אמעריקע זעצט פאר מיט די פראבעס פאר די B-21 רעידער סטעלט באמבער פליגער. די פליגער איז ערווארטעט צו זיין די ערשטע פון די זעקסטע גענעראציע פליגערס און וועט אריינקומען אין דינסט אין 2027. די קאסטן פאר אזא פליגער ציילט זיך אין די ביליאנען
העלא...
20240522_194200.jpg
20240522_194151.jpg 20240522_194156.jpg
פינג @הרב יואל קליין קום אריין מיט דיינע באקענטעניסן
ווי שטארק ווילסטו דרייוון אזאנס? איז דאס אינטערסאנטער ווי שרייבן אין די מאמענט אשכול
פון א B2 צו א B21. פארוואס נישט B3? איך שרייב שוין לאאאאנג נישט אינעם מאמענט אשכול…
לגבי דרייוון?! נישט עכט… ס׳האט נישט א בית הכבוד… ניצן די ספעציעלע פייטער דשעט סוט, איז א שאלה אויב מ׳מעג מאכן א ברכה…
היות דער פליגער לאנדעט נישט אין ערגעץ, עס הייבט זיך און לאנדעט ״נאר״ פון זייער אייגענע באזע. א ראונד טריפ מיסיע קען נעמען א גוטע 36 שעה. כ׳בין נישט מקנא די צוויי פיילאטן. ווייסט וואס דאס מיינט ״פיילאטירן״ דעם מערסטע פארגעשריטענע פליגער פאר ״זעקס און דרייסיג שעה??״ א נס אז זיי קומען אהיים גאנץ אן א עקסידענט.
איך בין נייגעריג וואס עס קען טוהן בעסער פון די B2? זעקסטע גענעראציע מיט וואס? ראדארן? מ׳קען נישט אויסשטאטן די ארגינעלע B2 מיט בעסערע ראדארן? בעסערע סטעלט טעכנאלאגיע? מיט וואס? איך בין נייגעריג, און כ׳קען בלייבן נייגעריג… ס׳איז טאפ סיקרעט פאר א סיבה.
די לעצטע פאר טאג איז געווען באריכטן אז דער איראנער פאליציי שעף אחמאד רעזא ראדאן איז אסעסענירט געווארן. די באריכט האט געלויטעט אז אין די טאג פון די העליקאפטער קראך איז רעזא ראדאן געשאסן געווארן מיט 7 קוילן וואס האט געמאכט א סוף צו זיין לעבן. די באריכטן זענען פאלש.
אין פאַפואַ ניו גיני (נעבן אויסטראליע) האט פאסירט א מאסיווע לענדסלייד אין א שטעטל. ארטיגע איינוואוינער פארציילן אז מען רעדט פון אזויפיל ווי אריבער הונדערט טויטע אין די געשעעניש.
די מאנקיס פלאצן צו זייער טויט אבער אן די גאלדענע רענדלעך אינעווייניג...
ציווילע וואלונטירן האבן זיך אנגעטראגן צו ארויסהעלפן ראטעווען די מאנקיס אין מעקסיקא. עס הערשט א גאר שטארקע היץ אין מעקסיקא און מיט די גראד אריבער 100 ווערן א גרויסע צאל מאנקיס אויסגעטריקענט פון די היץ. אין בלויז צוויי שטעט אליינס זענען אזויפיל ווי ארום 150 האולער מאנקיס געשטארבן ווי זיי פאלן פון די ביימער אויסגעטריקנט צו זייער טויט.
היינט איז פארגעקומען די צווייטע (פון צוויי) טאג מיליטערישע איבונגען פון די כינעזער מיליטער ארום טייוואן און די שכינות'דיגע אינזלען. כינע באצייכנט די ציל פון די היינטיגע טרענירונג מיט די דגוש אויף פארכאפן מאכט. באזונדער (ווארשיינליך מיט קאלאבאראציע) האט די כינעזער ים גווארדיע אויך דורכגעפירט מושטירונגען היינט.
