האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

מושי לערנט אין איינע פון די אויסגעצייכנטע ישיבות, ער האט גוטע חברותות ב"ה, און זיכט ווי ווייניגער צו מאכן טראבל, און ב"ה ער גייט אן טאג טעגליך.

איין טאג איז מושי אויפגעשטאנען פרי צום פארטאגס סדר, פריש און מונטער, צו א מוצלח'דיג'ן טאג געגאנגען איז עראין מקווה, געלערנט פלייסיג, און זיך צוגעגרייט צום דאווענען מיט א דערהויבנקייט, אזוי האט ער געפילט עכט דערהויבן ביים צו גיין צום דאווענען, טראכנדיג צו זיך ברוך השם כבין מצליח אין ישיבה כהאב גוטע חברותות כהאב יעצט געפילט א זיסקייט אין די תורה וואס קען זיין בעסער כי הם חיינו, ביים דאווענען האט ער אינזין געהאט הודאה פארן אייבישטער און א געבעט אויף ווייטער, אזויהאט ער זיך געשטעלט שמונה עשרה מיט א התלהבות, ווען אינמיטן ווערט ער געשטערט ווען ער הערט א זעץ מיט געשרייען הצלה! הצלה! איינער האט געחאלישט............

בום זעץ זיין לעבן האט זיך אפגעשטעלט! זיין ערשטע רעאקציע איז אנטלויפן, כקען עס נישט צוקוקן, ווי קען איך גיין?! כהאב תפילין, ווי קען איך גיין?! באלד חאליש איך! ריק דיך! לויף.. גיי.. מאך.. טהו.. נאר נישט דעיס!!
איך וויל נישט חאלישן, ניין!! מיין טאטע לאזט נישט! גיי..... ענדליך האט מוישי געטראפן א ליידיג ווינקל, דארט ווי מגייט אליין, און ער אטעמט אפ, אבער ניין! זיין לעבן איז מער קיינמאל די זעלבע, ער איז אויף א מישען נישט צו חאלישן, ער גייט נישט מיטמאכן דאס וואס יענער איז דורך, דערמאנענדיג זיך ווי ער האט געזעהן יענעם ארויסגיין מיט אקסידזשען...

מוישי האט זיך געטוישט צוביסליך און נישט אין די עפענטליכקייט, ניין ער איז א נארמאלע בחור, וואס לערנט ווייטער פיין, און גייט אן געהעריג, אבער אין זיך איז ער געווארן א שברי כלי, ער האט אנגעהויבן שפינען מחשבות פון יא אדער נישט חאלישן, יעדער ריר האט איהם געמאכט ציטערן אויפשוידערן, זייענדיג געבענטש מיטן כח הדמיון איז עס אייביג געקומען מיט אלע שרעקעדיגע פארבען, און פארשטייט זיך אז סהאט בעיקר אויסגעקלאפט ווען ער איז געווען אין פאבליק, דארט איז עס געקומען מיט א שטארקייט, נישט אייביג איז עס געווען אזוי שטארק, און מושי האט זיכער נישט געוואלט מיט טיילן מיט קיינעם עד כדי כך אז ווען א מגי"ש האט גערופן מושי פרעגן וואס גייט פאר לעצטנס מיט איהם ווייל ער זעהט א אומרוהיגקייט אויף איהם האט מושי איבער צייגט די מגי"ש אז מיט איהם איז אלעס אקעי.

מושי האט נישט געוואוסט אז די זאך האט א נאמען און סאיז דא העלפ, ער האט געוואוסט איין זאך ער איז אין א פייט מיט זיך און ער מוז געוואונען, זיין לעבן האט זיך איבערגעדרייט אין א פייט, ער האט געזוכט צו סורווייווען, ווי סגייט האט ער געזוכט צו אנטלויפן און וואו נישט איז געווען פאניק אויף די העכסטע גראד און צומאל האט מען עס באמערקט זייענדיג ללעג ולקלס... אבער זאל איינער ארויס האבן אז מושי ליידט הס מלהזכיר א פשוטע סימפעל בחור זאל ליידן?! פארוואס?!
סמיר יעצט שווער צו שרייבן נאך המשך יבא ברצות השם. (אז איר ווילט נישט מוזט איהר נישט ליינען)
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

געשפאנט...

