א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

טייערע אידן, יעצט אום תשעה באב לאזט א הייסע טרער פאר אידן וואס זייער טאג איז נישט קיין טאג און נאכט איז נישט קיין נאכט ליידנדיג יסורי הנפש וואס ציט ארויס דאס לעצטע טראפל כח פון דעם מענטש.
עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי! ליידער הערט מען די צרות זענען כיום א נחלת הכלל און אין בית אשר אין שם מת בגלוי צו בסתר, און זיכער איז דאס א נסיון בעפאר די גאולה שלימה, לאמיר טאקע איינרייסן וועלטן און ברענגען די גאולה!
לעצט פארראכטן דורך מענטל העלט אום דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

נעבעך לעצטנס דערציילט מיר א שנה ראשונה יונגערמאן אז ער האט געהאט א שווערע פאניק אטאקע און ער איז אנגעקומען צו א מצב פון דארפן רופן הצלה און ער איז כמעט געווען אין שפיטאל, און זיין יונג ווייבל דארף דאס אלעס מיטהאלטן, און עס קלאפט נעבעך נישט אויס גוט אויף די שלום בית, ווי אויך לייגט די שוויגער נישט צו קיין גוט הארץ וד''ל.
טאטע טאטע על אלה אני בוכיה!
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

מענטל העלט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:08 am
נעבעך לעצטנס דערציילט מיר א שנה ראשונה יונגערמאן אז ער האט געהאט א שווערע פאניק אטאקע און ער איז אנגעקומען צו א מצב פון דארפן רופן הצלה און ער איז כמעט געווען אין שפיטאל, און זיין יונג ווייבל דארף דאס אלעס מיטהאלטן, און עס קלאפט נעבעך נישט אויס גוט אויף די שלום בית, ווי אויך לייגט די שוויגער נישט צו קיין גוט הארץ ודי.
טאטע טאטע על אלה אני בוכיה!
וואס מיינט א פאניק אטאקע? און זי האט נישט געוויסט פאר'ן שידוך?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
מיין הערצעלע
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

תגובה דורך מיין הערצעלע »

הלוואי איך זאל האבן די גאטס און די כוחות צו אפ שרייבן וואס אלץ איך בין דורך
נעכטן ליינענדיג עפעס איז אשטאטס איך זאל ווערן עמאושעל האב איך געפילט אז מיינע עמאושענס זענען איבער געדעקט מיט א ליילעך
ב"ה אז נאך א יאר טערעפי פיל איך עס שוין איבער געדעקט נאר מיט א ליילעך און נישט מיט קיין דיקע ברעיט
דאקטאר-ראבינער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2024 11:41 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטאר-ראבינער »

עס זענען פארהאן מענשן וואס פאר די גאס זענען זיי סוקסעספול און מוצלחים אבער באמת זענען זיי שברי כלים. איך קען א מענטש, וואס זיין אייגענע טאטע, כלאמפערשט אן איש חשוב, האט אים אנגעטון א מעשה אלס בחור ל”ע ודב”ז. דער איד האט חתונה געהאט, אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, און הייסט אן איש מוצלח. ער האט לעצטנס אויסגעפונען אז זיין טאטע האט עס געטון צו זיינע קינדער אויך.
אבות אכלו בוסר, שיני בנים תקהינה.
אם תאכלנה נשים פרים עוללי תיפוחים אללי לי
ויצא הראשון אדמוני...
גראבע ליגנער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:19 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבע ליגנער »

ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:11 am
מענטל העלט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:08 am
נעבעך לעצטנס דערציילט מיר א שנה ראשונה יונגערמאן אז ער האט געהאט א שווערע פאניק אטאקע און ער איז אנגעקומען צו א מצב פון דארפן רופן הצלה און ער איז כמעט געווען אין שפיטאל, און זיין יונג ווייבל דארף דאס אלעס מיטהאלטן, און עס קלאפט נעבעך נישט אויס גוט אויף די שלום בית, ווי אויך לייגט די שוויגער נישט צו קיין גוט הארץ ודי.
טאטע טאטע על אלה אני בוכיה!
וואס מיינט א פאניק אטאקע? און זי האט נישט געוויסט פאר'ן שידוך?
א פאניק אטאקע מיינט אזוי ווי די שטעלסט דיך פאר, מ'מיינט אז מ'גייט שטארבן, כאפן א הארץ אטאקע וכו' אבער אין אמת'ן איז אלעס מסודר אחוץ די מח.

אין ניין ליידער זאגט מען נישט אויס! כ'ווייס פון איינער וואס האט געכאפט די ערשטע פאניק אטאקע אין שבע ברכות, אין די אנדערע זייט האט פון גארנישט געוויסט, ס'האט ליידער שפעטער געקאסט א גט...
מדבר שקר תרחק!
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:11 am
מענטל העלט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:08 am
נעבעך לעצטנס דערציילט מיר א שנה ראשונה יונגערמאן אז ער האט געהאט א שווערע פאניק אטאקע און ער איז אנגעקומען צו א מצב פון דארפן רופן הצלה און ער איז כמעט געווען אין שפיטאל, און זיין יונג ווייבל דארף דאס אלעס מיטהאלטן, און עס קלאפט נעבעך נישט אויס גוט אויף די שלום בית, ווי אויך לייגט די שוויגער נישט צו קיין גוט הארץ ודי.
טאטע טאטע על אלה אני בוכיה!
וואס מיינט א פאניק אטאקע? און זי האט נישט געוויסט פאר'ן שידוך?
די מענטשליכע מח איז אויסגעשטעלט אז ס'רעאגירט אויף געוויסע אופנים ווען א סיטואציע געשעט. למשל, ווען ס'געשעט א פייער אין א הויז וכו' רעאגירט די מח מיט שאק און ציטער. א פאניק אטאקע מיינט אז דיין מח רעאיגרט ווי 'כאילו' סאיז דא אזא סיטואציע אבער עכט איז גארנישט געשען.

אסאך מאל קען א מענטש נאכן דורכגיין א שווערע עמאציאנאלע איבערלעבעניש עס אנהייבן באקומען אפי' ער האט עס קיינמאל נישט געהאט בעפאר.
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
שועלי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:38 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שועלי »

א פאניק אטאקע קען קומען פלוצלינג עס קען געשעהן ביי יעדען, ממוז נישט האבן א מענטל העלט פראבלעם פון פאר דעם, אז א בחור אדער א מיידל האט איינמאהל געהאט א פאניק אטאקע דארף מען זאגן פאר א שידוך ?
דיפרענד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 31, 2023 10:07 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענד »

רעדנדיג וועגן מענטל העלט.

עס דרייען זיך ארום מענטשן מיט געפערליכע פעי”ן און ווייטאג אינעווייניג און זיי דערציילן עס נישט פאר קיינעם, דאס אליינס קען אמאל מאכן די פראבלעם גרעסער ווי זאך אליין וואס מען איז דורך, און איך רעד בעיקר וועגן די אויבנדערמאנטע נושא.
צוויי חברים האבן זיך אויסגערעדט צו מיר אלץ בחור, איינער איז דורך מיט א צווייטע בחור, און דער צווייטער אלץ קינד מיט א עלטערער פון אים, און ביידע פון זיי האבן זיך סוקסעספול אויפגעבויעט, ווייל זיי האבן גערעדט צו די ריכטיגע מענטשן וואס פארשטייען אין דעי זאכן. און ווען מען רעדט זיך אויס (דאס איז בעצם אין יעדע פריוואטע נושא) דארף מען רעדן צו אזא איינעם וואס מען טראסט מיט בארגן צעהן טויזענט דאלער (די געדאנק), עס טאר נישט זיין קיין מיסטעיקס ביי דעם, און עס קען זיין זייער ווייטאגלעך אויב בלייבט עס פארקנאקט אין הארץ, און מען געבט נישט ארויס פאר א צווייטן וואס קען דיר אויסהערן, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים. און בעיקר דארף מען אסאך מאכן תפלה צום טאטן אין הימל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4703
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

די אשכול גייט ווערן אויסגעמעקט נאך פאר חצות.

א פאניק אטאקע אדער ענקזייעטי מיינט נאך נישט אז מען איז משוגע. א מענטש וואס האט א גרויסע פירמע, אדער אן ארבייטער וואס איז אחריות אויף א גרויסע קאמפאני איז נארמאל צו האבן ענקזייעטי. אבער אויב עס געשעט אפט (בעיקר פאניק אטאקעס) דארף מען זיך העלפן. און עס איז דא הילף, און מען קען זיך העלפן.

מענטשן וואס זענען עפעס אדורך אין לעבען, קענען פירן א נארמאל לעבען, און אסאך אידן פירן הערליכע שטובער.אבער אמאל קלאפט עפעס אויס 10-15 יאר שפעטער. פאר די אלע וואס "פאשטייען" און וועלען זאגן מען זאל לערנען חובת הלבבות, אמת. מען זאל דאס טוהן. מען זאל אויך גיין פאר הילף. ווייל PTSD איז ריעל. למעשה, איז א מענטש אחריות אויף זיינע מעשים, אפילו אויב ער איז עפעס אדורך אין לעבען. עס איז דא הילף.