אינטערנאציאנאלע געריכט אין האג האט פארארדענט אז מדינת ישראל דארף זאפארט אפשטעלן זייער אפענסיווע אין רפיח און מוז האלטן די רפיח דורכגאנג אפן פאר הילף צו דורכגיין אומגעשטערט
כאמאס האט ווארעם באגריסט די פסק
--- נישט אז דאס איז מחייב איזראעל וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די אינטערנאציאנאלע געריכט
אז מען רעדט שוין פון טורבאנען.. אורבאן באטשי פון אונגארן האט געמאלדן היינט אז אונגארן מיט אירע אדוואקאטן זיכן צו רי-דעפענירן די סטאטוס פון זיין א נאט"א מיטגליד. דאס הייסט אז זיי זאלן נאכאלץ זיין א נאטא מיטגליד (פאר די בענעפיטן) אבער זיי זאלן נישט דארפן אנטייל נעמען אין נאט"א'ס באשלוסן אינדרויסן פון נאט"א.
דאס קומט אין צייט ווען די נאט"א אליאנץ גרייט זיך אויף א זיצונג אין יולי אין וואשינגטאן הבירה צו דיסקוטירן וויאזוי נאט"א קען שפילן א מער אפעקטיווע ראלע אין די קריג.
אינטערנאציאנאלע געריכט אין האג האט פארארדענט אז מדינת ישראל דארף זאפארט אפשטעלן זייער אפענסיווע אין רפיח און מוז האלטן די רפיח דורכגאנג אפן פאר הילף צו דורכגיין אומגעשטערט
--- נישט אז דאס איז מחייב איזראעל וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די אינטערנאציאנאלע געריכט
20240524_094915.jpg
די אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ וואס האט היינט ארויסגעגעבן די אורטייל איבער די מדנ"י אפענסיווע אין עזה, האט האט יא יוריסדיקציע איבער מדנ"י, אלס אפיציעלע געריכט פון די יו ען קערפערשאפט, וואו מדנ"י איז א מיטגליד. מדנ"י האט זאגאר א ריכטער אויפן געריכט.
די פראבלעם אין אז די אג"י האט נישט קיין אינפארסירונג מעכאניזם צו צווינגען מדנ"י צו פאלגן. די איינציגסטע זאך וואס קען געשען אויב מדנ"י פייפט זיך אויס אויפן אורטייל, אויסער אינטערנאציאנאלע איזאלירונג, איז אז דאס קען אנקומען צו די יו ען זיכערהייט קאנסול, וואו די פאראייניגטע שטאטן האט א וועטא שטימע.
זייער מעגליך ווען איך וואלט אריינגעלאזט געווארן צו געבן א פיעק אין די מנהלים צימערן ווי עס ליגט שווערע צענדליגער בערג מיט געמעקטע פעידזשעס וואלט איך אינגאנצן אנדערש געזאגט. זיי קענען בעסער זאגן ווייל זיי זענען פאקטיש די וואס טוען די ארבעט וואס דארף געטון ווערן צו האלטן אייוועלט פאר א געשמאקער ארט.
פון די אנדערע זייט קען איך זען די פארקערטע פון די **בלויז**... איך ווייס נישט צו צומאל האט עס א שאטן פון אן עליטיסישע טאטש צו זיך צו עס פילט זיך עפעס ווי א טרוקענע ראדיא סטאנציע. איך קען נישט געהעריג מגדיר זיין ווען עס איז סך הכל א פילינג. איך קען עס נישט געהעריג דעפינירן מיט שפראך. צוזאמען קוועטשן די גודל אצבה אינעם אמה פינגערס ווי מען ציילט דאלארן וואלט בעסער געהאלפן מיט די הסברה... איך גלייב אנדערע אידענטיפיצירן אויך אזא הרגשה. ווי זאגט יענער, ווען ס'איז ווען א פאקט קען מען עס נאך טוישן.. מען ברענגט אלטערנאטיווע פאקטן אבער א פילינג איז דאך א פילינג ווי איז שייך עס צו טוישן... פארשטייט זיך די מיינונג רעפלעקטירט בלויז די מיינונג פון איין זכר.
אין געוויסע אופנים בין איך יא שטארק פאר אזא געדאנק. אנפארטשענעטלי פעלט עס אויס. אייוועלט איז היינט ריזיג גרויס און קעיטערט אלע סארטן פון קליגע ביז איבער קליגע.
ווי איך זע זיראנץ צו ענליכע שטרענגע קאנטראל אלץ גאר פאזיטיוו איז בעיקר צוויי אופנים .
איינס ווען עס איז א גאר מאכטפולע געשעעניש ווי עס איז דא נאכאנאנדע אפדעיטס און אויב איז עס נישט קאנטראלירט איז עס כמעט אומעגליך צו אנקומען צו ליינען אדער שרייבן בשעת עס טוט זיך א ים פון זייטיגע צווישנריפן. לדוגמא די נאכט פון א פרעזידענטליכע וואל פארמעסט.
די צווייטע איז ביי א פאל וואס עס פעלט אויס סענסיטיוויטעט. אפי' עס איז נישט דא קיין נאכאנאנדע באריכטן. זאל ווען האדמו"ר היינט נפטר ווערן וואלט איך עס זיראנצט. די פאקט ווייזט אז געוויסע זענען אומסענסעטיוו צו יענער קהילה און דאס וואלט געווען די איינציגסטע אפציע.
להבדיל ווען דרייסיג טויזנט ציווילע מענטשן שטארבן אין א שרעקעדיגע ערד ציטערניש אין טערקיי באלאנגט עס צו זיין די ערשטע לאנגע צייט זיראנץ. נישט נאר ווייל עס איז דא אפדעיטס נאר עס איז א סענסיטיווע טראגעדיע און מאכן וויצן און קאמישע ליצנות בשעת שווערע טויזנטער שטארבן מיט ענוים קשים פון הונגער און שווערע ברוכווארג איז נישט פאסיג.
בקיצור ווי סענסיטיוויטעט קומט אריין.
פון די אנדערע זייט, לדוגמא ביי דער איראנער פרעזידענט, אפשר אנהייב וואלט געווען פאסיג מער בלויז נייעס ווען עס הערשט אן אומקלארקייט און בעסער לאז עס אויסקלארן. אבער איינמאל עטליכע שעה אריין און מען ווייסט בערך וואס טוט זיך און סך הכל עכטע "אפדעיטס" קומט איינמאל אין א האלבע שעה צו א שעה. פארוואס נישט לאזן נאטירלעך. (חוץ אז די אשכול פארט גענצליך אראפ פון די רעלסן). מען מעג זיך לאזן אביסל אונטערהאלטן אויף א רוצח וואס האט באקומען זיין סוף.
פערצופאל האט דער מנהל אנגעמערקט א וויכטיגע נקודה ביי די ספעציפישע אינצידענט אז מען זאל זיך האלטן אין די ראמען כדאי עס זאל נישט קליא מאכן ווען א טאג בעפאר איז א איד אין איראן כמעט געהארגעט געווארען און זיין מצב איז נאכאלץ נישט גיט. (גאר ווייט פון גיט ליידער)
אבער ווען נישט די נתנאל בן סוניה פאל, אדרבה. מען מעג א משהו ארויסקאלערן.
ווי בין איך פארפארן דא. סא יא. אנאליזן, קאמענטארעלעך, נייעס, הגהות מה טוב.
פון די אנדערע זייט, ריתחא דאורייתא און דרבנן'ס, חוץ וואס השקפה און מוחאות איז סתם אזוי פארבאטן דא אויפן וועלטל מיט כמעט געטייטעט ווערן, עס איז איינס נאך 80-טווין... איז עס סתם אזוי אומגעשמאק ווען אן קיין ספק אז עס גייט אין ענדלאזע דעבאטעס. ענדלאזע טענה'רייען אהין און צוריק איז געדעכט. עס מאכט די לופט געשפאנט און דיק. איך מיין יעדער פארשטייט וואס איך מיין.
חוץ די צוויי קאמפס געלערנטע שלעגער אינדשויט עס נישט רוב מענטשן. ספעציפיש ווען זיי ווילן לייכטערע זאכן. ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו מדינת ישראל וכדו' ווי פרי-עקזיסטינג הרגשות זענען פאקטן און סך הכל שרייבט מען איבער די פערטע מאל די זעלבע פוינט וואס מען האט געשריבן די צווייטע מאל וואס גייט זיין די זעלבע וואס מען גייט שרייבן די פיפטע מאל נאר אין אן אנדערע רעפער...
עס מאכט די לופט געשפאנט און פאר דעבאטעס איז דא באשטימטע אשכולות ווי מען קומט קאמפס גרייט מיט שטייפע פויסטן צו פארטיידיגן די סעט פון פאקטן וואס מען האט אנגענומען, און די ליינער וואס גייען אריין אינעם קיך זענען גרייט צו פארנעמען די היץ, קומען גרייט מיטן גלאז קאלטע וואסער און ברילן ווישער צו דערהייבן די פארע.
כאמאס ווארטזאגער איז ארויסגעקומען רעדן מיט א סטעיטמענט און געמאלדן אז כאמאס האט פארכאפט מדינת ישראל סאלדאט(ן) און ארויסגעגעבן א ווידעא ווי מען זעט א טויטער זעלנער.
מדינת ישראל איז תיכף ארויסגעקומען און אפגעלייקנט די באריכט זאגנדיג אז עס פעלן נישט קיין שום זעלנער
--- מיט די נאכאנאנדע פסיכאלאגישע שפילן וואס כאמאס פרובירט צו אנזייען א צוטיילעניש און באיינפלוסן איזרעלי אפיניען קעגן די רעגירונג לטובת א פייער אפשטעל, בנוסף וואס די קליפ איז ארומגעשפילט איז דא שטארקע סברות צו טראכטן אז דאס איז נאך א שפיל מצד כאמאס
היינט קאכן די דעמאקראטן ווידער ווען עס איז אפירגעקומען א בילד פון אליטא'ס זומער היים אין ניו דזשערסי ווי עס האט געפלאטערט א פּיין בוים פאן וואס טראגט די משמעות פון א געבעט צו גאט. א פאן וואס די לעצטערע יארן איז עס באניצט דורך קריסטליכע נאציאנאליסטן און איז אויך געווען באניצט ביי די יאנואר 6 איבערפאל.
בקיצור די דעמאקראטן ברויזן שטארק אויף ריכטער אליטא און א צאל דעמאקראטן ריפן ער זאל זיך אנטזאגן פון יאנואר 6 קעיסעס וואס קומט אן אין געריכט.
20240522_193754.jpg
סיריעסלי, איינער האט שוין אמאל געזעהן אדער געהערט פון די פאן ביז היינט?
אנריעל ווי דעספערעט די כעוורע זענען
ווילסט טאקע וויסן?
די פאן 'געבעט צום הימל' - אדער כהיום 'געבעט צו גאט' גייט צוריק צו די צייטן פונעם רעוועלוציע אין אמעריקע אקעגן די בריטישע וואס האט אונז געברענגט דער נייע לאנד 'די פאראייניגטע שטאטן', דער פאן איז גענוצט געווארן דורך עטליכע באטאליאנען אנגעפירט דורך הויפט קאמאנדיר דזשארדזש וואשינגטאן, און איז אריין אין באנוץ אום אקטאבער 1775.
די היסטאריע דערפון קומט פון די קאלאניעס אין ניו ענגלאנד, און איז געבויעט אויף א פראז אין איינע פון די דאקומענטן פון דזשאן לאק, וואס איז געווען אין די 1600’ע יארן, און איז דער וואס האט פארשפרייט דער מושג פון דאס אז יעדער מענטש האט זיינע רעכטן וואס ער האט באקומען פון גאט, און דערמיט קען מען אויפשטעלן א רעגירונג - אנדערש ווי ביז דאן וואס די גוים האבן געהאלטן אז די פירערשאפט קומט זיך פאר א קעניג וכו’ - און דערפאר האבן אויך די מענטשן די רעכט צו מאכן א רעוועלוציע.
היינט צוטאגס איז דער דיזיין פונעם פלעג נאכאלץ א חלק פון די אפיציעלע מעריטיים (דאכזיך אז דאס מיינט א שיף סימבאל) אינעם סטעיט פון מעסעטשוסעס, הגם די ווערטער זענען אראפגענומען ארום 50 יאר צוריק, און אזוי אויך הענגט דער אפיציעלע פאן אין אסאך שטעט איבערן לאנד ביי די סיטי האל אריינגערעכנט אין סאן פראנציסקאו (דער דיסטריקט וואס ווערט פארראטן דורך דער וואס האט געעפענט די יאנואר זעקס קאמיטע).
- - -
שטייט זיך אז די דעמאקראטן וואס ווילן אויסרייסן יעדע סארט היסטאריע פון אמעריקע מאכן זיכער אז קיינער זאל נישט וויסן דאס אלעס - הגם עס איז א וויקיפעדיע בלאט אוועק - און אין די מידיע ווערט דאס אראפגעלייגט ווי א קריסטליכע נאציאליסטישע פאן, הלמאי ס'איז דאך באוואוסט אז דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען א שרעקליכע סופרעמעסיסט, און גאנץ אמעריקע איז דאך געבויעט אויף ווייסע סופרעמעסיזם.
דאס איז אין איינקלאנג מיטן דעפנעצירן יעדן סימבאל פון יענעם תקופה אלץ ראסיסטיש און עקסטרעמיסטיש - אריינגערעכנט מיין אוועטאר וואס איז אויך א פאן פון יענע תקופה.
There is no distinctly American criminal class - except Congress(Mark Twain)
Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags