🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:19 am
הארי פלארי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:21 pm
כ'האב די וואך אפגענדיגט א באטל וויין ביינאכט, א שיינע פאר גלעזלעך צופרי ביי האבנדיג אפאר שמחות כ'י.

כ'וווייס נישט צו דאס איז דער נארם
דו 'ווייסט' נישט!?

פרעג דיין ווייב, זי ווייסט (לויט דיין אויפגעפירעכץ יענע וואך)...
כ'דארף קיינעם פרעגן. כ'ווייס פונקטליך מיין אויפגעפירעכץ.

כ'האב געשריבן אז כ'ווייס נישט צו דער נארם איז אז א מענטש קען טרינקען אזויפיל.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2075
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

זאג א גוטס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:34 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:43 pm
זיך איבערעסן קומט אויכעט פין סטרעס אין דעפרעסיע??
מאור ושמש פ' בהעלותך (ד"ה ויהי העם כמתאוננים):
והעצבון תחלתו הוא שמתגבר בקרבו תאות אכילה, כאשר עינינו רואות האיש אשר הוא שרוי במר"ש רח"ל אוכל בתאוה ורעבתנות ובמהירות
כידוע מהר''נ מברסלב שרייבט אויכט אזוי.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:44 pm
זאג א גוטס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:34 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:43 pm
זיך איבערעסן קומט אויכעט פין סטרעס אין דעפרעסיע??
מאור ושמש פ' בהעלותך (ד"ה ויהי העם כמתאוננים):
והעצבון תחלתו הוא שמתגבר בקרבו תאות אכילה, כאשר עינינו רואות האיש אשר הוא שרוי במר"ש רח"ל אוכל בתאוה ורעבתנות ובמהירות
כידוע מהר''נ מברסלב שרייבט אויכט אזוי.

אלע דאקטוירים זאגן דאס.
רוב איבער-עסן קומען פון:

סטרעס
ליידיג-גיין

נישט ווייל מ׳איז נישט זאט.
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:13 pm
מדרש תנחומא, בראשית יח, יג
יג ויחל נח איש האדמה. כיון שנזקק לאדמה נעשה חולין.
א"ר יהודה ב"ר שלום: בתחלה איש צדיק תמים, ועכשיו איש האדמה, ויטע כרם משנטע כרם נקרא איש האדמה,
שלשה נזקקו לאדמה ונעשו חולין, אלו הן: קין, נח ועוזיה.
קין דכתיב (בראשית, ד) וקין היה עובד אדמה, מה כתיב נע ונד תהיה בארץ,
נח דכתיב ויחל נח איש האדמה ויטע כרם ונתבזה, וישת מן היין
אמרו חכמים בו ביום נטע בו ביום עשה פירות בו ביום בצר בו ביום דרך בו ביום שתה בו ביום נשתכר בו ביום נתגלה קלונו.
ארז"ל כשבא נח ליטע כרם בא שטן ועמד לפניו, א"ל מה אתה נוטע?
א"ל כרם,
א"ל מה טיבו?
פירותיו מתוקים בין לחים בין יבשים ועושין מהן יין המשמח לבבות דכתיב (תהלים, קד) ויין ישמח לבב אנוש,
א"ל שטן: בא ונשתתף שנינו בכרם זה,
א"ל: לחיי.
מה עשה שטן? הביא כבש והרגו תחת הגפן, אח"כ הביא ארי והרגו, ואחר כך הביא חזיר והרגו, ואח"כ הביא קוף והרגו תחת הכרם והטיפו דמן באותו הכרם והשקוהו מדמיהן, רמז לו שקודם שישתה אדם מן היין הרי הוא תם ככבש זו שאינה יודעת כלום וכרחל לפני גוזזיה נאלמה, שתה כהוגן הרי הוא גבור כארי ואומר אין כמותו בעולם, כיון ששתה יותר מדאי נעשה כחזיר מתלכלך במי רגלים ובדבר אחר נשתכר נעשה כקוף עומד ומרקד ומשחק ומוציא לפני הכל נבלות הפה ואינו יודע מה יעשה.
וכל זה אירע לנח הצדיק מה נח הצדיק שהקדוש ברוך הוא פירש שבחו כך, שאר בני אדם על אחת כמה וכמה,
א מוירידיגע שמועס אין די נושא
Rabbi Zecharia Wallerstein ZTL
Addiction: Do Addicts Have Free Choice?