איצטער א ווארט צו די אלע וואס ווייסן אלע און מיינען אז זיי פארשטייען... איר ווייסט נישט אלעס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

@גראבע ליגנער @אינקוויזיציע
וואס ענפערט ער ווען מ'זאגט עם אז אלעס איז אקעי?
און וואס טוט הצלה?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

פאר ווער ספארשטייט זאל צולייגן א טרער, און ווער ספארשטייט נישט זאל פארשטיין אז ער פארשטייט נישט.

די צער איז שרעקליך איום ונורא פחד פחדים, מען די ריכטיגע הילף קען מען עס בעז"ה דורך קומען, אבער ביז דארט ירחם המרחם.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:24 am
עס זענען פארהאן מענשן וואס פאר די גאס זענען זיי סוקסעספול און מוצלחים אבער באמת זענען זיי שברי כלים. איך קען א מענטש, וואס זיין אייגענע טאטע, כלאמפערשט אן איש חשוב, האט אים אנגעטון א מעשה אלס בחור ל”ע ודב”ז. דער איד האט חתונה געהאט, אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, און הייסט אן איש מוצלח. ער האט לעצטנס אויסגעפונען אז זיין טאטע האט עס געטון צו זיינע קינדער אויך.
אבות אכלו בוסר, שיני בנים תקהינה.
אם תאכלנה נשים פרים עוללי תיפוחים אללי לי
די ריכטיגע פסוק איז הצרי אין בגלעד הרופא אין שם.
זוכה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:48 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוכה »

שועלי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 11:05 am
א פאניק אטאקע קען קומען פלוצלינג עס קען געשעהן ביי יעדען, ממוז נישט האבן א מענטל העלט פראבלעם פון פאר דעם, אז א בחור אדער א מיידל האט איינמאהל געהאט א פאניק אטאקע דארף מען זאגן פאר א שידוך ?
"א פאניק אטאקע וואס מען זאל דארפן אריין גיין אין שפיטאל קומט נישט פלוצלינג"...

אויב די פראבלעם איז טאקע אזוי קליין פארוואס האסטו מורא צו זאגן?????

די מציאות איז ליידער אז מענטשן באהאלטן ביי שידוכים אסאך ערגערע פראבלעמען ווי א פאניק אטאקע.. און דאס איז די גורם פון "רובא דרובא גיטין". היינט איז טאקע א פאסיגע טאג צו וויינען אויף די חורבנות וואס קומען פאר אויף א אומדערהערטע פארנעם.
שטעלט אייך פאר די "שטילקייט"וואס וואלט געהערשט אויב מענטשן וואלטן ווען געזאגט זאכן וואס זיי "ווייסן"
אוועטאר
מיין הערצעלע
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין הערצעלע »

איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער אבער איך האב אביסל עקספיריענס אין שרייבן און איך האב געזעהן אז ווען מען שרייבט עפעס דארך דארט ליגן אסאך הארץ כדי עס זאל ארויס קומען א דבר השלום און אנדערע זאלן עס קענען קולט זיין

געווענטליך ווען מען שרייבט איז עס אדער ווייל מען וויל זיך אליין ארויס געבן אדער ווייל מען וויל מחזק זיין אנדערע

איך בין יעצט נישט אין קיין מצב וואס איך בין ביכולת צו צו לייגן צו פיל הארץ און אויך בין איך יעצט נישט אזוי שטארק אין קיין מצב פון זיך ווילן ארויס געבן
עס איז אבער געבליבן די חלק פון קענען מחזק זיין אנדערע יודן וואס זענען דורך אדער וואס זענען דורך געגאנגן דעס וואס איך גיי דורך וועל איך טרייען צו אביסל מיט טיילן מיין לעבנס געשיכטע מיט א דרויסענדיגע בליק אן אריין גיין אין קיין דיטעילס ווייל איך היט אויך מיין אידענטעטי

עס האט זיך אן געהויבן ווען דער אייבישטער האט מיר אראפ געשיקט אויף דעם עולם התחתון מיט באלד 6000 יאר נאכן עס באשאפן און אזוי בין איך דא אן געקומען שוין טיף אין יטן די מעשה און דא דארף איך מיר צו געוויינען וויזוי זיך צו צו פאסן מיט די אנדערע מענטשן

דער אייבישטער האט מיר מיט געשיקט מיט א געוויסע זאך לאמיר עס אן רופן נסיון וואס האבן געמאכט אז אנדערע קינדער זאלן מיר מקנה זיין וואס דעס האט צו געברענגט אז קינדער זאלן מיר טשעפענען

