ביליג, אדער גוט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2374
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

רוב פראדוקטן ווערן פארקויפט אלטס א ברענד. פשט איז: מ'בויעט אויף א ברענד און אינטער דעם פארקויפט מען געוויסע פראדוקטן.

א ברענד קען מען בויען אויף צוויי מינע וועגן.
  • ביליג - לאוו דוקא די בעסטע קוואליטעט
  • גוט - נישט דווקא ביליג
איז אזוי, ווי אזוי לוינט זיך צו פארקויפן אין די היינטיגע קאמפעטיטיוו מארקעט?

כדי צו וויסן ווי אזוי עס לוינט זיך צו פארקויפן, דארף מען וויסן וואס דער עולם טוט.

דו קויפסט פון א ברענד וואס איז ביליג אדער גוט?

איך האב נישט געמאכט א וואויט, ווייל איך וויל אויך וויסן פארוואס…

(דזשאסט טו קלעריפיי - איך האלט (נאך) נישט אינמיטן ארויסגעבן א פראדוקט יעצט... איך בין (ביזדערווייל) פלעין נייגעריג)
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ווענד זיך ווי א פראדוקט.

(דעס הייסט זיך וואוסנדיג געמאכט...?)
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

אקעי איך מאך מיך וואוסנדיג...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2374
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:32 pm
ווענד זיך ווי א פראדוקט.

(דעס הייסט זיך וואוסנדיג געמאכט...?)
יעפ! שכויעך!

די פראבלעם וואס דו האסט מיך געמאכט יעצט...

וואס הייסט אז ס'וווענד זיך וועלעכע פראדוקט? איז דו חיליק האוזהאלד מיט עלעקטראניקס. שמאנטשקעס אדער ביוטי?

ווי הייב איך אהן...?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2374
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

לחם לאכול האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:33 pm
אקעי איך מאך מיך וואוסנדיג...
איך הייב שוין באלד אהן צו באקומען צופיהל אטענשאן...

וואס קויפסטו געווענליך? גוט, אדער ביליג?

איך רעד נישט פון עסן וכדו'...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
קיארד פיש
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:01 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיארד פיש »

איך קויף עפעס וואס איז גוט, וואס האב איך פון א ביליגע זאך אויב האב איך נישט די אייטעם זעלבסט, כאפסט?
דאונט געט מי ראנג… ווייסטו וואס? דאא געט מי ראנג…

קרעדיט: יואל הערש פוקס
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

גוט און בליג, אקעי?

שרייב עס אראפ...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:34 pm
שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:32 pm
ווענד זיך ווי א פראדוקט.

(דעס הייסט זיך וואוסנדיג געמאכט...?)
יעפ! שכויעך!

די פראבלעם וואס דו האסט מיך געמאכט יעצט...

וואס הייסט אז ס'וווענד זיך וועלעכע פראדוקט? איז דו חיליק האוזהאלד מיט עלעקטראניקס. שמאנטשקעס אדער ביוטי?

ווי הייב איך אהן...?
עלעקטעראניקס וועל איך יוזשעלי גיין גוט, צומאכן די אויגן ביים צאלן.
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
בר כוזיבא
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:29 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר כוזיבא »

שאלה גדולה שאלת בני.

יעדער זאך האט זיך זיין פרייז. דהיינו, איך בין גרייט צו צאלן פאר געוויסע זאכן מער, און געוויסע זאכן נישט. למשל: טישא'ס דארף איך ס"ה אז ווען איך בלאז מיר די נאז, זאל עס נישט ווערן קאנפעטי. אבער א ספר וויל איך די נייעסטע, שענסטע אויפן מארקעט.

(ווענדט זיך מן הסתם אויך אויפן זיפקאוד פונעם איינקויפער...)
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

וואס טוהט מען נישט פאר @געגאנגען ?...

איזאזוי:

ס'דא געברויכן וואס ס'ווענדט זיך אין די קוואליטי פון די אייטעם, אז מ'זאל עס אפילו וועלן קויפן.

למשל, עירפאונס איז דא וואס זוכן דווקא א העל-קלארע סאונד, און צוגאב אז מ'קענעס ניצן אויף געשפרעכן, וועלן זיי נישט קויפן א ביליגע, אפילו ס'קאסט א קוואדער. זיי זענען גרייט צו צאלן גאנצע דריי צו פיר הונדערט טאלער פאר א שטיקל, הגם ס'איז דא אנדערע פאר צעהן דאלער!.

נעם אבער עפעס וואס ס'נישט צופיל א הבדל אין די עצם אייטעם, נאר אז ס'איז באקוועמער, שענער, מער סאפיסטיקירט וכדו' ווענד זיך שוין ווער, אבער געוויסע וועלן שוין זיכער מוותר זיין אויף גוט און נעמען די ביליגע.

והדברים עתיקים.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

די דארפט עדווערטייזן דיין פראדוקט לויט ווי עס איז אמת.

אז די גייסט פארקויפן דיין פראדוקט אלץ זייער ביליג, ווען אין אמת'ן אריין איז עס גאר טייער אבער גאר גיט, (מעגליך אפילו ביליגער ווי עס וואלט געדארפט זיין לויט ווי גיט עס איז) דאן וועסטו האבן אנטוישונג ביי דיינע קליענטן.

סאו ווען די טיסט מארקעטינג, פארקויף דיין עס "גיט" אבער נישט ביליג.

אויב איז עס א ביליגע פראדוקט, פארצייל אין דיינע עדס ווי ביליג עס איז, ברענג נישט ארויס ווי גיט עס איז, ווייל די מענטשן וואס זיכן ביליג זאל קויפן און הנאה האבן.