TorahAnytime Links
🎥Video https://MyTAT.me/v251238
🎤Audio https://MyTAT.me/a251238

☎️Dial In (718)-298-2077
Press 9251238#
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

עסן, רייכערן זענען זאכן וואס די תוצאות דערזעהט זיך נישט תיכף, אז א מענטש איז א עדיקט נישט קיין חילוק אויף וואס, דארף ער זיך גיין העלפן.
אבער געוויסע עדיקשאנס איז א סכנה אויף די מינוט אפילו סזעהט נישט אויס פאר דיר אבער די דעמעדזש איז אין די מינוט, השם ישמרנו.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

Kosher Travel האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2022 2:55 pm
איך בין נישט קיין עקספערט אין עדיקשאן, אבער איך האב יא גאר אסאך שטודירט און געליינט אויף די נושא, ווייל מיין אשת חיל איז עוסק אין די נושא, בפרט פאר teenagers.

איך שרייב אביסעלע, אבער איך קום נישט מיט קיין דעת תורה, ווי אויך נישט מיט קיין מעדיקעל עדווייז, פשוט אויסשמיסען אביסעלע.

אין די medical field איז אנגענומען אז עדיקשאן איז א disease.
אמאל האט מען געוויסט אז עדיקשאן מיינט alcoholism, שפעטער אויך אויף אנדערע substance abuse. היינט איז אנגענומען עדיקשאן אויך אויף addictive behavior, למשל געמבלינג, קוקן אומריינע ווידיאויס (איז ער נישט א פשוטער שגץ? מער וועגען דעם שפעטער), וכדומה. דאס מיינט נישט אז דער addict איז נישט אחריות אויף וואס ער טוט. אבער עס איז די מיינונג פון professionals אז עס איז א disease.

און קורצע ווערטער:
The American Medical Association (AMA) classified alcoholism as a disease in 1956 and included addiction as a disease in 1987. In 2011 the American Society of Addiction Medicine (ASAM) joined the AMA, defining addiction as a chronic brain disorder, not a behavior problem, or just the result of making bad choices.
איך האב געהאט א ספאנישע ארבייטער פון קאלאמביע. גאר א געלונגענע מענטש. געמאכט אלע maintenance אין פאבריק. געקענט עלעקטריק, פלאמבינג, וועלדינג, קאמפיוטערייזט קאנטראלס, בוילערס און וואס נישט. מיר האבן געקויפט א גענוצטע אלטע מאשין פאר א האלבן מעלאנע וואס קאסט א פאר מיליאן ניי. ער האט איבערגעווייערט אלע קאנטראלס און עס געמאכט פאר א קאמפיוטערייזט מאשין מיט פארטס פאר בערך 100 אלפים. בקיצור גאר א געלונגענע מענטש. ער פלעגט גיין צוויי מאל איאר קיין Atlantic City מיט פינעף טויזענט דאלער. אמאל פלעגט ער אהיימקומען מיט דאפעלט, אבער רוב מאל מיט גארנישט. אויסגע-געמבעלט. האב איך אים אמאל געפרעגט וויאזוי קומט צו אזא נארמאלע מענטש צו זיין א געמבלער. האט ער מיר געזאגט, איך בין נישט קיין געמבלער. עס איז דא וואס זייער enjoyment איז גיין צו אלע ball games, און ביי מיר איז דאס מיין fun. איך קום מיט די דעת אז ביז פינעף טויזענט קען איך דערלייגן און דאס איז מיין וואקאציע. איז אזוי, אויב וואלט ער געווען א איד, וואלט ער געווען א שגץ, אבער נישט קיין געמבלער. ווען א אינגערמאן קוקט טרייפענע מאוויס, איז ער א גרויסע גראבע שגץ. ער איז אבער נאכנישט קיין עדיקט. אבער... עס הייבט זיך אייביג אהן מיט עבירות, און עס ווערט צוביסלעך אן עדיקשאן. א אינגערמאן וואס שיכורט זיך אן ביי א קידוש אין שוהל, איז נאך נישט קיין אלקאהאליק. אבער פארשטייט זיך, אויב וועט ער זיך נישט אכטונג געבען, איז ער pre exposed אסאך מער צו ווערן אן אלקאהאליק.

נו וואס איז די חילוק פון א שגץ מיט א אלקאהאליק? אדער אפשר נישט אזוי שארף, לאמיר פרעגן בעסער, וואס איז די חילוק פון א אינגערמאן וואס האט ליעב גיטע וויין, און ער קען טרינגען יותר מילומודו ביי מסיבות מיט חברים, ער איז א social drinker, אדער א occasional drinker, צו א אלקאהאליק?

עס איז דא אסאך חילוקים. אבער in my humble opinion מיין איך עס עס איז דא איין צווישענשייד, וואס איז אייביג אמת:

א social drinker, א אינגערמאן וואס קוקט ליידער מאוויס וואס מען טאר נישט, א טאטע וואס גייט געמבלינג אין אטלאנטיק סיטי, אבער... ער ווייסט אז עס איז דא consequences און ער רעכנט זיך דערמיט, ער איז נאכנישט קיין עדיקט. ער מוז ארבייטען אויף זיינע שלעכטע מידות, ארבייטען אויף זיין כעס, אויף זיין יראת שמים, אויף זיין relationship מיט זיין משפחה. ער האט אבער נאכנישט קיין דיזיס. משא"כ א עדיקט, ער ווייסט אז עס איז דא consequences, אבער ער קען נישט אויפהערן. ער ווייסט אז די רענט איז שוין נישט באצאלט דריי חדשים, ער ווייסט אז די גראסער לאזט שוין בשום אין אופן נישט אויפשרייבן, און ער האט צוגעזאגט מיט טרערן פאר די ווייב, אז היינט דאנערשטיג ברענגט ער אהיים זיין paycheck, און די וועסט קענען גיין אין גראסערי. און ער האט עס באמת געמיינט הונדערט טויזענט פראצענט. קומט דאנערשטיג 7 אזייגער, והילד איננו. די ווייב מיט די קינדער ווארטן, וויינען, רופן און בעטן, ער הייבט נישט אויף די טעלעפאון. ער איז צירוק אין Atlantic City. ער האט ציגעזאגט פארן רב אז ער גייט מער נישט טרינקען, די ווייב האט מסכים געווען אים צו געבען די לעצטע another chance, אבער וואס ווען ווי, ער איז געווען ביי א קידוש און געטרונקען נאכאמאל. בקיצור, ער קען נישט אויפהערן אפילו ער וויל. און דאס איז אויך דא מיט בחורים און מיידלעך וואס זענען געווארן עדיקטעט צום אייפאון. זיי קוקן מאוויס שבת ביינאכט. זיי וויינען נאכדעם און זענען convinced אז זיי זענען אזוי עקעלדיג אז דער אייבערשטער גייט זיי צומאלן עני סעקאנד. זיי טרעפען א משגיח אדער principle (וואס עס נעמט גאר אסאך courage דאס צו טוהן) און ענדליך נאך חדשים זיך איינהאלטן, עפענען זיי זיך אויף זייער צובראכענע הארץ און וויינען זיך אויס, און ארבעטען זייער שווער תשובה צו טוהן, און זאגן צו אז זיי גייען דאס מער נישט טוהן, און קומט נאכאמאל ליל שבת, זיי פאלן אדורך. דאס איז עדיקשאן. און יא, מען קען זיך העלפען, אבער עס איז זייער שווער, און מען דארף ממש זיין גרייט מקריב צו זיין א קרבן.

עס איז דא help!
פון די גרעסטע עקספערטן ביי די גוים אין אמעריקא, איז געווען דער הייליגער פרומע חסידישער דאקטאר, Rabbi Doctor Twerski זצ"ל. ער האט געשריבן אהן א שיעור ביכער וועגען די נושא.

=======================================
אמאל געווען האט געשריבן גאר גוט וואס מיינט עדיקשאן, גלייך פאר מיין תגובה. קוק צירוק די לעצטע תגובה.

איך קום נישט דא אים אויסצובעסערען, נאר פשוט אביסעלע מרחיב זיין וואס ער האט געזאגט.

מען קען צופלאצט ווערן ווען א עדיקט קומט נאכאמאל אהיים שיכור. ער קערט נישט אויף אונז? פארוואס פארשעמט ער אונז? פארוואס טוט ער עס נאכאמאל? ער האט דאך צוגעזאגט. ער האט אפילו געוויינט ווען ער האט צוגעזאגט, האב איך געמיינט אז ער קעירט יא פאר אונז, איצט קומט אויס אז די טרערן זענען אפילו נישט געווען עכט!

מען קען נישט פראבירן צו פארשטיין אן עדיקט. אבער אויב איז מען א spouse פון אן עדיקט, איז וויכטיג צו גיין צו סופראט גרופעס פאר spouses.