(דערמאנסט מיר פון דעם viewtopic.php?t=43741 )
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איד27 האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:02 pm

איך בין א געלערענטע און קרייסיס אינטערווענשן, כ׳בין געווען אינוואלווד מיט סיריעס געשעהנישן.

די מעשה (יא עכט אדער נישט עכט) איז א עכטע פאקט.
דאס רופט מען די ״טראמא ריפּל עפעקט״ אויף די ארומיגע חברים, און זיי קענען זיין נאכמער עפעקטעד ווי די פאציענט אליין!
ס׳איז בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג צו טריטן און מסדר זיין, אבער אויב טוהט מען עס נישט, קען עס מסדר זיין דעם מענטש לעולם דוד נצח השם ירחם.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

יווווו!

דעיס איז געווען פעינפול יארן!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

אנטשולדיגט: איר קענט נישט שרייבן מיין מעשה אן מיין רשות,איך פארשטיי אז איר האט געטוישט אביסל פרטים, (איך בין נאך געווען א יונגל, עס איז נישט געווען אין חדר/ישיבה, נישט סתם חלש'ן נאר א קארדיאק ארעסט, נישט ביי שמו''ע נאר אביסל פארדעם,) אבער איר האט נישט קיין רעכט ממשיך צו זיין...

גיי אן ביזן סוף, עס איז זייער אינטערעסאנט פאר ליידענעדע אדער געוועזענע ליידענדע, צו הערן נאך עצות און מהלכים וויאזוי מען זעהט זיך ארויס פון דעם.

מיר ווארטן מיט שפאנונג.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7054
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

יע כ'געדענק ווי כ'האב אויך געציטערט פון יעדע קרומע ריר וואס איינער האט געגעבן ביים דאווענען - נאכן מיטהאלטן דריי מאל איינס נאכן אנדערען ווי איינער חלש'ט פאר מיינע אויגן - כ'געדענק גאר ס'געווען איינער פארנט פון מיר ביים דאווענען וואס ווען ער פלעגט שרייען אחד פלעגט ער ווארפן זיין קאפ אויף ארונטער און אזוי בלייבן פאר ביז אלוקיכם אמת (כ'מיין ער וויל זיין אן עובד...) יוש פלעג איך יעדעס מאל זיך דערשרעקן.

ביי מיר האט זיך אבער די מעשה אנדערש געענדיגט. ס'האט אנגעהאלטן א שטיק צייט די פחד ביז כ'האב זיך אויסגעלערנט אז ס'געשענט נישט גארנישט ווען מען חלש'ט. מען שטארבט נישט פון עס. ווען איך בין געווארן נאך עלטער האב איך גענומען א CPR קורס צו קענען העלפן אויב ס'מאכט זיך חלילה.

כ'גלייב אבער אנדערע זענען אנדערש. מען ווארט מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

צוריק צוגיין צום קעפל "האט טראומע רעכט?" מוז מען אביסל אריינגיין אין מושי'ס שיך היינטיגע טעג צוואנציג יאר שפעטער.

מושי איז היינט א געסעטלטע אינגערמאן, ער האט א ארבעט, ער איז אנגענומען אין די חברותא, זיינע חברים ענדזשויען איהם, אבער ער קאנעקט נישט צו דעם, ער פילט נישט דא, יא סגייט דורך טעג און אפילו וואכן, אבער ער איז נישט דא, איין זאך וואס שטערט איהם אבער די מערסטע איז אין פאבליק פלעצער, דארט פילט ער נישט בעל הבית, פארקערט ער שפירט ווי פון זיך אליינס נעמען זיינע מחשבות ארומוואנדערן אהין אין די טונקעלע פלעצער פון פחד ענקזייעטי חאליש'ן, און ער פאלט אריין אין פאניק, ס'שטערט זיין לעבן ס'לאזט איהם נישט וואקסן' ער וויל אפילו שוין אמאל צוגיין צום עמוד, אבער ניין! הערט ער א אינערליכע געשריי, וואס דערמאנט זיך אייביג אין פאבליק אומשטענדען, ניין! גיי נישט! די טארסט נישט! די קענסט צאמפאלן! די ווייסט אז נעכטן האסטו געגעסן איין רעפטל ברויט ווייניגער... און האסט נישט געהאט א קאווע היינט..... און פאר פינף יאר צוריק איז איינער דארטן צאמגעפאלען..... ניין! גיי נישט!

