אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
דער גנב
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:36 am

אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גנב »

א צושטויסענע עגא שרייט ארויס פון אונטער דעם פאלשן שמייכל.

יארן פון דמיונות פליסן אראפ אינעם אפלויף רער אינאיינעם מיט זאלציגע טרערן.

זאל איך אים בעטן ער זאל מיר פייערן? צי זאל איך פראווען דעם דארכגעפאלענעם כבוד שפיל פון אליינס רעזיגנירן?

סאושעל ענקזייעטי. דער מויער וואס פארשליסט הערמעטיש דעם ארויסגאנג פון טאלאנט צום דרויסנדיגן וועלט.

קונסט שטיק און חכמה מישן זיך אינאיינעם אויס אין מיינע געדעכענישן, געפאנגען צווישן פארפרוירענע מוח קעמערלעך וועלכע זענען נישט מסכים צו באפרייען קיין איינס פון זייערע טייערע משכונות, בלויז ווען זיי ווערן פארשווענקט מיט אלקאהאלישע כוואליעס.

עס ברויזט אין מיר א וועלט, ווי די וועלט פון קהלת מלך ירושלים וועמען אשמדאי האט בייזוויליג פארווארפן צווישן פרעמדע שבטים, און זיי ווייסן נישט צו שעצן זיין קעניגליכע עקזיסטענץ.

כ'בין ווייט פון א צדיק, אבער פארט קען זיך נישט דער פילאזאף אין מיר צוריקהאלטן פון פרעגן דעם אויסגעדראשענעם ”צדיק ורע לו” חקירה. וועלכע פאטער ערהוילט נישט זיין קינד פון גייסטיגע טורמע?

א טאטע וואס איז אויך איינגעשפארט.

אבער פארט, עפעס האפנונג, עפעס מיטגעפיל, עפעס סימפאטיע וואס די ארומיגע פאציענטן ווילן מיר נישט פארגינען!

וואס וועט זיין מיט געלט? ווער וועט אנהייבן דרייען דעם גלגל החוזר אויפ'ן פארקערטן זייט?

דאס יאוש עסט לעבעדיגע שטיקער, נישט איבערלאזנדיג קיין פארציע פאר אמביציע, וועלכע שטארבט צוביסלעך אויס פון הונגער, א דערביטערטער און מלא טענות וואס איך לאז מיך קאנטראלירן פון זיין קאנקורענט.

בין איך דען שולדיג? איז דען עמיצער שולדיג? איז דען פארהאן א פילאזאפישע באדייט צום טערמין ”שולד”?

בין איך ווייטער פארנומען מיט ”באדייט” ווי אין די גוטע יארן ווען איך פלעג מיך אידענטיפיצירן אלס דענקער. שוין לאנג נישט געאקערט אין יענעם פעלד.

נו, תכלית. פארמאגסט א באנדאזש, צי נישט? דו ארעמער פאפיר.

אבער ווער איז דען אינטערעסירט אין מיינע ווערק? אויב נישט סאציאלע פארשטאנד, פלעג איך עוסק זיין אין ”ווערק”. עס האט געקענט זיין א שריפטליכע קאריקאטור אויסצודרוקן מיין פרוסטראציע קעגן אויטאריטעט, צי גאר א בינטל מוזיקאלישע נאטן וואס בלויז צוויי דריי ידידים האבן פארשטאנען. אבער די צייטן האבן זיך געענדיגט מיין פריינט! מיין בעל הבית וויל זען רעפארט'ס פון אינזשענירן, נישט ”ווערק”!

אבער דאס קען איך אים נישט צושטעלן. אויב האב איך שוין יא געדרוקט דעם גרינעם קנעפל אויפ'ן טעלעפאון נאך לאנגע מינוטן פון דילעמע, פלעגט ענקזייעטי דערגרייכן הימל שרייענד תיכף ווען דער אינזשעניר האט אויפגעהויבן. א צווייטער ווערט נערוועז ווען אן אינזשעניר הייבט נישט אויף. נישט איך.

כ'האב געמיינט איך בין אויבער דורכשניטליך. יעצט בין איך ניטאמאל אינמיטן.

מיינע צוויי קאלעגן קנאקן טעלעפאן קאל'ס ווי משוגע. דער בעל הבית שעפט געוויס נחת. אבער איך? ווי א ראבאט זיץ איך מיט א סטעיטמענט פון א קאמפעני און גיי אדורך אינוואויס נאך אינוואויס, זען צי די נומערן שטימען...

ביסט א מבין? דאס בין איך! דער טאלאנטפולער!!!

גיי זיי מסביר פאר די דריי סאציאלע באשעפענישן ווי פייכט דער טרוקענער נייער ארבעטער איז פון אינעווייניג...

איך פארמאג אחריות און איניציאטיוו, די צוויי עיקר זאכן וואס א בעל הבית זוכט אין זיינע ארבעטער. אבער איך פארמאג אויך נאך עפעס. סאושעל ענקזייעטי. ואם יש ענקזייעטי, אין כלום.

איך פארמאג אפילו קאמיוניקאציע סקילס, אבער בלויז מיט גאר היימישע און נאנטע. אזעלכע וואס האבן שוין אנערקענט אין די שטריכן אין וועמען איך כאפ זיך אן מיט מיין ווערד. קומט אבער צו פרעמדע, פרישע כאראקטער'ס אין לעבן, און א שטייפע שלאס ווערט פארמירט איבער מיין קוואל פון שעפערישקייט, טאלאנט און געפיל. בלויז הארטע, טרוקענע זאצן באווייזן זיך ארויסצוזען פון מיינע לעפצן.

היינט האט דער בעל הבית איבערגעדרייט די קארטן. מיר געשטעלט אין קארנער, און העפליך פארארדנט איבערצוטראכטן צי דער זשאב איז פאר מיר.

און איך טראכט.

איז דער זשאב פאר מיר?

כ'מיין, זיכער נישט לכתחילה. אידעאל וואלט געווען צו שרייבן ”ווערק” במשך'ן טאג, אביסל אקאונטינג אין דער זייט כדי נישט צו ווערן אוועקגעשוועמט פון לאגיק, אפשר אפילו שפילן ביי שמחות אויפדערנאכט, און פון צייט צו צייט זיך לערנען א נייער חכמה, סאפטווער דעוועלאפמענט, תורת הנפש, און נאך אזעלכע אייגנשאפטן פון וועמען איך קען שוין ממילא די יסודות.

אבער אפילו פון דעם תחום בין איך שוין אוועקגעבלאזן געווארן. קיינער דארף מיינע ארטיקלען פאר א מכה. אקאונטינג וועט נאך נעמען א צוויי יאר ביז איך וועל שולט זיין דערויף, און שפילן ביי שמחות באדייט ווידער זיך שטעלן אין פארנט פון מענטשליכע הערצער און מוחות וועלכע טראכטן אויף מיר וואס אימער עס איז אינדרויסן פון מיין קאנטראל. סיי וואס.

ידיעות זאמל איך ווי פאר א הונגער יאר. יעדן צווייטן טאג א פארש אקציע. גוגל'ס קוקי'ס ווייסן שוין נישט וואו מיר צו שיקן. זייער אלגאריטם איז שוין פופציג מאל צומישט געווארן וועלכע נושאים אינטערעסירן מיר, פון סייבער סעקיוריטי ביז קאנספיראציע טעאריעס, פון עוואלושען ביז קריים געשיכטעס, און איך בין ווייט פון שטילן מיין הונגער.

איז דער זשאב פאר מיר?

קוים האב איך מצליח געווען אראפצוקריכן פון בוים פון קונסט. אויפגעגעבן מיין חלום פון מאכן געלט אויף מיינע טאלאנטן, און דא מוז איך שלום מאכן מיט'ן מציאות אז ניטאמאל אויף דער פשוט'ער פאזיציע בין איך א פאסיגער! א ביטערער פיל אראפצושלינגען.

געמיינט האב איך אז דער בחור וואס אין ישיבה איז געווען יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ, וועט אוודאי געניסן פון ביידע טישן נאכ'ן חתונה.

”אבער ניין, פארשפארט דער גן עדן.” זינגט ר' משה גאלדמאן'ס נשמה ליד. ”דער צדיק (?) ער וועט, נאך דארפן ליידן.”

וויגט מיין איבערגעפולטן הערצעלע צום טאקט. ”אוי די וועלט, זי איז אזוי שווער. קיין גייסט, קיין קדושה, פוסט און לעהר!”