נאך א נושא: איך קום נישט דא זיך אהנעמען פאר addicts און פאר זייערע מעשים טובים. at the end of the day זענען זיי אחריות אויף זייערע מעשים. אבער עס איז א פאקט, אז גאר אסאך מאל (נישט אייביג!) איז דער עדיקט דווקא א פיינע איידעלע נשמה. זיי קענען נישט דערליידן עוולות, אבער האבן נישט די דרייסט זיך נישט צו לאזן. איך קען אן עדיקט וואס איז געוואן א הייליגע בחור, ער האט אינוועסטעט אין א ביזנעס מיט כלומרשט פיינע בעל בתיש'ע מענטשען וואס האבן אים אפגערויבט אויף גאר א מיסע אופן. ער פלאגט זיך איצט זייער מיט פרנסה. ער איז א alcoholic. ער האט באגראבן זיינע געפילען אין די ביטערע טראפען. מען זאל אונז נישט פראבירן. ער גייט צו פראגרעמס און ער ווייסט אז ער קען נישט גיין צו געוויסע שמחות, ווייל עס וועט אים געבען א trigger און ער וועט טרינקען. און עס איז בכלל נישט helpful וועט די גאנצע משפחה מיט אלע חבירים רייסן אים אראפ איעדעס מאל ער קומט נישט צו א שמחה. ער טאר נישט גיין. עס איז פאר אים פיקוח נפש. Once an addict, always an addict. ער איז קיינמאל אויסגעהיילט. ער קען זיין sober פאר יארן, אבער ער מוז ארבייטן אויף זיך איעדען טאג. רבנים און טעראפיסטן וואס טוען אין די נושא הערן כסדר פון מאמעס, from all my children, why he?
He was my most sensitive child??!!

איך האב אביסעל מאריך געווען. עס איז דא אסאך מהלכים וויאזוי משפחה, עלטערען, ישיבות, מחנכים זאלן צוגיין צו די זאכן.
unconditional love, KIPS, tough love, מער discipline, וכו'. מהלכים וואס זענען זיך סותר. איך האב נישט די דעת תורה בכלל אריינצורעדען. אבער ווי אמאל געווען האט געשריבן, עס זאל זיין אן awareness ביים היימשען עולם אויף די נושא. און זאל השי"ת זיך מרחם זיין אויף אונז אלע, און העלפען אפווישען די טרערן פון אלע אידישע קינדער וואס זענען עפעקטעט פון א עדיקט, און ער זאל געבען די כוחות פאר די עדיקטס אליינס זיך צו שטארקען.
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
lemon
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:24 am

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lemon »

איך האב אמאל געהערט א ווארט אז ביי חסידים ווען מען טרינקט לחיים פילט מען אן א פילע גלעזל און מען טרינקט האלב ווייל אויסטרינקען א פילע גלעזל איז צופיל און פארוואס פילט מען נישט אן נאר האלב ווייל נאכן טרינקען וועלן מענטשן מיינען אז מען האט געטרינקען א גאנצע גלעזל. . .
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

אן א נאמען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:37 am
קען איינער ביטע מסביר זיין
מציאות איז סדא סאך מער מענטשן וואס זענען קראנק און שטארבן פון זיך איבערעסן אדער נישט ריכטיג עסן, און יא, סדא סאך מער ציפליקטע שטובער אלמנות, יתומים פון דעם
כגלייב מקען דאס קאנפירמען מיט הצלה, פארוואס פאלט קיינעם נישט ביי צו טון עפעס וועגן דעם?
זיכסט א הסבר, נו הער זיך איין.

ווייז מיר איין משפחה, וואס דער ראש המשפחה איז איבערוואגיג, האט ציקער און הארץ קראנקהייטן, וואס האט עטליכע גט׳ליכע קינדער (יא, איך האב געשריבן עטליכע), איין אדער מער או. טי. די. קינדער, און ״אלע״ אנדערע זענען נארמאלע מענטשן בלויז אדאנק די המצאה פון אנטי-דיפרעסענט מעדיקעישן.

און איך וועל דיר דאס אנווייזן ביי צעהן משפחות וואס דער טאטע איז אן אלקאהאליק.

ניין עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

התחברות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:16 pm
שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:44 pm
זאג א גוטס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:34 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:43 pm
זיך איבערעסן קומט אויכעט פין סטרעס אין דעפרעסיע??
מאור ושמש פ' בהעלותך (ד"ה ויהי העם כמתאוננים):
והעצבון תחלתו הוא שמתגבר בקרבו תאות אכילה, כאשר עינינו רואות האיש אשר הוא שרוי במר"ש רח"ל אוכל בתאוה ורעבתנות ובמהירות
כידוע מהר''נ מברסלב שרייבט אויכט אזוי.

