Re: וועכנטליכע גליונות אויסגאבע "המערכת לשלחן"
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שכח
איר קענט אפשר ארויפלייגן אן אויסשניט דערפון ?צפת דאמעריקא האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:51 amדי וואך איז געווען געדרוקט אינעם גליון א שיינע שמועס צווישן הגה"ק מסאטמאר זצ"ל מיטן ליבאוויטשענער רבי'ן זצ"ל, בשעת ווען דער סאטמאר'ער רב איז געזעצן שבעה נאך א טאכטער ז"ל
איר קענט זיך פארבינדען מיט זיי אויף אימעל און עס בעטן זיי זאלן אייך עס שיקן
זייער אימעיל אדרעס איז [email protected]
גא אני מצטרף, ס'איז א הערליכע ארגינאלע ווערק, ובפרט פאר סאטמארע אידן. יישר כח פארן מחבר.
וואס די גוטע איידיע פון ביזנעסער?
פארוואס איז עס ביליגער און בוטשער?ויברך דוד האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 1:36 pmשפאגל נייע רעוועלוציע ביי תלמידי וחסידי סאטמאר איבערן ערשיינונג פון די אינהאלטסרייכע אויסגאבע 'טועמיה' וואס קומט אין צוזאמענהאנג מיט די וועכנטליכע גליון 'המערכת לשולחן', וואס דאס אנשפרעכט בעז"ה צו זיין אהערגעשטעלט אויף גאר רייך און לערנבאר און תוכנ'טפול וואס דאס וועט בעז"ה זיין אויסגעצייכנט מיט העכסטן כשרות סטאנדארט אזוי ווי מיר זענען פערזענדליך אויפגעפאדערט געווארן דורכן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס באגלייט דאס ערשיינונג פון אונזער אויסגאבע מיט זיין הדרכה און פיקוח אנגעהויבן פון די פריע פלענער שטאפלען כדי מען האבן די יכולת אריינצוברענגען אינדערהיים בלויז ערליכע אויסגאבע'ס כפי רצון רבינו שליט"א. וואס די אויסגאבע וועט זיין אוועקגעשטעלט וועכנטליך מיט העכסט אינטרעסאנטע ארטיקלען קאלומ'ס און באשרייבונגען, און אויך אינטרעסאנטע באשרייבונגען און קרישקעלעך מהנעשה והנשמע בחצרות קדשינו בקהלתינו ובמוסדותינו, און ווי מיר האבן אריינגעלייגט אן א שיעור כח און מח אהערצושטעלן דעם הערליכן אויסגאבע סיי מיטן אריינלייגן הערליכע קאלירפולע גרעפיקס אז עס זאל זיין ציענד און ליינבאר מקטן ועד גדול למען ירוץ בו הקורא, און סיי מיטן לייגן דגוש אויף די ארטיקלען אז עס זאל זיין געשריבן בא'טעמ'ט און פליסיג.
עס וועט בעז"ה זיין צו באקומען די וואך לכבוד שבת קודש פרשת שמיני החודש שבת מברכים חודש ניסן ביי אלע שמשים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה אין אלע שטעט, פאר די פרייז פון בלויז $5.99 . און ווי אויך ביי אלע בוטשער געשעפטן ווי דארט וועט עס זיין צו באקומען מיט א ספעציעלע הנחה פון בלויז $2.99 .
טעמה כי טוב סחרה!
כמייןצאז עס איז די ערשטע אויסגאבע אנציהאלטןצאזוי לאנג....