ר' שמעון סופר מערלוי זצ"ל-הי"ד בעל התעוררות תשובה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6783
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת בנו הרה"ג ר' זלמן סופר זצ"ל בהר המנוחות (חלקת הרבנים)

IMG_2852.JPG
צדיק613
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק613 »

מיללער האט געשריבן: זי איז געווען די זיווג שני פונעם ערלויער רב, בזווג"ר איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שמואל בירנבוים בעמח"ס רחש לבב און אייניקל פון רעק"א, ער האט איר גע'גט משום סיבות, זיין זוהן ר' עקיבא איז געווען מזוו"ר, דער היינטיגער ר' יוחנן סופר פון ערלוי-אר"י איז א זוהן פון ר' משה הי"ד בן ר' שמעון מזוו"ש.

דער ערלויער רב האט געהאט א זוהן ר' אברהם סופר וועלכער האט מוציא לאור געווען די ספרי המאירי ער האט געוואונט אין איטאליע נאך די קריג.

יישר-כח ר' שמחה פאר'ן בילד, כ'האב עס נאכנישט געזעהן.


בייגעלייגט איז א בילד פונעם התעוורות תשובה

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%95%D7%99 )
אין דער לינק איז מבואר אז ער האט געהאט 3 זיוויגים.
די ערטר ווייב זאגן זיי איז אסטר פריד.
איינער וויסט צו זו איז געווען א טאכטער פון הנגיד ר' יצחק פריד די שווער פון די פני מבין?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

צדיק613 האט געשריבן: אין דער לינק איז מבואר אז ער האט געהאט 3 זיוויגים.
די ערטר ווייב זאגן זיי איז אסטר פריד.
איינער וויסט צו זו איז געווען א טאכטער פון הנגיד ר' יצחק פריד די שווער פון די פני מבין?

כ"כ הפני מבין בהקדמה לשו"ת שלו
אטעטשמענטס
getimg (32)-1.jpg
אברעמיל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:09 pm

ר' אברהם סופר-שרייבער מו"ל בית הבחירה של המאירי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמיל »

הרב אברהם שרייבער בנו של בעל התעוררות תשובה שימש ברבנות באיטליא לפני המלחמה, ושם מצא דרכו לספריית פרמא וואו עס ליגען די כתבי יד פון מאירי און ער האט זיי מעתיק גיווען און ארויסגיגעבען נאך פאר'ן קריג. פון דארט איז ער גיפארען קיין ירושלים אבער צוליב פרנסה האט ער אין די שפעטערדיקע יארן גינומען א פאסט'ן אין א ביבליוטעק אין נאו יארק און פלעגט קומען דא פאר ש פאר חדשים יעדעס יאהר.
אברעמיל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:09 pm

ר' עקיבא פון לעמבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמיל »

דער זון ר' עקיבא איז אויך גיווען גאר א גרויסע ת"ח אין האט ארויסגעגעבן א ספר. דער אלטער גביר ר' שלום פרידמאן אין די וועסט סייד (וואס זיין ווייב זאל לעבן גיזונט איז אן ערלויער גיבוירענע) האט געוויזן פאר מענשען אז דער ספר האט נישט קיין הסכמה פון זיין טאטע בעל התעוררות תשובה אבער אין מיט'ן ספר איז דא א סך הערות פון זיין טאטע. האט ר' שלו' דערציילט אז ער האט גיבעטן דעם טאטע צט שרייבן א הסכמה, און דער ערלויער רב האט איהם געענפערט "וואס דארף די וועלט וויסן אז איך בין אפגעשיילט! איך ווערט שרייבען הערות אויף אינערוויניג דארט קיקן נאר יחידים זיי מעגן וויסן ווער דו ביסט."
אגב די מאמע פון ר' עקיבא הנ"ל האט דערנאך חתונה געהאט מיו דער גאון ר' יצחק שמעלקיש זצ"ל בעמח"ס בית יצחק אין אזוי איז ר' עקיבא נתגדל אין גאליציען אין דארט געבליבען וווינען .
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א בריוו פון ר' שמעון סופר [אויבער ראבינער אין ערלוי אונגארן] אויף זיין דרוק סארט מיט זיין חתימה.