אלע דאקטוירים זאגן דאס.
רוב איבער-עסן קומען פון:

סטרעס
ליידיג-גיין

נישט ווייל מ׳איז נישט זאט.
not true other reasons also
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ס'איז ביי מיר ברור אז ס'איז דא מענטשן וואס זענען אדיקטעד צו אייוועלט, ממש מיט אלע פרטים פון די אפעציעלע אדיקשען דעפינאציע.

אלא מאי זאל איך אויסשרייען צו אבימלך אז ער זאל אויפהערן שרייבן נייעס אויף אייוועלטווייל געוויסע מענטשן ריפרעשן זיין נייעס בלאט 800 מאל פער שעה פאר 15 שעה פער טאג? אוודאי אז נישט! אייוועלט אן אבימל? חס מלהזכיר!

אוודאי איז אלקהאל שעדליך פאר זיך און אייוועלט איז נישט שעדליך, א שיכור מיט אנגעבראכענע קליידער ברענגט ארויס פאראיבל ביי זיינע ארומיגע, ליינען און שרייבן אויף אייוועלט 20 שעה א טאג ברענגט נישט ארויס די זעלבע מאס אפשיי, אלקהאל מאכט שאדן צום מח און צום קערפער און אייוועלט טוט דאס נישט, ריכטיג, אבער אדיקשען איז גענוג א שעדליכע מציאות פאר זיך אפגעזען צו עס איז באגלייט מיט אפשיי, אדיקשען איז א חורבן פאר א מענטש און אייוועלט איז אדיקטעוו צו א מיעוט פון די מענטשהייט און יעדער פארשטייט אז אייוועלט איז נישט די פראבלעם וואס מען דארף אויסראטן, עס איז די אדיקשען וואס מען דארף מסדר זיין, אלקאהאל איז נישט צופיל אנדערש, צו זאגן אז קיינער זאל זיך נישט וואגן צו טרונקן א אונס משקה איז א איבערגעטריבנע סטעיטמענט.
זקן מלא רחמים.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5886
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:46 am
צו זאגן אז קיינער זאל זיך נישט וואגן צו טרונקן א אונס משקה איז א איבערגעטריבנע סטעיטמענט.
ווער האט דאס געזאגט?
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

לאקאלער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:07 pm
אין א סייד נאוט:
די תורה אליינס האט געפילט פאר וויכטיג צו דערציילן אין די ערשטע סדרות א מעשה מיט נח און א מעשה מיט לוט וועלכע האבן ביידע זיך נישט גוט געענדיגט...

און ביי לוט זעהט מען ער איז גאר געווארן אן אדיק! זעה רש"י אויפן פלאץ...
שיינע טייטש אין רש״י, קיינמאל געטראכט.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

שווערע לעw סויט דורך די וויין און ברוינפן פירמעס אנטקעגן אבימלך ענד קא.

ווי ס׳ווערט באריכטעט זענען די ציפערן שרעקליך געפאלן זייט די אל תשתה אשכול און דאס האט געברענגט א שווערע אויפברויז ביי די גרויסע פירמעס.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2075
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:29 am
שווערע לעw סויט דורך די וויין און ברוינפן פירמעס אנטקעגן אבימלך ענד קא.

ווי ס׳ווערט באריכטעט זענען די ציפערן שרעקליך געפאלן זייט די אל תשתה אשכול און דאס האט געברענגט א שווערע אויפברויז ביי די גרויסע פירמעס.
אויך פון די קלינערס וואס האבן געמאכט שיין געלט פון קלינען וועכנטלעך די פארשמירטע בגדים ..
א'מרעט שוין
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 08, 2022 5:19 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א'מרעט שוין »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:32 am
אבימלך איז גרייט אויפצוגעבן אלעס אפילו אויב עס זאל אים קאסטן גילו, דער עולם כאפט וואס דא גייט פאר?
פארוואס טייטש מען אריין אין זיין לעצטע שורה און מ׳מאכט עס אוועק???? ווי איז אביסל פארשטענדעניש???
ער ווייסט אויך - האט געוואוסט - אז א גלעזעלע לכבוד שבת איז לכבוד שבת, ״ביז״ ער האט געזעהן וואס א גלעזעלע ״קען״ צוברענגען.
איך בין זיכער אז יעדער דא וואס טרינק א גלעזעלע, ווען מ׳זעהט עס מיט די אויגן, און מ׳נעמט ארויס געלט פון טאש צו ראטעווען א משפחה, באקומט דער ״גלעזעלע״ א נייע אפטייטש!
איך בין זיכער אז אבימלך אליין ווען נאך קומען צו זיך פונעם טראמא, און אמאל געבן לחיים אויף א שלינג בראנפן. אבער דאס דארף קומען מיט א ״עווערנעס״ אז טרינקן ״א גלעזעלע״ איז א שפיל וואס ״קען״ קאסטן דעם לעבן פון זיך מיט די משפחה און די קינדער. אי-ריווערסעבּל דעמעדש לעולמי עד!!!

