איך פארק 3 גאסן אוועק פונעם וואכנאכט און איך זעה אז דאס אומוועג האט מיר געקאסט 16 מינוט אויפן זייגער.

איך קום אריין צום וואכנאכט, דער בעל שמחה משה חיים נעמט מיר שיין אויף "פון בארא פארק??" ניין דאמי, פון ראטלידזש!

איך בייג ארויף מיין רעקל זיך אראפצוזעצן, די רגע איך זיץ, אופס! די טעלעפאון צוקלינגט זיך!

"האלאוי, איר פארט שוין צוריק? איך בין שוין גרייט."

"נאכנישט, גיבטס מיר נאך א פאר מינוט."

נערמאלערהייט וואלט איך געזאגט פאר יענעם זייטס מיר און האטס מיר, אבער אזוי ווי זיין בארד איז שוין אינגאנצן ווייס האב איך דאס נישט געקענט טון.

ער רופט שוין ווייטער,

"יא יא איך בין גרייט אין 2 מינוט." זאג איך אים.

מ'קומט אן צום קאר, ער איז מלא שמחה, די נאכט האט זיך פיין אויסגעארבעט ב"ה.

מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג אהיים קיין בארא פארק, ס'געוען גאנץ רואיג אבער נאר פאר 2 מינוט.

דער יעניגערס טעלעפאון צוקלינגט זיך און פון דארט האב איך שוין געהערט דרשות ביזן וועג אהיים,

איך פרעג אים, וואו דארפט איר גיין, און יא, ס'נאכאמאל געשען!! ער דארף גיין די אנדערע זייט שטאט, ער זאגט איר דארפט זיך נישט מטריח זיין… יא יא…

למעשה בין איך ברוך השם אהיימגעקומען און פון איין זייט זיך גערעגט אויף די אלע אומוועגן און זיך כמעט צוגעזאגט אז דאס איז עס מיט היטשעס אבער פון די אנדערע זייט האביך זיך געפרייט אז כ'האב געקענט טון חסד און כ'האף אז מיט מיינע מחשבות פון זיך רעגן האביך נישט פארלוירן מיין שכר.
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

באלד באלד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:20 pm
רוב מאל
חוץ ווען איך האב א וויכטוגע קאל
דו ביסט אן הצלה? חברים?
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

איך פרוביר צו געבן היטשע'ס ווען איך קען

אבער פון די אנדערע זייט ברויכן די היטש כאפער'ס וויסן, אז דער דרייווער האט דיר געטון א טובה און מאך נישט אז ער זאל זיין אומבאקוועם ווען ער נעמט דיר אריין, פרעג אים נישט קיין פראגע'ס און רעד נישט אויפן טעלעפאון, און בעט נישט צו אנצינדן די ערקאנדישאן אדער סטיע"ם, אויב ביסטו נישט באקוועם קענסטו ארויסגיין פון קאר...
אוועטאר
גארביטש קען
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2024 6:59 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארביטש קען »

ניין איך געב קיינמאל נישט קיין היטשעס
(וויל איך האב נישט קיין קאר)
נישט אלעס דארף גיין אין גארביטש!!!
ס'איז דא זאכן וואס מ'קען נאך נוצן!!!
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

אויב שטייען דארט איינס אדער צוויי קאנדידאטן, העלמיר זיך עפי״ר שטעלן. סיידן אויב מיר פירן א בר מינן (נפל) משום טומאת כהנים.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

blue moon האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:55 pm
אויב שטייען דארט איינס אדער צוויי קאנדידאטן, העלמיר זיך עפי״ר שטעלן. סיידן אויב מיר פירן א בר מינן (נפל) משום טומאת כהנים.
מער ווי צוויי קאנדידאטן אויף אמאל נעמען מיר נישט אויף
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

כ'געב ממש רוב מאל, כ'געדענק נאך וואס מיינט ווארטן פאר א היטש.

כ'בין גראדע נייגעריג וואס די אלע "מעשיות" זענען וואס מענטשן געבן אן אלס סיבה נישט צו געבן היטשעס.
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

בלוט בלבול האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:57 pm
כ'געב ממש רוב מאל, כ'געדענק נאך וואס מיינט ווארטן פאר א היטש.

