טייטל האט געשריבן: כ'האב נישט פונקטליך מיט געהאלטן דא ווי די געסער וואס מען זעהט א חלק פון זיין פמליא וואקן זענען, אבער דו ווילסט מיר זאגן אז דער קאמערא מאן איז געווען ביים באן סטאנציע און אפגעכאפט ר' פיניעלע, שפעטער איז ער געגאנגען אריין אין שטאט אפאר געסער ווייטער פון באן סטאנציע, און האט פונקט אפגעכאפט נאכאמאל די זעלבע מענטשן וואס זענען געווען אין באן סטאנציע? סא איז עס געווען א השגחה פרטית אז ער האט ממש געטראפן די זעלבע מענטשן, אדער האט ער געציהלט צו טרעפן דווקא זיי? א'חוץ אויב די גאס איז ממש נאנט צו די באן סטאנציע, און דעמאלץ קושיא מעיקרא ליתא.
די גאס איז נישט נאנט, נאר דאס איז די גאס פון די באנהויף
און ער כאפט אגאנצע צייט אפ איין מענטש פון די כץ משפחה