ראקעפעלער

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ראקעפעלער .jpg
ראקעפעלער .jpg (134.63 KiB) געזען 1967 מאל
ראקעפעלער ביי די 93.jpg
ראקעפעלער ביי די 93.jpg (175.77 KiB) געזען 1967 מאל
ראקעפעלער ביי די 93 יאר

דא גיי איך באשרייבן א פערזאן וואס זיין נאמען איז ברייט באקאנט: ”ראקעפעלער”!
זיין נאמען מאכט א סטעיטמענט און איז גאר באוואוסט פאר היסטאריע ליבאהאבער.
ידעתי גם ידעתי, אז דא אויפן וועלטל איז היסטאריע א אויסגעלאשענע לעכט, וועל איך פרובירן אביסל עס צו אנצינדן, ווייל פאר דעי וואס האבן נישט ליב היסטאריע וועלן נישט ליב האבן גארנישט דערפון, און די וואס האבן עס ליב וועלן ליינען אפילו נישטיגע שטיק היסטאריע, היות עס ציעט זיי.
דא האט זיך אנגעהויבן א שטיקל שמועס וועגן דעם. אבער לאמיר עס צונעמען אביסל ברייטער און אינטערעסאנטער בעז”ה.

לאמיר אנהייבן מיט דעם אז ראקעפעלער ווערט געשאצט אז ער האט פארמאגט אזויפיל ווי 418 ביליאן היינטיגע דאלאר (ס’הייסט אזוי, דזשעף בעזאס איז כהיום יום ווערד א נישטיגע 200 ביליאן, און דער אינגערמאן האט פארמאגט מער ווי דאפעלט דערפון...)

דזשאן דעיוויסאן ראקעפעלער איז געבוירן א צווייטער פון זעקס קינדער פון א ארימע משפחה (!) אין ריטשפארד ניו יארק, כ”ו תמוז תקצ”ט- July 8 1839 למס’.
זיין טאטע וויליאם עהברי וואס ווערט גערופן ’ביל’ ראקעפעלער, דער ביל איז געווען א אורח (סארי פאר די שיינע אויסדרוק אויף אים...), ער האט פארקויפט מעדעצינען און ביליגע שמאנצעס אויפן מארק, און אזוי געלייזט עטליכע דאלער, איין זאך האט ער זיכער געמאכט אויסצולערנען די קינדער, אז מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום מענטש אויף דעי וועלט (גערעכט איזער), און ראקעפעלער איז אזוי אויפגעוואקסן און געארבעט ביטער שווער צו פארדינען געלט, ער האט געאקערט אין פעלד, און זיך אנגעפאקט אסאך געלט, ביז די 12 האט ער שוין פארמאגט גאנצע 50 דאלער.. און זיין מאמע האט אים גע’עצה’ט אז ער זאל פארבארגן די פופציגער פאר א ארטיגער אנדערע פעלד ארבעטער און אז יענער זאל אים דארפן באצאלן ביז א יאר מיט ריבית 7 פראצענט מער, און אזוי, די נעקסטע יאר איז יענער געקומען באצאלן די 35 אהאלב דאלער, דעמאלטס האט ראקעפעלער געכאפט די מהלך פון געבן ווייניג און צוריק באקומען סאך מער דערפון אז יארן שפעטער האט ער זיך אויסגעדרוקט אויף דים: ”דעמאלטס האט עס געמאכט אזא איינדרוק אויף מיר, אז איך וועל געבן פאר די געלט זאל ארבעטן פאר מיר, אנשטאט איך זאל ווערן א קנעכט פאר די געלט...”

ביי די 13 איז ער אריין אין קאלעדזש, זיך געלערנט דארט פארשידענס, ביי די 15 האט ער אפגעלאזט דעם קאלעדזש, און זיך געגאנגען לערנען אין א סקול אלע סארט לימודים ארום פירן א באנק, נאך א שטיק צייט האט ער באקומען א ארבעט ביי איינעם צו פירן זיינע חשבונות, פאר 15 סענט א טאג (בערך 10 דאלער היינט).

ער האט פיינט געהאט די קנעכטשאפט וואס האט דאן געווען די הויפט מדובר אין אמעריקא, און אין 1860 למס’ האט ער טאקע געוואויט פאר פרעזידענט עיברעהעם לינקאלן וואס האט זיך געשלאגן קעגן קנעכטשאפט. ראקעפעלער איז געווארן א רעפאבליקאנער, וואס דעמאלטס איז עס נאך געווען א נייע פארטיי.

וואס אונז אידן קענען זיך אפלערנען פון דעם גוי, איז אז ער האט געטיילט געלט פאר ארעמעלייט אין ווערד פון (היינטיגע) 100 ביליאן דאלער!
און נאך א זאך וואס ער האט צוטוהן מיט אונז אידן, איז די אויפבוי פון די באוואוסטע פאליסעידס, וואס ער האט באצאלט, דאס טראגט אויף זיך טעגליך טויזענטער אידן און שפארט איין פון די וואס פארן אויף איר צו צאלן טאל (שטייער).
ער האט אנגעפירט א ריזיגע אויל ביזנעס וואס אסאך ווערט געשריבן דערוועגן, איבער זיין מאנאפאלי אין ביזנעס.

א חכמה בגוים תאמין’דיגע ווארט איז דא פון אים: ”האב נישט מורא צו מוותר זיין אויף גוטס, כדי צו באקומען די בעסערע”!
אויך האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט פון נאך אזא פארשעמנדע זאך ווי א מענטש וואס זיין ארבעט איז צו מאכן געלט פאר נאך געלט!

ביי די 16 יאר האט ער געזאגט אז ער שטרעבט אין לעבן אויף צוויי זאכן: צו לעבן ביז די 100, און צו האבן אין באזיץ הונדערט טויזענט דאלער... (יע יע, א מענטש טראכט און גאט לאכט)

ער איז געשטארבן ביי די 97 יאר.

טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף!
לעצט פארראכטן דורך אונטערגעשריבענערהייט אום פרייטאג יוני 14, 2024 5:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

רבי דאס איז הערליך באשריבן!
זייער קלאר און ציענדיג!
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זייער שיין אין אינטערסאנט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

זייער אינטערעסאנט, יישר כח.
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

פיינעלי אביסעל היסטאריע!
פיין געשריבן ש'כח!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3431
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

Wow ! שוין לאנג געוואלט וויסן ווער איז דאס געווען "ראקעפעלער" , זייער גוט געשריבן !!
_
רעדנדיג, איז געווען אמאל א אנגעזעצטער מיט א גרויסן בארג וועלכער האט זיך אריינגעזעצט אין סענטרעל פארק... https://drive.google.com/file/d/1PdAyNP ... p=drivesdk
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ווען קומט א באשרייבונג איבער @ראטשילד ?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

WOW נעקסט לעוועל!!

"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8863
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הערליך געשריבן!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Wow!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שכח זייער אינטערעסאנט !!
Willy
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

👍
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

בוקמארקד
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע:שול

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

יישר כוח גדול, קיפּ איט קאמינג, מ'דראף מער היסטאריע!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

יישר כח אלע טייערע מגיבים און לייק’ערס!!!
מיין לייק קנעפל ארבעט נישט אויף צוריק.. אבער איך האף ענק צו ברענגען נאך אזעלכע סחורה אי”ה, אין די נעקסטע וואך.
ווער עס וויל באקומען א נאטעפיקאציע ווען איך לייג די נעקסטע קען זיך סובסקרייבן צו מיין מפתחות אשכול, דרוקט אויף מיין אונטערשריפט, און סובסקרייב.
@מיניטשער וועלט איך האב טאקע געזוכט גאר לאנג א וועג ארויפצולייגן דעם באליבטן ניגון.. אבער נישט געטראפן, יישר כח פארן מזכה זיין דעם עולם!!
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער שיין, איין הגה נישט צום נושא... היסטאריע איז נישט קיין אויסגעלאשענע לעכטל דא אויפן וועלטל.
חובבי היסטאריע לייגן ווייניגער לייקס ווי חובבי זינגערס און פאליס טשעסעס דו"ק ותמצא...
מען דארף פשוט אנגיין אפילו אן די לייקס וכו', דער עולם האט הנאה מיד ולדורות.
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ער איז דער ערשטער ביליאנער אין די וועלטס היסטאריע.

דוכט זיך אז ער א יודיש אפשטאמיגער פון דייטשלאנד.

אסאך קאנספיראציע טעאריע'ס זענען געוואנדן אין זיין ריכטונג.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3940
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

וואו ליגט זיין געלט יעצט? ווער איז געווען זיין יורש? וויאזוי האט ער צעטיילט זיין ירושה?

וואו איז מאניש?
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ראקעפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

נאך איבער זיינע מעשים טובים
viewtopic.php?p=5186742#p5186742
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”