א שרעק פאר'ן עתיד, אן אויפגעגעבענעם יכולת, ווי ר' שרגא פליישמאן'ס לב לדעת אין וועמען איך פלעג פילעווען אין די גוטע יארן. ער פלעג טענה'ן אז ”מציאותיות” איז דאס שליסל ווארט. פילייכט איז ער גערעכט. איך שפיר מיך דערשטיקט, די לונגען פארפרעסט, ניטאמאל געלט אויף טעראפי איז פארהאן אין די קעשענעס.

אוי, טאטע. מיין לעבן צעפאלט ווי א זייפן בלאז. מאטיוואציע און אמביציע גענוג פאר דריי נפשות, אבער סאבאטאזשירט דורך אייגענע כאראקטער שטריכן.

א פלאטע פון עכט מיאוסע ווערטער וויל זיך דרינגענד ארויסרייסן פון מויל. אה, וואספארא פארלייכטערונג עס וועט דאן הערשן! אבער כ'בין דאך פארט א בן מלך. עטוואס זעלבסט רעספעקט איז נאך פארבליבן אין די בלויע בלוט וועלכע פליסן צווישן מיינע קעניגליכע אדערן.

פארבייס איך די ליפן מיט קראפט. וואגן זאל זיך א גוי'שע קללה זיך ארויסצוזען פון דארט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יונגערמאן! דו ווייסט וואס דא ליגט אלס? אדער איז דאס אויך פארשלאסן אין ווירטואלע אותיות?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
עת לחשוב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת לחשוב »

Wow!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6584
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דאס איז שטארק ווייטאגלעך!!
אבער א שרייבער ביסטו א מעכטיגער, דאס איז אמאל זיכער!
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

I'm crying
אוועטאר
שיך און זאקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 11:00 pm
לאקאציע:למטה מעשרה טפחים

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך און זאקן »

דו ביסט שוידערליך גוט!!

וויאזוי מאכסטו דעס? אזוי גוט צו איבערגעבן געפילן, דעס ברויך מען קענען
איטס נעווער טו ביג טו ריג
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

דיין שפראך אין טיפקייט איך זאג דיר!

אויב די ווילסט קענסטו מיר שיקן אן אישי. א חבר מיינע זיכט א קלוגע פארשטענדליכער ארבעטער מיט א סענסעטיווע הארץ איהם צו העלפן - העלפן אנדערע אידן.

קען זיין מ'קען עפעס מאכן

הצלחה ברודער
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

אויש כ'בין אויך דארט געווען......😓
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

א ווייטאג! אבער דיין שפראך איז א טאלאנט! און דאס מאכט נאר גרעסער דעם ווייטאג... און די פארשטאנד צו נפש, ביסט אייזן!
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

א גאון און שריפט, אוי טאטע, א אזא טאלאנט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווען ווערטער און צווישן-די-שורות זענען זייער געטריי איינער דעם צווייטן, די ווערטער מאלן עס אראפ אווי לעבעדיג און איצט פאסירנדיג, דעקנדיג יעדן אספעקט פון די שוימנדע ברויזנדע כוואליעס, בעת די צווישן די שורות אומזעהבארע אביעקטן לאזן איבער א ברייטן מקום הניחו להתגדר צו זעהן בחוש די דברים שאי אפשר להעלותם על הכתב מעומק המשיג והמושג. אט דאן קומט ארויס אזא ווערק.

ורוח הוכו' אומרת מה לי ולצרה הזאת, גיידער מיט די דזשיניעסנעס אויפן שווארצן ים, טויך זיך דארט איין און קום נישט ארויס. וואס האלטסטו געפאנגען מיין ארעמען גוף, וואס האט א בינטל נארישע און נישטיגע פליכטן אויף די וועלט צו מסדר זיין בהכרח, מיט א נארישן אומבאלומפערטן פאנצער פון געלונגען און גאוניש. לאז שוין אפ, גיי שוין גיי, לאמיך זיין א פלעינער פלאכער אינגערמאן, וואס הייבט נישט אן כאפן אז דער תלוש אויף די אנדערע זייט טרייבל לאכט פון אים. לאמיך זיין איינער וואס וויל אפילו נישט וויסן פארוואס מ'טאר נישט וויסן מה לפנים ולאחור.

