א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא
לאמיר דא אנהייבן מיט א ליסטע פון ערטער/מעמדים/געשעענישן און וואס נישט, וואס די הייליגע שלאפלאזע שטאט האט אלץ צו פארקויפן, וואס אי"ט דאזענ"ט פע"י ט"ו מי"ס..., ביסטו אין ירושלים אויף עטליכע טעג, מאך זיכער אז דו ביסט באמת דארט, און מאך זיכער מיטצולעבן איינע אדער עטליכע פון די מקומות.
א) ארט: רחוב בית ישראל, צייט: מיטוואך 1:05 נאכמיטאג (13:05 בלע"ז).
טויזענטע טויזענטע לומדי ישיבת מיר (בתי מדרש:מרכזי/בית שלום/שלמי שמחה/פרידמאן/פינסק/בית מנחם/סלאנים/ישיבת מאה שערים... ועוד),והגלילות... גייען און לויפן אראפ די בארג, אלע יאגן זיך צום בנין "בית ישעיה" מיט אירע דריי גיגאנטישע חדרי אוכל, פארוואס פונקט מיטוואך? פרעג עני מירער תלמיד וועט ער דיר ענטפערן: וואס הייסט היינט איז שניצל דע"י, (ווי זאגט די מעניו האטליין: היום יום שניצל בשבת...).
שורות שורות אידן ווארטן מיטן טעלערל אין האנט צו באקומען זייער לאנג ערווארטעטע שניצל, א אלטע ירושליימער (וואס האט שוין 37 יאר חזקה אויף זיין פלאץ אין מרכזי, דארט לעבן די שיפע ארון הקודש ביים רעכטן קארנער,וואס ר' נתן צבי ז"ל האט אים קלאר געזאגט אז ער מעג אוועקשיקן אנדערע פון זיין פלאץ אפילו נאך 9 אזייגער...),שטייט אין שורה מיטן בארא פארק'ע בחור (וואס זיצט אין די בעיסמענט פון בית שלום, טיף אריין אין מקלט), דער פארעלטערטער ליטווישער ארץ ישראלדיגן בחור (בוגר ישיבת תפרח, וואס זיצט אין פרידמאן, און קומט צו ר' אשר'ס שיעור נאר זיך צו לערנען אידיש), שטייט מיטן גני גאולה'דיגע אמעריקאנע אינגערמאן, (וואס א גאנצע וואך פאסט אים נישט צו בלייבן אין ישיבה אויף לאנטש, נאר מיטוואך...), אזוי ביז זיי זעען זיך מיט א שניצל אין טעלער, דערנאך הייבט זיך אן מערכה פון זיכן א פלאץ זיך אנידערצוזעצן, בשעת וואס די פרענקישע קיטשן מענעדזשער שרייט קולות "אחד לכל אחד"..... שוין געטראפן א פלאץ א שטאק אראפ איצטער דארף מען אפרוימען יענעמ'ס שיריים....
דאס איז א מיטאג אין די גיגאנטישע לאנטש רומ'ס, פון די ריזיגע הייליגע תורה פעסטונג "ישיבת מיר".
פא"ן פעק"ט: עס איז מקובל ביי די בחורים איש מפי איש, די שניצל מאשין איז די גרעסטע שניצל מאשין אין לאנד... וי"א אז עס איז גאר גיענעס רעקארד. וי"א אז די (טמא'נע) צבא האט גאר א גרעסערע... (יעי פאר זיי...)
המשך וועט נאכפאלגן לויטן פארלאנג
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]
א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם