די שוועריקייט פון לעבן מיט אנדערע.
כ'שעם מיך צושרייבן, ווער בין איך? און וואס קען איך מחדש זיין? פארט וויל איך מיינע געדאנקען פארשרייבן, און אדרבא זאל מען פארעכטן ווי כבין ראנג.
סאיז זייער א האקעלע נושא צושרייבן, כ'גיי טרייען זיך צוהאלטן מיינע צומישטע מחשבות גלייך, והוא רחום יכפר...
די מענטש האט די רבש"ע באשאפן ביים זעקסטן טאג, בבחינת סוף מעשה במחשבה תחילה, כדי די מין אנושי זאל מתקן זיין די וועלט, אבער אליין זאגט די תורה גייט נישט, מען גיט זיך נישט קיין עצה, מען מוז האבן נאך איינעם, אבער מיט צוויי קומט צו נאך עפעס א פרישע נסיון, ס'איז טאקע עזר אבער צומאל איז די עזר א כנגדו. און פון דאן איז די מענטשהייט אין א קאנפליקט פון עזר מיט כנגדו, אן די מענטשהייט באשטייט נישט די וועלט, אבער די מענטשהייט איז דער וואס מאכט חרוב די וועלט, און אונזער תיקון איז טאקע ארבעטן אויף זיך נאנט צו ברענגן די וועלט, מאכן א עזר פאר זיך די ארומיגע און ווייטער.
דא איז אבער דא א קאנפליקט ביי געוויסע מענטשן, בפרט ביים אויפוואקסן אין א שווערע ענוויירעמענט ווען דעמאלטס זעהט אויס ווי די גאנצע וועלט איז אויפגעשטעלט געווען נאר מיך אונטערצוברענגן, איך בין אראפ געקומען אז מענטשן זאלן מיך אונטערדריקן פייניגן אויסניצן אונטער זייערע דיקטאטורישע נעגל, און די זאך איז באמת דא, מענטשן פילן ווי זיי זענען דא פארן כנגדו, זיי זענען די מענטשן וואס זענען געקומען אויף דער וועלט גערודפט צו ווערן, און גאר צומאל טראכט מען נאך פון וואספארא תיקונים דאס רייניגט וכו'.
די ערשטע זאך, איז צו פונאדערשיידן אז דאס איז גאר נישט מיין פראבלעם נאר יענעמ'ס, ס'שיינט דיך היימיש? נו די ווערסט גערודפ'ט נישט ווייל די ביסט שולדיג! תיקונים איז עכט נישט דיין ביזנעס, די מעגסט נישט ווערן גערודפ'ט פארדעם פארקערט די דארפסט דיך ארויסזעהן דערפון נישט דורך צוואנג, מעגליך אז די דארפסט רעדן צו א צווייטן דיך צוהעלפן, די ערשטע כלל איז אז ס'איז יענעמ'ס פראבלעם.
און דאס ברענגט אויכט מענטל דיסארדערס ווי למשל סאשעל ענקזייעטי, וואס דאס איז אנטלויפן פון די מענטשהייט, נישט וועלן זיין דארט ווי אונטערדריקער'ס געפונען זיך, ס'מוז נישט זיין אייביג אבער יתכן, איז צוריק צו יענעם מען קען אויכט צוטיילן די מענטשהייט לויט אניגראם צו זעהן אז יענער האט אנדערע תכונות, און די לויט דיין תכונה און יענער לויט זיין צומאל איז עס א קאנפליקט, אבער ס'איז נישט דא קיין כלל.
צו פארשטיין אבער אז דאס וואס יענער רודפ'ט מיך האט גארנישט מיט וואס איך בין, ס'קען אפילו גאר זיין אז יענער איז דיך מקנא, אבער ס'איז זיינע שוואכקייטן זיינע מידות, גארנישט איינגעלייגט מיט דיר, דאס ברענגט אונז צו וואו מען האט אנגעהויבן די רבש"ע האט באשאפן די וועלט מיט מענטשן וואס אנדעם האט די וועלט נישט קיין קיום, און דאס איז אונזער ארבעט דורכדעם צו מתקן זיין די וועלט, זיצן פארשפארט אין א קעלער און קיינעם טשעפען און קיינער זאל דיך נישט טשעפען איז נישט קיין קונץ, נאר חוץ די געווענליכע נסיונות וואס ס'איז דא צווישן מענטשן איז דא די איידעלע סארט נסיון פון די טיפע ווייטאג פון זיך נישט דורך געקומען מיט די מענטשהייט.

ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437