די בריוו איז פאר ר' אהרן בלומנטאהל איבער דרוקן זיין זיידנ'ס ספרים
אטעטשמענטס
מכתב-רבי-שמעון-סופר.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אברעמיל האט געשריבן: הרב אברהם שרייבער בנו של בעל התעוררות תשובה שימש ברבנות באיטליא לפני המלחמה, ושם מצא דרכו לספריית פרמא וואו עס ליגען די כתבי יד פון מאירי און ער האט זיי מעתיק גיווען און ארויסגיגעבען נאך פאר'ן קריג. פון דארט איז ער גיפארען קיין ירושלים אבער צוליב פרנסה האט ער אין די שפעטערדיקע יארן גינומען א פאסט'ן אין א ביבליוטעק אין נאו יארק און פלעגט קומען דא פאר ש פאר חדשים יעדעס יאהר.

כ'מיין אז ער איז ספעציעל געגאנגען וואוינען אין איטליה כדי ער זאל קענען ארויסגעבן דעם מאירי.

ווען ער איז געווען אין אמעריקא האט ער געוואוינט אין ווילאמסבורג, און איז געווען איינגשטעלט אין שעכטער'ס סעמינאר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: ר' שמעון סופר מערלוי זצ"ל-הי"ד בעל התעוררות תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

דער התעוררות תשובה האט געהאט א איידם רבי משה דייטש, ער איז געווען רב און סאבאדקא אדער סובוטיצא ?
איז דאס די זעלבע שטאט נאר מיט צוויי נעמען ?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6783
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

נא_שכל האט געשריבן:
אברעמיל האט געשריבן: הרב אברהם שרייבער בנו של בעל התעוררות תשובה שימש ברבנות באיטליא לפני המלחמה, ושם מצא דרכו לספריית פרמא וואו עס ליגען די כתבי יד פון מאירי און ער האט זיי מעתיק גיווען און ארויסגיגעבען נאך פאר'ן קריג. פון דארט איז ער גיפארען קיין ירושלים אבער צוליב פרנסה האט ער אין די שפעטערדיקע יארן גינומען א פאסט'ן אין א ביבליוטעק אין נאו יארק און פלעגט קומען דא פאר ש פאר חדשים יעדעס יאהר.

כ'מיין אז ער איז ספעציעל געגאנגען וואוינען אין איטליה כדי ער זאל קענען ארויסגעבן דעם מאירי.

ווען ער איז געווען אין אמעריקא האט ער געוואוינט אין ווילאמסבורג, און איז געווען איינגשטעלט אין שעכטער'ס סעמינאר.

מצבתו בהר הזיתים

IM009420.jpg
IM009420.jpg (201.63 KiB) געזען 505 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: ר' עקיבא פון לעמבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אברעמיל האט געשריבן:
דער זון ר' עקיבא איז אויך גיווען גאר א גרויסע ת"ח אין האט ארויסגעגעבן א ספר. דער אלטער גביר ר' שלום פרידמאן אין די וועסט סייד (וואס זיין ווייב זאל לעבן גיזונט איז אן ערלויער גיבוירענע) האט געוויזן פאר מענשען אז דער ספר האט נישט קיין הסכמה פון זיין טאטע בעל התעוררות תשובה אבער אין מיט'ן ספר איז דא א סך הערות פון זיין טאטע. האט ר' שלו' דערציילט אז ער האט גיבעטן דעם טאטע צט שרייבן א הסכמה, און דער ערלויער רב האט איהם געענפערט "וואס דארף די וועלט וויסן אז איך בין אפגעשיילט! איך ווערט שרייבען הערות אויף אינערוויניג דארט קיקן נאר יחידים זיי מעגן וויסן ווער דו ביסט."
אגב די מאמע פון ר' עקיבא הנ"ל האט דערנאך חתונה געהאט מיו דער גאון ר' יצחק שמעלקיש זצ"ל בעמח"ס בית יצחק אין אזוי איז ר' עקיבא נתגדל אין גאליציען אין דארט געבליבען וווינען .
וויאזוי הייסט די ספר פון רבי עקיבא סופר פון לעמבערג?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ר' שמעון סופר מערלוי זצ"ל-הי"ד בעל התעוררות תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