צדיק, ווי אר אלל פילינג וויטה יאא.
געשטימט פאר ראשעק הול
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א פוליצער פרייז ארטיקל! גין גאלד!

(אזוי טיף, רייך, און רוי ארטיסטיש, ווי נאר א 4 מיט א פעסטע 5 פליגל קען באווייזן... )

איך קען נישט געבן קיין עצות אבער כ'שוין דיך שטארק. כאטש אביסל סימפאטיע... אפשר איז יא כדאי צו פרובירן אריינגיין אין א קריעטיוו פעלד, ווי גראפיק דעזיין וכדומה.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

א זילבערנעם פעדער מיט גאלדענע טינט !
...
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

וואס איז דער פשוט'ער אידיש טייטש פון סאשעל ענגזייעטי?
אנשטאטס סוירטשען גוגל,
גיי מאך א קוגל.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

רבש״ע!

ליידער פארשטיי איך יעדעס ווארט צו גוט.

קום אין אישי, אונז דארפן שמועסן.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:59 am
וואס איז דער פשוט'ער אידיש טייטש פון סאשעל ענגזייעטי?
א פחד פון דאס מענטשהייט

יהודה אריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:57 am
אויש כ'בין אויך דארט געווען......😓
נא

אפשר ביסטו גרייט צו שערן מיט דער עולם ווי אזוי האסט באוויזען צו מער נישט דארט זיין.

כגלייב סאיז דא מענטשען וואס קענען באשטיין אויך נישט מער דארט זיין און זיכען עדווייס.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

איך זיץ, ליין, און וויין.
האסט עס גאר גוט ארויסגעברענגט מיט אלע קאלירן
איך קום פון דארטן, און בעזר הבורא, וברוב רחמיו וחסדיו האב איך מיר ארויסגעדרייעט דערפון.
אבער פון צייט צו צייט כאפט עס מיר נאך אן פאר א טאג צוויי אדער מער, און פיינפול איז נישט דאס ווארט, עס איז ממש א בחינה פון עולם חשך, דער רבוש''ע זאל שוין היילן אלע אידן.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:36 pm
איך זיץ, ליין, און וויין.
האסט עס גאר גוט ארויסגעברענגט מיט אלע קאלירן
איך קום פון דארטן, און בעזר הבורא, וברוב רחמיו וחסדיו האב איך מיר ארויסגעדרייעט דערפון.
אבער פון צייט צו צייט כאפט עס מיר נאך אן פאר א טאג צוויי אדער מער, און פיינפול איז נישט דאס ווארט, עס איז ממש א בחינה פון עולם חשך, דער רבוש''ע זאל שוין היילן אלע אידן.
אפשר שרייבסטו ווי אזוי האסט דיר ארויסגעדרייט פון עס? אסאך אידן דא ווארטען נאך פאר הילף
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מיטוואך מאי 22, 2024 8:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

איין זאך - עס איז דא הילף
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:06 pm
מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:36 pm
איך זיץ, ליין, און וויין.
האסט עס גאר גוט ארויסגעברענגט מיט אלע קאלירן
איך קום פון דארטן, און בעזר הבורא, וברוב רחמיו וחסדיו האב איך מיר ארויסגעדרייעט דערפון.
אבער פון צייט צו צייט כאפט עס מיר נאך אן פאר א טאג צוויי אדער מער, און פיינפול איז נישט דאס ווארט, עס איז ממש א בחינה פון עולם חשך, דער רבוש''ע זאל שוין היילן אלע אידן.
אפשר שרייבסטו ווי אזוי האס דיר ארויסגעדרייט פון עס? אסאך אידן דא ווארטען נאך פאר הילף
@מיטלייד ביטע טייל מיט, טאמער ס'שטערט דיך נישט.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

און אפשר גאר איז טאקע מיין נאז גרין, מיין מויל רויט, און מיין ליפן פורפל.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
יחיאל זאנוויל
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:52 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל זאנוויל »

פאר סאם ריעזען האב איך אלס געמיינט אז כבין די איינציגסטער....
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:59 am
וואס איז דער פשוט'ער אידיש טייטש פון סאשעל ענגזייעטי?
געזעלשאפטליכע אנגעצויגענקייט
...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6704
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צודרייט!! אזאנס ארויסצושטעלן, דאס איז דאך אבאנארמאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”