"די קענסטו נישט" קומען ארויף נעגאטיווע מחשבות ביי איהם אין קאפ, און דא דערמאנט ער זיך וואס ער האט געליינט טאקע דארט אינעם אשכול וואס @ציגאנער ברענגט אראפ, אז אלעס קומט פון נעגאטיווע מחשבות, אבער ווי גיי איך ראנג? און דא פרעגט ער זיך האט טראומע רעכט? גייט מיין לעבן אזוי אויס זעהן ווייטער? האט די טראומע פון צוואנציג יאר צוריק די רעכט מיך צו צונעמען מיין לעבן? עס צו ווארפן? און עס רואינירן? כוויל זיין גוט! כוויל יא גיין אין פאבליק פלעצער! אבער די מעשה שטעלט זיך דא ארויס עכט לעבעדיג און פריש.

אביסל אריבער צוגיין מושי'ס הלוך ילך די לעצטע צוואנציג יאר, איז נישט נאר וואס די טראומע איז נישט פארשוואונדן מיט די יארן, נאר ער האט עס אויפגעבויעט און גרעסער געמאכט און פארברייטערט, נאך יעדעס מאל וואס זיין מחשבות האבן עס איבערגעארבעט און געאפדעיטד יעדעס מאל צו א נייערע שטערקערע ווערזשען, און היינט אפילו ער קען לאכן פון די מעשה אבער גייט עס נישט ארויס, נאר ס'נודזשעט נאך יעדן טאג אויף טריט און שריט, האט טראומע רעכט?!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:28 pm
איך בין א געלערענטע און קרייסיס אינטערווענשן, כ׳בין געווען אינוואלווד מיט סיריעס געשעהנישן.

די מעשה (יא עכט אדער נישט עכט) איז א עכטע פאקט.
דאס רופט מען די ״טראמא ריפּל עפעקט״ אויף די ארומיגע חברים, און זיי קענען זיין נאכמער עפעקטעד ווי די פאציענט אליין!
ס׳איז בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג צו טריטן און מסדר זיין, אבער אויב טוהט מען עס נישט, קען עס מסדר זיין דעם מענטש לעולם דוד נצח השם ירחם.
אפשר געבט איר דא צו הערן פון אייער עקספיריענס אויפן שפיץ גאפל די צוגאנג וויאזוי ס'ארבעט (פארשטייט זיך מ'קען נישט אלעס אויסלערנען אויף איין פוס, אבער די קעפלעך מיט די מעין רעיון)

היינט איז דא די טרענד פון אינער טשייעלד, איך גלייב אז מיט איינער וואס קען עס גוט און ריכטיג קען עס אויסהיילן אדער פיהל פיהל לייכטער מאכן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 4:17 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:28 pm
איך בין א געלערענטע און קרייסיס אינטערווענשן, כ׳בין געווען אינוואלווד מיט סיריעס געשעהנישן.

די מעשה (יא עכט אדער נישט עכט) איז א עכטע פאקט.
דאס רופט מען די ״טראמא ריפּל עפעקט״ אויף די ארומיגע חברים, און זיי קענען זיין נאכמער עפעקטעד ווי די פאציענט אליין!
ס׳איז בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג צו טריטן און מסדר זיין, אבער אויב טוהט מען עס נישט, קען עס מסדר זיין דעם מענטש לעולם דוד נצח השם ירחם.
אפשר געבט איר דא צו הערן פון אייער עקספיריענס אויפן שפיץ גאפל די צוגאנג וויאזוי ס'ארבעט (פארשטייט זיך מ'קען נישט אלעס אויסלערנען אויף איין פוס, אבער די קעפלעך מיט די מעין רעיון)

היינט איז דא די טרענד פון אינער טשייעלד, איך גלייב אז מיט איינער וואס קען עס גוט און ריכטיג קען עס אויסהיילן אדער פיהל פיהל לייכטער מאכן
ס׳איז א ברייטע פארצווייגטע ענין. טערמינען וואס וועט זיך לייינען ווי ספאניש. טרענונג אויף דעם איז געווען 2 יאר פון דאקטוירים, אסאך פרעקטיס פלאס עכטע געשעהנישן ליידער.

כ׳האב נישט די צייט פאר אזא לאנגע ארטיקל וואס ברענגט נישט קיין געלט, נאר נאך 200 אישי׳ס…
היות איך בין יעצט פארנומען בויען א פירמע Skytektel און איך בין נישט אקטיוו כעת אין די מענטל העלט ספעיס.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

די מעשה פון מושי, איז א זאך וואס שפילט זיך אפ ביי געוויסע ואני בתוכם, איך האב נישט געוואלט דא ארויסברענגען די היילונג דערצו, ווי בעיקר די פארשטענדעניש, ווי סקען זיין א נארמאלע בחור מיט גוטע שאיפות גוטע רצונות זאל דורכגיין א פאסירונג און סזאל איהם טריגערן עד הסוף, סזאל איהם וויי טהון סזאל איהם דיספאוקשענען פאר לייף ל"ע.

אונז לעבן אין א שווערע וועלט איך ווייס נישט וואס צוזאגן אבער סכדאי צו נעמען אייער קינד אין זיין אויפריכטיג מיט איהם, בפרט נאך א פאסירונג וואס די ווייסט ער האט מיטגעהאלטן, ס'דא מענטשן וואס גייען דורך די זעלבע פאסירונג אבער מיט די פאזיטיווע גייסט טוישט ער עס צו א שטארקייט, מיך האט די רבש"ע באשאנקען אז די טראומע זאל מיר באגלייטן ביז היינט, אבער מיין הארץ גייט אויס פאר קינדער וואס ווערן אביוזד געטריגערט און גייען חלילה דורך טראומע, נעמט'ס קעיר פון ענקערע קינדער גלייך וועט מען נישט דארפן וויינען שפעטער, נעמט'ס אייער קינד און מאכט'ס אן אפענע שמועס מיט איהם, און זייט'ס אמת'דיג אפען, איך דריי מיך אין א חדר ס'נישט פשוט וואס קינדער ווילן שעירן, פשוט פארציילן זייערע געפילן פון שמחה טרויער, וואס זיי פארציילן גערן פאר עני וואס הערט זיי אויס, הער אויס דיין קינד, און אז ער איז דורך עפעס קוק וואס די קענסט איהם העלפן מיט ליבשאפט, און איהם אפשר אפילו מסביר זיין די סיטואציע וויפיל ס'שייך.

ווען איך בין דורך די מעשה, בין איך אנטלאפן און איך אנטלויף ביז יעצט, אבער אין מיינע אויערן קלינגען נאך יעצט די מעשה לעבעדיג, און די ריעקשאן פון מיינע עלטערן, ווער האט איהם געבעטן צו קומען אין בית המדרש, און יא ס'קען זיין די מעשה איז נישט אזוי דראמאטיש, אבער מיט א גלעט פון מיין טאטע און פארשטענדעניש צו די נאכפאלגענדע פאניק אטאקעס אולי וואלט בעסער געווען, כ'בלעים קיינעם נישט און נאר די רבש"ע האט מיך אריינגעלייגט אין די מצב וואס יעצט זעה איך נאכנישט א וועג ארויס.

דעריבער קודם פארשטיי, א סענסיטיווע נפש קען ווערן טראמאטיזירט פון עניטינג, און סאיז נארמאל, קודם עקסעפט די עס, און זיי מסביר פאר דיין קינד, אז סאיז נארמאל צו פילן אזוי, סאיז נארמאל צו וועלן אנטלויפן, סאיז נארמאל צופילן אז מען גייט אויכט חאלישן, אבער ס'גייט נישט געשעהן, און קיינער וויל נישט ס'זאל געשעהן, און סדארף נישט געשעהן, אבער אז ס'געשעהט איז דא עצות און הצלה קומט קעיר נעמען, און מאכן ס'זאל זיין גוט, כווייס די ווילסט ס'זאל נישט געשעהן און די ביסט אויפגערעגט אז ס'איז געשעהן, ס'האט דיך געשטערט דיין גאנצע דאווענען וואס די האסט געוואלט סזאל זיין בשלימות, אבער מוישי טייערע כהאב דיך ליב, און כוויל דיך זאגן איין זאך זייער א וויכטיגע גארנישט אבער גארנישט קען א מענטש אליין טהון, אלעס טהוט דער אייבישטער, און ער האט דיך אסאך אסאך מער ליב ווי איך האב דיר, און נאכמער ער און נאר ער קען טהון אלעס, און ער טהוט די בעסטע וואס קען נאר זיין פאר דיר, איי ווי אזוי קען זיין כהאב אזוי געוואלט גוט דאווענען און כהאב מיך געשפירט אזוי גוט און דא איז עס געשעהן, סאיז א סימן אז ער האט מיך נישט ליב, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געשעהן, מושי כפארשטיי דיך אזוי שטארק, סזעהט אזוי שטארק אויס ווי די אייבישטער וויל חלילה נישט דיין דאווענען, און אפשר אפילו קענסטו חלילה טראכטן אז די אייבישטער האט דיך פיינט, ער שטויסט אוועק דיין דאווענען, אבער ניין מוישי אונז פארשטיי מיר נישט די אייבישטער'ס וועגן, אבער לויט וואס ס'שטייט אין ספרים איז עס פונקט פארקערט, די אייבישטער האט דיך סאך מער ליב, ער וויל דיין דאווענען, איי ווי זוי קען זיין? ער האט געהערט דיין דאווענען אזוי זיס אזוי ריין, ער וויל נאך, ער וויל שטערקער, קען זיין ער וויל הערן דיין דאווענען מיט צובראכנקייט, מיט מער געפיל פון זיין אנגעהאנגען אין איהם און נאר אין איהם, און אפילו נישט טראכטן וואו קוק איך קען, ס'קען זיין סאיז א מדריגה, סמוז נישט זיין יעצט, אבער אז די גייסט טראכטן פון דעם גייט דיר לייכטער ווערן, און די גייסט באמת'דיג שטייגן דערפון, און ס'גייט נאך אפילו ארויסקומען א טובה דערפון, ווייל דו גייסט אנקוקן די וועלט מיט מער א ערוואקסענע בליק, דעריבער מושי שטארק דיך חזר דיך איין, אלעס מאכט דער אייבישטער און ער מאכט אז פאר דיר זאל זיין די בעסטע, עלה והצלח כהאב דיך ליב מושעלע.

די לעצטע פאראגראף האט זיך פארלענגערט, ווייל סאיז פאר מיר געווען א טעראפי וואו אזוי כוואלט ווען געוואלט אז מיין טאטע זאל רעאגירן, אבער יעדע מעשה איז אנדערש הכל לפי המצב והזמן, בסייעתא דשמיא, הצלחה.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

איד27 האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:21 pm

Wow די קענסט געבן אזעלכע גיטע ליבשאפט צי אלע מענטשן ארים דיר
וואס קיקן ארויס אויף עס. (ווייב קינדער)
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7107
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יעקב פריינד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:15 pm
יע כ'געדענק ווי כ'האב אויך געציטערט פון יעדע קרומע ריר וואס איינער האט געגעבן ביים דאווענען - נאכן מיטהאלטן דריי מאל איינס נאכן אנדערען ווי איינער חלש'ט פאר מיינע אויגן - כ'געדענק גאר ס'געווען איינער פארנט פון מיר ביים דאווענען וואס ווען ער פלעגט שרייען אחד פלעגט ער ווארפן זיין קאפ אויף ארונטער און אזוי בלייבן פאר ביז אלוקיכם אמת (כ'מיין ער וויל זיין אן עובד...) יוש פלעג איך יעדעס מאל זיך דערשרעקן.

ביי מיר האט זיך אבער די מעשה אנדערש געענדיגט. ס'האט אנגעהאלטן א שטיק צייט די פחד ביז כ'האב זיך אויסגעלערנט אז ס'געשענט נישט גארנישט ווען מען חלש'ט. מען שטארבט נישט פון עס. ווען איך בין געווארן נאך עלטער האב איך גענומען א CPR קורס צו קענען העלפן אויב ס'מאכט זיך חלילה.

