וויפיל זע איך?
איך קום אן צום דאווענען און עפן אויף דעם סידור צו ברכות, אויפאיינמאל ביפ.... מיין פאון דריזלט, א טעקסט מיט אן אינטרעסאנטע נייעסל איז אריינגעקומען, איך געב א קוק און צושמייכל זיך און איך דאוון ווייטער, פלוצלינג, עס לויפט אין מיין קאפ א מחשבה'לע, 'העי, אברמי אינמיטן דאווענען?', אבער איך טראכט צו מיר, 'מיין בעיבי האט געוויינט די גאנצע נאכט, מיין זיך ארויסרייסן פון בעט קומען דאווענען איז שוין א מסירות נפש'! 'און גאר פארקערט א מענטש דארף זיך מחשיב זיין, וואס הייסט, אין יארע 2024 א איד ווארפט זיך ארויס פון בעט און לויפט דאווענען אין שול..'
שוין, אזוי בארעכטנדיג זיך מיט מיינע מחשבות, זע איך יוסי דער 'ליידיגגייער' וואקט אריין אין שול מיט זיינע שיינע דזשעלי פיאות און פענסי רעקל, און נעמט זיך לייגן טלית ותפילין מיט א שנעלקייט, געבט א צי אראפ דעם טלית פון קאפ, און נעמט זיך מורמלען דאס דאווענען אריינקוקנדיג נאנסטאפ אין זיין פאון..
איך זיץ אין די זייט און טראכט צו מיר 'אזא ליידאק - קומט אן ביי ישתבח, פליקט אפ דאס דאווענען,א גאנצע דאווענען פארנומען מיטן פאון, ער האט נישט קיין נערוון, הא? צו מאכן די פיאות האט ער שוין איינמאל געהאט נערוון, ווי איז אביסל יראת שמים??'
אינמיטן זיך אזוי רעגן אין מיין געדאנק, הייבן אן ארויפצוקומען סתירה מחשבות אין מיין קאפ – 'איין רגע, פאר 5 מינוט צוריק האב איך געטון עפעס וואס קען אויך אויסזען אן עוולה, אבער איך בין געבליבן גוט, א ערליכער יונגערמאן, פארוואס? ווייל וואס הייסט, מיין בעיבי האט געוויינט.. אבער אויב מיין עלטערער שכן דא נעבן מיר אויפן באנק האט געטראכט 'היינטיגע יונגעלייט, מ'ליינט מעסעדשעס אינמיטן רעדן צום באשעפער..' וואס וואלט איך אים געענטפערט? 'ר' איד, איר ווייסט נישט אלעס, איר ווייסט נישט מיינע מעשיות,צמיין קינד האט געציינדלט די גאנצע נאכט, און ביטע, זייט מיר נישט דן ווייל איר קענט מיר נישט דן זיין!'
אבער - 'איין מינוט' - בליצט נאך א מחשבה אין מיין מח - 'נאר בעיביס וויינערייען איז א לעגיטימע סיבה? יעדע זאך וואס א מענטש טוט קען זיין מחמת אזויפיל סיבות'.
אפשר פעלט אים זעלבסט-זיכערקייט און ער טוט אן די דזשעל און דעם שיינעם רעקל ווייל אן דעם פילט ער זיך אראפגעקוקט ביי זיינע חברים?
ער קוקט אויפן פאון ווייל אפשר מוטשעט ער זיך מיט א געוויסן ענין בפרנסה אדער רפואה אדער עפעס אן עמאציאנאלער ענין צי סיי וואס, און עס איז אים זייער שווער זיך צו קאנצעטרירן אויפן דאווענען, און אפשר דארף אריינקומען א וויכטיגער רוף איבער א דרינגענדן ענין?
טייערע אידן, א מענטש – זיין נפש, טבע און תכונות – איז אסאך טיפער און קאמפליצירטער ווי מיר מיינען, און אזויווי קיינער קען נישט וויסן וואס דו גייסט אריבער און וואס עס ליגט אונטער דיינע חולשות, פארוואס דו פירסט דיך אויף אזוי צי אזוי, די זעלבע זאך איז ביי יענעם. און יענער קען זיין אין די זעלבע מצב ווי דיר און אויף אים קען עס האבן אינגאנצן אן אנדערע עפעקט ווי דיר, וויבאלד מיר אלע זענען אנדערש איינער פון צווייטן, וויבאלד – און לאמיר איבערחזר'ן די נקודה – יעדער מענטש, ער און זיינע אלע תכונות הנפש, זענען אסאך אסאך טיפער און מער קאמפליצירט פון וויאזוי מיר זעען עס פון אינדרויסן.
געדענק:אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו... ולא תגיע.

Letshelpothers האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pmשלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.