אויב זיכסטו צי ערצייגן א נייע פראדוקט, ברויכט מען מאכן ריסוירטש און דעים ספעציפישע אייטעם צי דער עולם וועט מער קויפן ביליג אדער גאר ענדערש באצאלן מער פאר גיטע סחורה!
טייערע אידן אין אמעריקע:(ווי אויך אידן אין מאנסי...) דרייווט מיט א רוהיגקייט וועט אייך גיט זיין!
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

ביליג איז טייער. גוט איז ביליג.
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

נישט ביליג און נישט גוט, סתם גוטע מארקעטינג וואס כאפט א אויג און נאכדעם מוזמען עס קויפן
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

מ'גיימער פאל-פלעדש פאר קוואלעטי.

אבער יעדער כלל האט א פרט..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ווענדט זיך ווי סאך 'גוט'ער' דער גוטער איז ווס. די ביליגע, און צי איך קען זיך באגיין מיטן ביליגן אן די צוגעלייגטע מעלות וואס דער 'גוטער' ברענגט צום טיש

נאטורליך, אומאפהענגיק פון וויפיל געלט ליגט אין בערזל, בין איך גענייגט צו איינקויפן פאר ביליג. עס קומט מיר אויס אז די הבדל צווישן די גוטע און די נישט גוטע איז סאך מער אין פרייז ווי אין די אייגנטליכע קוואַליטעט וואס קומט צו לכבוד דעם, ד.ה. אז געווענליך אויף א א.ג. 'גוטע' קוואליטעט אייטעם קען מען צאלן פיל מער ווי אויף די ביליגע, בעת דער דיפערענץ אין קוואליטעט איז פיל ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איך קויף די טייערע, צאל איך סאך מער ווי עס איז באמת ווערט לעומת דעם ביליגן.

לדוגמא, טאועל פאפיר. די אראנזשע (איך געדענק נישט דעם נאמען) פעקל קאסט א נישטיגע 1.25 אין מיין גראסערי, בעת אלע אנדערע ברענדס קאסטן פון 1.75 אדער גאר 2 טאלער און ארויף. היות איך נוץ די אראנזשע ווייס איך אז עס איז בכלל נישט שלעכט, יתכן עס איז בעסער פון אנדערע אבער עס איז אויך מעגליך אז די אנדערע זענען טאקע בעסער און דערפאר בעטן זיי מער. פארט, קען מען זאגן מיט א הויכע מאס קאנפידענץ, אז וואטעווער מעלות די אנדערע ברענדס ברענגען צום טיש, צאלט זיך נישט אויס צו איבערצאלן לכבוד דעם מיט 35 צי 50 פראצענט מער פאר א פעקל.

פון די אנדערע זייט, ווען די ביליגע'ס חסרון איז עפעס וואס מאכט דאס - אפילו נאר צומאל - אומנוצבאר, איז א שאד יעדע פעני וואס מען גיבט אויס אויף דעם ביליגן. אפאר אדער אפילו אסאך צענט ביליגער פאר א פעקל פלעסטיק קאפס, אבער לכבוד דעם צוקראכט זיך עס אינמיטן טרינקען און עס רינט ארויס די משקה, אדער א זופ טעלער וואס לייגט זיך צוזאם ווען מען נעמט עס ארויס פון מייקראעיוו אויסגיסנדיג בריענדיג הייסע זופ, אזוינס איז נישט ווערט צו נעמען אפילו ער זאל קאסטן א פערטל די פרייז פון אנדערע קאמפאניס. (איראניש, איך מיין אז די ספעציפישע קאמפאני קאסט גאר טייערער ווי אנדערע. גיי פארשטיי).
חד גדיא
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:45 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד גדיא »

לעומת זה זענען דא קאמפאניס וואס טשארדזשן אסאך געלט הגם סאיז נישט קיין גיטע קוואליטי אבער די פרייז איז טייער וועלן עס מענטשן קויפן ווייל מסתם איז עס גיטע קוואליטי
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דארפסט מיט עפעס ארויסשטיין פון דיין קאמפאטישן, אויב ער איז טייער מאך ביליג, אויב זיין פראדוקט איז שוואך קענסטו זיין טייער און שטארק.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
חד גדיא
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:45 pm

Re: ביליג, אדער גוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד גדיא »

חד גדיא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:01 am
לעומת זה זענען דא קאמפאניס וואס טשארדזשן אסאך געלט הגם סאיז נישט קיין גיטע קוואליטי אבער די פרייז איז טייער וועלן עס מענטשן קויפן ווייל מסתם איז עס גיטע קוואליטי
למשל, לעצטנס איז דא א קאמפאני וואס פארקויפט עסן אונטער א שיינע איטאליענע נאמען וואס קלינגט מער UPPER MARKET STYLE, די עסן ווערט גיפאקט אויף אן אופן וואס זאל ציען דעם אריסטאקראט און קאסט טאקע די הויזן, למשל זייערע טאמאטא סאוס קומן אין א גלאזערנע באטל און נישט אין א קען וואס מיר זענען צוגעוואוינט, ווען די וועסט צומאכן דיינע אויגן און פארזיכן פון ביידע וועסטו נישט שפירן קיין חילוק, נאר וואס דען? ער טארגעט דא די אריסטאקראטן און די (איינגירעדטע אזויגערופענע) אויבערשטע פונעם שטייסל וואס איז נישט מער ווי האוקוס פאוקוס,
איז מאך דיינע קאלקיולעישן וועלכע סארט קליענטעל די זיכסט צו טארגעטן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”