כ'גלייב אבער אנדערע זענען אנדערש. מען ווארט מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג.
אינטערעסאנט! אלץ יונג בחור האב איך אויך שטארק געליטן דערפון, נאכן בייגעוואוינען עטליכע אזאנע סארט פעלער בפרט איינמאל ביי א רבי׳שע חתונה ווי א בחור איז צודרוקט געווארן פון א געדרענג און דאס בילד וויאזוי ער ליגט באוויסטלאז האט מיך טראומאטוזירט אזש א שטיק צייט נאכדעם האב איך ממש געלעבט אין פחד אז איך גיי יעצט ח״ו חלש׳ן. מיט די צייט איז עס געווארן בעסער, איך האב געמאכט אסאך אייגענע טעראפי, אריינגערעכנט דאס וואס דו שרייבסט צו טראכטן אז עס וועט גארנישט געשעהן אויב עס וועט יא געשעהן ח״ו.

איך האב אויך געמאכט אסאך ״דווקא יא״ טעראפי (איך ווייס נישט די אפיציעלע טערמין דערפאר) ווי מ׳שטעלט זיך דווקא אקעגן דאס וואס מ׳האט אזוי מורא פון, ביז מ׳אנערקענט אז די פחד איז באזיסלאז. איך האב שוין ליידער נאכדעם געזעהן איינעם געבן זיין לעצטע אטעם ה״י און עס האט גארנישט (גייסטיש) גערירט אין מיר…
אני הוא הנער, נער המדבר
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

למעשה איינער מיט א עצה ווען ס'געשעהט חלילה א טראגעדיע אין פאבליק וויאזוי גיט מען זיך א עצה פאר זיך? פאר די קינדער?
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע:וואו נישט וואו...

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

יאפ, און ווען דער מגי''ש האט זיך צוזאמגעלייגט אינמיטן ביהמ''ד מיט א סידזשער, און א שטיק צייט שפעטער אוועק מיט יענע מעשה איבערלאזנדיג א שטוב מיט יונגע יתומים, האט דאס אויך געלאזט א רושם אויף מיר.

די ריזאלטס? אז ביים גיין אויף ראטעישן פאר מיין EMT training האב איך געמאכט CPR אויף א שווארצן אין די בראנקס, ביזן אים איבערדעקן מיט א ווייסע לאלעך אויפגעבנדיג אויף אים...

ב''ה איך בין געהעריג געשלאפן יענע נאכט, וויסנדיג אז דאס איז עס און זארגן וועט נישט אויסמאכן, מען דארף בלױז טוהן השתדלות און די איבריגע השלך כל ה'.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

איינע פון די שטערקסטע טראומע וואס בלייבט איבער פון די זאכן, איז די פחד פון פלוצלינג... כהאב נישט געחלומ'ט געטראכט פון דאס און דא פלוצלינג..... דאס איז די מעשה וואס כ'האב געברענגט פון מושי וואו ער האט זיך געגרייט צום דאווענען און געווען פול אף ענערגיע און דא פלוצלינג קומט איהם אונטער איינער האט געחאלישט. און דאס איז לאוו דווקא וואס די ענד אף די סטארי איז געווען, אבער די עצם פלוצלינג'דיגע געשעהניש האט פאר מוישי ארויס געצויגן דאס ביסל זיכערקייט פון זיך און געלאזט שפירן פארלוירן צומישט און אומזיכער ווייל אפשר קען עס געשעהן נאכאמאל אפילו צומיך אדער נאכאמאל אפילו צו א צווייטען און סאיז.......... און טאמער אבער די מעשה ענדיגט זיך ביטער איז עס סאך ערגער.

צומאל קען זיך איבערשפילן אין מח פאר יארן די פאסירונג, און טאמער ער האט נאך געהערט ווי מען דערציילט עס איבער אזוי ווי מענטשן האבן ליב עס איבער צו קייען מיט זאפט שמאלץ און פעפער און מען דערציילט פונקטליך ווי אזוי די שרעקליכע שודערליכע פאסירונג איז געשעהן, ווי פונקט דעמאלטס האב איך גערעדט און אינמיטן זעה איך וואו אוי וואס געשעהט דא ער טראסקעט און הצלה איז געקומען וכו' וואס חוץ זיך כלומר'שט בארוהיגן ברענגט עס פארן דערציילער גארנישט נאר פחד און מער פאניק ביי די ארומיגע, דאס חזר'ט זיך איבער אין מיינד פאר יארן.