עס ברויך צו זיין א שטר נשיאות לאגודת השוחטים וואס מען האט אים געגעבן, האט איינער א בילד דערפון?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:25 am
זארעכפעפער האט געשריבן:
ווער איז געווען זיין צווייטע רביצין? בת מי היתה?
פון קיין חמש זוגים ווייס איך נישט, אבער דריי האב געזעהן אין זיין ספר 'התעוררות תשובה', די ערשטע איז געווען בתו של ר' יצחק פריעד פון קליינווארדיין וועלכע איז אוועק צוויי יאר נאך די חתונה איבערלאזנדיג איין טאכטער א יתומה, דאס צווייטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שלמה בירנבוים מדובנא חתן רעק"א ובעמח"ס רחש לבב ומעשה חושב פון וועלכע ער האט זיך גע'גט נאכען האבען מיט איר איין זוהן ר' עקיבא סופר פון לעמבערג , דאס דריטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' בנימין שלמה זלמן שפיצער אב"ד שיפשוהל בוויען חדב"ן מרן החת"ס (בזוו"ש) פון וועלכע ער האט מעמיד געווען א שטוב מיט דרייצען קינדער בנים ובנות.

די קינדער אלע אין די רייע כסדרן כפי מה שפורטו שם;
1) מרת גיטל אשת ר' זאב פרענקל מ'פעסט
2) ר' עקיבא סופר מלבוב
3) מרת שרה אשת ר' משה דייטש אב"ד סאבאדקא
4) ר' שמואל חיים סופר אב"ד זאגרוב
5) ר' משה סופר ראב"ד ערלוי ומח"ס יד משה (אבי הרה"צ מערלוי שליט"א)
6) ר' יעקב בנימין סופר מאיהעל
7) מרת רבקה אשת ר' אליעזר יואל פאשקעס ממאקאווא נכד בעל שו"ת ריב"א מרעכניץ
8) ר' זלמן סופר מבני ברק בעל חידושי מהר"ז סופר
9) מרת שרה אשת ר' משה פאללאק נכד בעל וידבר משה
10) ר' אברהם סופר אב"ד גריצא-איטאליע ומו"ל ספרי המאירי
11) מרת חוה לאה (ע"ש אשת הכת"ס) אשת ר' יונתן ווייס מנירעדהאז
12) מרת רחל אשת ר' ישראל ראזענבלאט מטשעטשאוויץ
13) מרת רייזל אשת ר' ישראל שמואל קליין אב"ד פיזעש-אבאני
14) הילדה רויזא נפטרה בילדותה
15) הילד שלמה נפטר בילדותו

ספרו שו"ת התעוררות תשובה
הגאון הצורב רבי ישראל שמואל קליין אבד"ק פיזעשאבאני חתנו של הגה"ק מערלוי זצ"ל, היה תלמידם של הבאר שמואל מאונסדארף והגאון רבי יוסף יונה הורוויץ משם.

היה מפורסם כעילוי נפלא, היה בנו של ר' יצחק קליין ז"ל מלמד תשב"ר, בנו של ר' אברהם צבי קליין. (בן נוסף של ר' אברהם צבי היה הרה"ח ר' אהרן קליין מפאלאנקא-מונקאטש הי"ד חתנו של ר'.נח שטרויבל משם) הגאון רבי אלחנן היילפרין זצ"ל מלאנדאן, היה תלמידו של רבי ישראל שמואל הי"ד.

אני מחפש פרטים נוספים על ר' ישראל שמואל הנ"ל ומשפחתו - היה לו אחים ששרדו את המלחמה, שנים מהם דרו במאנטריאל וא' בטאראנטא.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25471
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ר' שמעון סופר מערלוי זצ"ל-הי"ד בעל התעוררות תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא פון דער ערלויער רב בעל התעוררות תשובה הי"ד זי"ז
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”