טראכט עס איבער!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

טראכט עס איבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

ווער געדענקט נאך די שפיל יואיוא? אוי זיסע זכרונות אראפ ארויף וחוזר חלילה מיטן רונדיכיגן עק, מיט די שטריק אין די הענט האט זיך די רעדעלע געוואלגערט אין לופטן אהין און צוריק, בעת וואס פונעם שפיל איז גארנישט געבליבן פונעם שפיל, איז די משל אייביג געבליבן ווען איינער שפירט זיך ווי א נאר אויסגעשפילט פון אלע זייטן בלייבנדיג הענגן אין די לופטן.

אט אזוי פילט משה ווען ער איז געבליבן אליין, געמיינט האט ער פון פריער אז אלעס וועט גיין גלייך, אבער פארט איז עס קרום געפארן אזוי ווי נאר קרום קען, על אף ער האט אייביג געטראכט אז אפשר דאך ס'איז דא פרישע אפשענס קען מען פראבירן, ביזדערווייל האט זיך אלעס פארקערט אויסגעשפילט און אנטקעגן איהם איז עס געגאנגען כאדאראם, פראבירט צוציען אהער צוציען אהין און אנגעקומען צום זעלבן אליין.

ס'איז נישט שייך צו אראפ שרייבן די געפיל פון בלייבן אליין, אזאך ווי אזוי מען גייט עס אדורך איז עס זייער שווער, די תורה זאגט לא טוב וואס די גמרא לייגט צו אז אלעס וואס מען איז ריכטיג קונה איז ווען מען איז חתונה געהאט, זיין אליין ביסטו במציאות א אנדערע זאך.

דאס אז מען זאל עס אננעמען אקעי ווייל ס'איז אריינגעקומען פון די ליבעראלע וועלט אז מען דארף נישט חתונה האבן אדער נעמט מען גאר פון דארט די דיסקריעפשן ווי אזוי חתונה געהאטע לעבן דארף אויסזעהן, חתונה האבן אין אונזער סאסייעטי איז א אנדערע זאך אונז לעבן א אנדערע סארט לעבן מען וואקסט אויף מיט א פונקטליכע סדר פון געבורט און מיט א אמת און ווען די סדר פארט ארויס פון גלייכגעוויכט איז מען נישט קיין מענטש דאס איז חוץ וואס די לעבן ווערט צופארן.

ס'איז דא וואס קוקן עס מיט א בליק אז מען קען אויפטהון ווען מען איז אליינס וואס ס'איז אפשר אמת פאר געוויסע, אבער זעהנדיג און שפירנדיג די ווייטאג איז פשוט אומפארשטענדליך ווי אזוי מען קען אנקוקן אנדערש כהאב היינט געטראפן איינעם וואס איז אליינס אכט יאר די ווייטאג די צער סאיז מרפסין איגרא הימל און ערד קענען זיך צאמקומען.

און דאס האט מיך באוואויגען צו שרייבן כלפי די וואס מען הערט אנדערע וואס גט'ן איך בין קיינעם נישט דן, כ'ווייס ווי אזוי ס'איז ווען מען איז צוזאמען אבער צו דיר טייערע חבר זיין אליין איז גארנישט בעסער מען האט דיך אפשר צוגעזאגט אז די גייסט שנעל טרעפן א צווייטן אמן והלוואי די מציאות איז בכלל נישט אזוי טראכט עס איבער אין די מיינד אויב חלילה חלילה די גייסט בלייבן אליין צען יאר און מער לוינט זיך עס אדער נישט אפילו א יאר איז צופיל סאיז נישט מעגליך צו שרייבן קלארער פאר א גרוש איז יעדע מינוט א נסיון די יאוש די גילט די שעים וכהנה וכהנה סאיז א וויי געשריי טראכט עס איבער.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4029
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: טראכט עס איבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »



און אפילו מען טרעפט שוין א צווייטן, איז עס שוין א צווייטע,, ביז מען שפירט דעם ”אלך ואשוב אל אישי הראשון..” נאכדערצו ווען יענער ברענגט מיט אייגענע קינדער.
אוי! איך בעט דיר!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”