נאך א נקודה ווען ס'געשעהט חלילה א אומגליק ה"י און בפרט פלוצלינג, איז די עפעקטס אויף די ארומיגע פארשינדענארטיג, פאר די עכט נאנטע ה"י איז נארמאל דא ארגאניזעישאנס ווי חיי לייפליין וכדומה וואס זיי טוען גדולות ונצורות, אבער פאר די ווייטערע בלייבט די שוידער טיף בפרט ווער האט עס מיט געהאלטן לייף איז זייער שווער זיך ארויסצוזעהן דערפון.

איך בין נישט די מענטש צו רעדן בפרט ביי האקעלע נושאים און בכלל ווען מיין סעלף עסטים איז אין די ערד, איך בין פון די מענטשן וואס יעדע פלוצלינג'דיגע געשעניש שאקלט מיך אויף, יא איך בין געווען די אינגל וואס כהאב געדאוונט שיין יו"ט לעבן מיין טאטע און די שכן לעבן דעם האט געחאלישט איך בין געווען דער וואוילע אינגל וואס איז גוט און וויל נאר זיין גוט אבער דאס האט מיך אויפגעשאקלט עד היום את חטאי אני מזכיר לכאורה מיין עגא לאזט מיך נישט עקסעפטן די דורכפעלער אבער זייט דעמאלטס איז מיין גאנץ לעבן פאר הארגערט כבין צובראכן ווי אזוי מיינע בחור'ישע יארן איז אריבער, ווילסט וויסן וויאזוי? איך וויל נישט וויסן, און כ'קען שרייבן אסאך איבער מיין לעבן.

סאיז נישט קיין כלל. דאס האב איך מיך שוין אויסגעלערנט, אז די וועג ווי אזוי מענטשן נעמען אויף פאסירונגען איז אנדערש, סהאט טאקע בעיקר צוטהון מיט די נאטורן פון די מענטש און נאך.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

איך בין שוין לאנג נישט געווען אין תורת הנפש. טרעף איך דא שיינע זאכן!

צ"ק, טראומע קומט בעצם פון א גוטע שורש, די אייבערשטער האט געמאכט אז ווען א מענטש זעט עפעס זאל ער זיך לערנען דערפון אויפן עתיד.

למשל א קינד זעט אמאל איינער צעשניידט זיך פון א מעסער וועט אים אריינגיין שטארק אין קאפ אז מדארף אכטונג געבן פון די שארפקייט פון א מעסער.

די פראבלעם ווערט ווען איינער נעמט עס נעקסט לעוועל, געווענליך איז עס ביי א זאך וואס ער זעט נישט וויאזוי עס צו פארמיידן, לדוגמא ער זעט אז איינער איז קראנק געווארן מיט א מחלה.
שקר נוטל כסף דובר
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: האט טראומע רעכט? נישט פאר שוואכע הערצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

טראומע האט רעכט.
צומאל נאך יארן קומט ארויס די טראומע מיט א פעסקייט, וואס דאס איז א טובה פארן מענטש וואס בשעת'ן פאסירונג האט ער נישט די כוחות צו פראסעסן די אומגעהויערע ווייטאגליכע געפילן, ווערט עס אוועק געלייגט פאר א מאמענט וואס די כוחות איז שטערקער, און דעמאלטס פעלט אויס צו פראסעסן די טראומע מיט די שטערקערע כוחות וואס די אייבישטער גיבט דאן.

נאר נישט אייביג ווייסט מען וואס איז די ריכטיגע טראומע וואס צונעמט דעם מענטש אינגאנצן, און וואס ער אנטלויפט דערפון, אבער נאכן אנקומען דערצו, איז די ארבעט צופראסעסן די דאזיגע ווייטאגליכע געפילן און עס קוקן אין פנים פארשטייט זיך מיט העלפ מעגליך, EMDR העלפט גאנץ שטארק פארדעם, און בעזר השם אינגאנצן ארויס גיין דערפון.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”