די גמרא זאגט, לא ראיתי לא שמעתי אני ראי.
ווייל דו ווייסט נישט, מיינט נישט אז ס׳איז נישט אזוי.
איך ווייס אויך פון שטובער וואס זענען געגאנגען ״חרוב און מיט די קינדער״ צוליב דעם איינעם ״גלעזעלע״.

איך האב אויך אין באזיץ ברוינפן פאר אמאל לכבוד שבת, אבער איך קוק עס אן מיט זייער ערענסטע אויגן, און מיט שטארקע אחריות.
ס׳איז סיי דאס זיין באוויסטזיניג וואס מ׳טוהט, און בעיקר וויאזוי מען טרינקט עס.

מ׳קען יארן לאנג פארנעמען עטליכע שאט קאפס ברוינפן שבת צופרי, ביז איינמאל ווען מ׳איז שטארק סטרעססט פון עפעס וואס דריקט אויפן געוויסן, צו ס׳איז ביזנעס, אדער א אנדערע אישו, און מ׳טרונקט נאר נאך איין גלעזעלע ״לכבוד״, וואס דאן מאכט די מוח די קאנעעקשאן, און די עדיקשׁן איז אפ ענד ראנינג. אנפאנג כאפט מען זיך נישט, אפילו ווען אנדערע זאגן, לייקענט מען עס, ווייל מ׳האט יארן לאנג פּרוף, ביז מ׳טרעפט זיך ארויסזאגן פון מויל וואס מ׳דארף נישט, (איינע פון די סימפאטען פון עדיקשן) און פון דארט ביז דער גהינם אויך דעם וועלט פאר זיך און פאר די משפחה, איז ליידער א מציאות.

יעדער דא וואס זאגט אז ער טרינקט שבת, ווילעך וויסן צו איך מעג כאפן א שמועס מיט זיין ווייב און קינדער. יו וויל בּי סורפּרייזד.

אפילו קידוש מאכן פרייטאג ביינאכט אויף דער גרויסן שיינעם בעכער וויין, לייגט ארויף א מענטש אויף די שינעס… מ׳קען ווייטער פירן א הערליכן שבת טיש, ס׳איז אבער אנדערש… מ׳איז עטליכע פיס העכער, און מ׳טראכט נישט קיין צוויי פארן שיסן סטעיטמענטס.

אויב איינער טרינקט דעם גלעזל טאקע ווייל ער וויל פארן העכער, איז עס שוין עדיקשן!
עדיקשן האט מדריגות. טויזנעטער אידן טרינקן, און א ריזן צאל דערפון ליידן די ארומיגע למחצה לשליש ולרביע.

וויפיל פרויען און קינדער, שעמען זיך אוועק ווען זייער מאן/טאטע נעמט זיך רעדן פאר פייער און וואסער? וויפיל טראמפ פאליטיק פאנגט זיך אן נאך דעם קידוש מאכן? אסאך!!!

וועם עס שמעקט נישט צו הערן/ליינען דאס, איז א סימן אז ער איז אויך עדיקטעד צו א געוויסע לעוועל.

וואס טוט מען מיט דעם ספר החינוך?


Screenshot 2023-12-28 235809.png
Screenshot 2023-12-28 235809.png (329 KiB) געזען 3083 מאל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שוין געשריבן.
קליינע בעכער
איין שלינג.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ויין ישמח לבב אנוש.
אסאך מצוות טוט מען דווקא מיט וויין.
ומלכי צדק הוציא לחם ויין.
ניסוך היין בבית המקדש.
קידוש.
חיוב לשתות יין במועד.
ויקרא שמו בישראל - על היין.

אבער... ווען מען עס איז א מצוה. און עס איז פאר רוב מענטשען.
אויב אבער איז מען עדיקטעט, אויב איז מען אן alcoholic, איז עס אן עבירה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

לאקאלער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:07 pm
אין א סייד נאוט:
די תורה אליינס האט געפילט פאר וויכטיג צו דערציילן אין די ערשטע סדרות א מעשה מיט נח און א מעשה מיט לוט וועלכע האבן ביידע זיך נישט גוט געענדיגט...

און ביי לוט זעהט מען ער איז גאר געווארן אן אדיק! זעה רש"י אויפן פלאץ...
די מדרש זאגט: אין לך כל שבת ושבת שאין קורין בו מפרשתו של לוט.
קוקט אריין אין הייליגען תפארת שלמה אויפן פלאץ, ווי אויך ערגעץ אנפאנג פון פורים תורות, וועט איר טרעפן גאר הויכע ענינים לגבי די כוונות פון קידוש. כוונת וואס מיר אלע קענען ניצן, מפרשתו של לוט.
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

אין חב"ד האט די רבי גוזר געווען אז ביז די 40 מעג מען נישט טרינקען מער ווי א רביעות, איי קידוש? ניצט מען א קליינע בעכער כשיעור ר" חיים נאה, און מען ענדיגט נישט די בעכער.
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

אינעם היינטיגן עמוד יומי
◄ ווייז ספוילער
אילן שאכל ממנו אדם הראשון, רבי מאיר אומר: גפן היה, שאין לך דבר שמביא יללה (בכיה) על האדם אלא יין, שנאמר: וישת מן היין וישכר
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:04 pm
שוין געשריבן.
קליינע בעכער
איין שלינג.
פון וויין וואס נאך א רביעית קען מען מער נישט פסק'ענן און שטיין פאר א קעניג.
הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי


לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צ''ק
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:33 pm
גאר א וויכטיגע מעסעדש פון א היימישע איד וואס זיצט ליידער פארשפארט אין תפיסה. ווידיאו
Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

איד27 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:33 pm
כגיי פראבירן צו סך הכל'ן לפי הבנתי ביז אהער.
סאיז דא דריי סארטן טרינקען.

1 טרינקען לשם לחיים\קידוש וכדומה
2 זיך אנטרינקען
3 אלקהאליק\ עדיקשאן

מאכן א לחיים איז תלוי לפי מנהגים און לפי היכולת אבער מיט א ניכטערן בליק
זיך אנטרינקען איז א תוצאה פון טרינקען מער ווי די יכולת וואס די בעסטע מעסטונג פאר דעם איז די משפחה ארום פאר קיינעם שמעקט נישט א שיכורע מענטש
נאכדעם איז דא די דריטע וואס דאס איז די שווערסטע אבער עס ליגט אויף א דינע בענדל דאס קען געשעהן פון א פשוטע לחיים וכו' און סאיז א סכנה פונקט ווי אלע סארט עדיקשן וואס סאיז ליידער מצוי וואס ווערט ערגער און ערגער און מדארף אויפרודערן די וועלט.
איך האב יעצט אריינגעבאמפט דא
די האסט זייער גוט געשריבן אבער זייער קורץ
איז וועל איך פראבירן אביסל בעסער מסביר צו זיין וואס מיינט עדיקשן און וואס איז די שטערקסטע סימנים אז מ'איז אן עדיק
א געווענדליכע מענטש ווען ער טרינקט נישט קיין חוליק די סיבה צו וויל ער גלייכט די עצם ווין אדער אלץ די מצוה חלק שבוי און אפילו ווייל ער וויל ווערן אביסל היי גלייכט ער אבער הנאה דערפון און ער ווערט זאט און ער קען טרינקען מיט א גביל
מא שאין כן אן עדיק ווערט נישט זאט דערפון און וויפיל ער טרינקט דארף ער אייביג נאך אדער בכמות אדער באיכות
און די צוויי שטערקסטע סימנים אז מען איז אן עדיק
1) מען דארף אייביג מער
2) איינמאל מען הייבט אן טרינקען איז מען בכלל נישט און קאנטראל
ממילא איינער וואס האט דעי צוויי סימנים אפילו למחצה ולשלש זאל ווי שנעלער גיין צו העלפ
Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

Bentzion האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 2:04 am
איד27 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:33 pm
כגיי פראבירן צו סך הכל'ן לפי הבנתי ביז אהער.
סאיז דא דריי סארטן טרינקען.

1 טרינקען לשם לחיים\קידוש וכדומה
2 זיך אנטרינקען
3 אלקהאליק\ עדיקשאן

מאכן א לחיים איז תלוי לפי מנהגים און לפי היכולת אבער מיט א ניכטערן בליק
זיך אנטרינקען איז א תוצאה פון טרינקען מער ווי די יכולת וואס די בעסטע מעסטונג פאר דעם איז די משפחה ארום פאר קיינעם שמעקט נישט א שיכורע מענטש
נאכדעם איז דא די דריטע וואס דאס איז די שווערסטע אבער עס ליגט אויף א דינע בענדל דאס קען געשעהן פון א פשוטע לחיים וכו' און סאיז א סכנה פונקט ווי אלע סארט עדיקשן וואס סאיז ליידער מצוי וואס ווערט ערגער און ערגער און מדארף אויפרודערן די וועלט.
איך האב יעצט אריינגעבאמפט דא
די האסט זייער גוט געשריבן אבער זייער קורץ
איז וועל איך פראבירן אביסל בעסער מסביר צו זיין וואס מיינט עדיקשן און וואס איז די שטערקסטע סימנים אז מ'איז אן עדיק
א געווענדליכע מענטש ווען ער טרינקט נישט קיין חוליק די סיבה צו וויל ער גלייכט די עצם ווין אדער אלץ די מצוה חלק שבוי און אפילו ווייל ער וויל ווערן אביסל היי גלייכט ער אבער הנאה דערפון און ער ווערט זאט און ער קען טרינקען מיט א גביל
מא שאין כן אן עדיק ווערט נישט זאט דערפון און וויפיל ער טרינקט דארף ער אייביג נאך אדער בכמות אדער באיכות
און די צוויי שטערקסטע סימנים אז מען איז אן עדיק
1) מען דארף אייביג מער
2) איינמאל מען הייבט אן טרינקען איז מען בכלל נישט און קאנטראל
ממילא איינער וואס האט דעי צוויי סימנים אפילו למחצה ולשלש זאל ווי שנעלער גיין צו העלפ
און ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז ס'איז א סיילענט קילער דהיינו קודם מאכט מען נאר קודש שפעטער דארף מען אויך נאך די פיש און שפעטער אויך נאך די זיפ און פארשטייט זיך א קאלטע ביר און דעיס איז אפשר גאנץ נארמאל אבער דעיס קען אויך זיין (ס'מיז אבער בכלל נישט זיין) א סימן פאר עדיקשן איז די וועג זיך צו טשעקן איז למשל אויב הייבט מען אן פילן אז די אלקהל ווערבט אויס מיז מען טרינקען נאך איז עס א שווארצע סימן נאך א שטארקע סימן איז אז עס גייט אויף די חשבון פון אנדערע זאכן למשל די ווייב קינדער מנחה וכדומה.. און עס באדערט אבער מיט דעים אלעם האט מען כל מינע תריצום
און נאך א סימן איז אז מען טוט זאכן וואס מאכט נישט עכט קיין סענס למשל אז מען טרינקט א יעדע וואך פאר קבלת שבת... א חוץ אויב מען טוט אזוי און דיין קהילה
Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

און צו אביסל בארוהיגן די אוילם וועל איך אויך געבן אפאר סימנים וואס ווייזט אז מען איז נישט קיין עדיק
איינער וואס טרינקט נאר ווען ס'איז אן אניון
למשל איינער וואס מאכט קידוש אויף וויין, מקפיד צו טרינקען יעדן טאג יום טוב אפילו חל המוד, פירום, טרינקט ברוינפען נאך די פיש, און אויב ווייל ער מאכן קידוש שבת צופרי און ס'איז נאר דא ברוינפען אדער אזוי טוט מען ביי זיי און די משפחה וועט ער טרינקען ברוינפען וכדומה
איז אזא דארף מענטש דארף זיך בדרך כלל בכלל נישט זארגן
וואס הגם פאר עדיק איז א סכנות מוות אפילו א משהי, אבער דעיס אז עס בלייבט ביי דעים איז א סימן אז מען איז נישט קיין עדיק בדרך כלל (אבער אויב מען טרעפט כסדר נייע אנינום קען עס יא זיין א רעד לייט)
אבער פארשטייט זיך איך רעד נאר פון איין בעכער אבער אויב טרינקט מען אויך אינמיטן די סידה אדער מען מאכט קידוש אויף מער ווי איין כוס וכדומה איז הגם ס'מיז בכלל נישט מיינען אז מען איז אן עדיק אבער ס'איז נישט גערענטיט אז נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”