כ'בין גראדע נייגעריג וואס די אלע "מעשיות" זענען וואס מענטשן געבן אן אלס סיבה נישט צו געבן היטשעס.
דא האסטו מעשיות
viewtopic.php?t=69019
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
ארטיסטיש
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

שוין אפאר מאל חרטה געהאט פארן געבן היטשעס,
בעיקר געב איך היטשעס פאר בחורים צופרי ווען אלעס איז רואיג,
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

אין אדם שומע לי ומפסיד גייט נישט אן ביים געבן א היטש פאר א צווייטן ?
וואס זענען דעי אלע חרטה מעשות ?
אוועטאר
זינגי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 5:07 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגי »

יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:48 am
געגאנגען האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:47 am
יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:46 am
געמיינט ס׳איז א שיטה
און אויב ס'איז?
בינעך נייגעריג וואס די שיטה איז
אז אויב דיהאסט נישט רחמנות אויפן דרייווער פארוואס זאל דער דרייווער רחמנות האבן אויף דיר
האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

יא! ס'איז א מצוה!
וכל המרחם על הבריות הקב"ה מרחם עליו!
לעצט פארראכטן דורך כעלעמערחכם אום מאנטאג מאי 20, 2024 9:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
לאנגע זיידע
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:32 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע זיידע »

blue moon האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:55 pm
אויב שטייען דארט איינס אדער צוויי קאנדידאטן, העלמיר זיך עפי״ר שטעלן. סיידן אויב מיר פירן א בר מינן (נפל) משום טומאת כהנים.
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

blue moon האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:55 pm
אויב שטייען דארט איינס אדער צוויי קאנדידאטן, העלמיר זיך עפי״ר שטעלן. סיידן אויב מיר פירן א בר מינן (נפל) משום טומאת כהנים.
הוי דן את כל אדם לכף זכות
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

הרב_שלום האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:23 pm
געגעבן אסאך היטשעס. אפשר איינמאל א יאהר וואס א יוד מאכט משוגע
גדולה הכנסת אורחים מקבלת פני שכינה
,מסכת סנהדרין דף מב עמוד א
וא"ר אחא בר חנינא א"ר אסי א"ר יוחנן אכל המברך על החדש בזמנו כאילו מקבל פני שכינה כתיב הכא (שמות יב, ב) החדש הזה וכתיב התם (שמות טו, ב) זה אלי ואנוהו תנא דבי רבי ישמעאל אילמלא (לא) זכו ישראל אלא להקביל פני אביהן שבשמים כל חדש וחדש דיים אמר אביי בהלכך נימרינהו מעומד

ביי קידוש לבנה שטייט כאילו מקבל פני השכינה ביי הכנסת אורחים שטייט יותר מקבלת פני שכינה
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אויפגעלייגט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 21, 2024 11:55 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעלייגט »

ביז היינט, אזא מין זעץ צום טיר..
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ב"ה בתדירות. איך זאג ווי איך לייג אראפ און זעלטן אז איך זאל איינעם צופירן. דאס איז בדוק ומנוסה צו ארבעטן אקעגן די יצר הרע.
ב" ה קיינמאל אפגעבריט.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

משהלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:10 am
ב"ה בתדירות. איך זאג ווי איך לייג אראפ און זעלטן אז איך זאל איינעם צופירן. דאס איז בדוק ומנוסה צו ארבעטן אקעגן די יצר הרע.
ב" ה קיינמאל אפגעבריט.
וואס די געדאנק פון נישט צופירן ?
טוסט א מצוה, טו עס עד הסוף.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:03 pm
משהלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:10 am
ב"ה בתדירות. איך זאג ווי איך לייג אראפ און זעלטן אז איך זאל איינעם צופירן. דאס איז בדוק ומנוסה צו ארבעטן אקעגן די יצר הרע.
ב" ה קיינמאל אפגעבריט.
וואס די געדאנק פון נישט צופירן ?
טוסט א מצוה, טו עס עד הסוף.
לאקאל וועל איך אסאך צופירן. איך גיב בעיקר היטשעס פון איין שטאט צום צווייטן. עס קען נישט זיין אויפן חשבון פון מיין ב"ב אהיימקומען נאך שפעטער.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

ניין.

ווייל כ'האב (נאכנישט) קיין קאר.

אבער בלי נדר וועל איך שטענדיג זיכן פארוועם צו געבן.

איך שעץ זייער די היטשערס קאמיוניטי.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:03 pm
משהלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:10 am
ב"ה בתדירות. איך זאג ווי איך לייג אראפ און זעלטן אז איך זאל איינעם צופירן. דאס איז בדוק ומנוסה צו ארבעטן אקעגן די יצר הרע.
ב" ה קיינמאל אפגעבריט.
וואס די געדאנק פון נישט צופירן ?
טוסט א מצוה, טו עס עד הסוף.
אסאך היטש געבערס זענען געווארן אויסגעברענט ווען דער היטשער האט "טראג מיך נאר אפ ממש אביסל אראפ וואלאבאוט" און עס האט געקאסט עקסטערע 20 מינוט.
יארן צוריק האט מיך איינער געבעטן א היטש "נאר אויפן 42", און דאן מיך אריינגעפירט קליינע ראודס צו א פארשטופטע קאנטרי. עס איז געווען פרייטיג נאכמיטאג אין כ'האב נישט געוויסט די וועג צוריק (דאן האט נאכנישט יעדער געהאט א GPS אין די קאר). געהאט עטליכע מינוט בלאנזשן-שרעק ביז מיך צוריק דערזען מיט א יודישע פנים וואס האט מיר אנגעוויזן דעם וועג צוריק.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”