ווען איך בין אהיים געקומען זאגן פאר ממיינע עלטערן אז איינער האט מיר געטשעפעט פלעגט מיין מאמעס ריעקשן זיין אז עס איז ווייל איך האב אסאך מעלות און מען איז מיר מקנא וכו אבער מיין טאטעס ריעקשן איז געווען אין גאנצן אנדערש איך וויל נישט אריין גיין אין קיין פרטים וועגן מיין אידענטיטי אבער גאר נישט האט אים אפ געשטעלט פון איבער דרייען א וועלט פאר ווער עס האט געטשעפעט זיין צדיקל אפילו זאכן ןואס איך האב געוויסט אז איך וויין סתם און איך בין אליין שילדיג פאר וואס מען האט מיר געטשעפעט ביז איך האב מיר צו געוויינט אז מיין טאטע טאר נישט וויסן אויב איינער טשעפעט מיר

אזוי זענען די יארן געלאפן ווען איך פלעג כסדר כאפן פון מיינע מלמדים און מנהלים נישט וויסענדיג וואס מען וויל פון מיין לעבן האבן ביז איך בין איין יאר אן געקומען צו א מלמד וואס האט מיר גוט אוועק געהארגעט

פאר איך גיי ווייטער וויל איך מקדים זיין איך ווייס נישט צו ענק ווייסן עס איז דא א זאך פון אוועק לייגן איינעמס נפש און די נפש פילט אז עס האט דעמידזש און נאך דעם איז דא א זאך וואס איז פול ערגער פון דעם אז א מענטשעס מוח באקומט אזא שטארקע דעמידזש אז די מוח מאכט עס כאילו דליתא און דעס איז שרעקליכע יסורי נפש וואס דעמידזשט אלעס פון דא און ווייטער ביז מען נעמט געהעריג קעיר דערפון

דעס האט יענע מלמד געטון מיט מיר
דורך זיין מחלה האט ער געטראפן א גוט פישל אין לייגן א האנט אויף מיר
פינקטלעך וויזוי זאכן האבן זיך אויס געקאכט וועל איך לאזן פאר מיין טעראפיסט אבער באדעם ליין איז געווען אז איך האב געפילט ווי מיין מוח ווערט קאנטראלט דורך יענע מענטש טאג און נאכט און איך דארף עס נישט ניצן
א גוטע זאך וואס איך האב אפילו עס האט גאר נישט מיטן חדר איז ער
א שלעכטע זאך וואס איך האב איז עס ער בקיצור עס איז שרעקליכע יסורי נפש
און אין יענע צייט האט מיר מיין טאטע אן געפאנגן צו פייניגן אויף א שרעקליכע וועג איך האב נישט געוויסט וואס עס גייט דא פאר און איך האב ליטערלי באקומען א פחד פון די מין בריאה וואס הייסט "מענטש"
יארן שפעטער האט מיר מיים טאטע געזאגט אז יענע מלמד האט מיר געדארפט מאכן פאר א מענטש און ער האט משוגע געמאכט מיין טאטע אז מיט מיר דארף מען זיך באגיין וויזוי מיין טאטע האט זיך דעמאלס באגאנגן מיט מיר
נאכן מאכן א שטיקל קאלקולעישן האב איך גראד צאם געשטעלט אז יענע מלמד האט געוואלט רואיגער הייט קענען דורך פירן זיינע שטיק און כדי איך זאל נישט לויפן צו מיין טאטע האט ער זיך מיט דעם אויך פראטעקטעד...

בקיצור איין מאל איל בין ארויס פון דעם מלמד האב איך מיר געטראפן אליין אויפן וואסער איך האב נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט מיינע עלטערן און איך האב קיינעם אויף די וועלט נישט געטראסט ביז מיינע חתןנה געהאט געשוויסטער האבן זיך מרחם געווען אויף מיר

איך האב געזיכט ווי צו אנטלויפן פון מיר אליין
און אין יענע צייטן זענען אנדערע חבירים וואס טויגן נישט געקומען צו מיר וואס דעס איז געווען א חורבן פאר זיך איך האב נישט געוויסט וואס איך דארף צו טון צו איך בין א מענטש צו נישט אזוי האב איך דורך געשטופט יאר נאך יאר און ב"ה עס איז ייר מיט די צייט אביסל גרינגער געווארן ביז עס איז געקומען די צייט וואס איך דארף אויף שטעלן מיין אייגענע שטוב

אין יענע צייטן האב איך אן געפאנגן צו כאפן ווי ראנג מיין לעבן איז און איך האב זייער מורא געהאט וואס עס גייט געשעהן ווען איך וועל דארפן וואוינען מיט א מענטש אין אזעליכע אום שטענדן אן קיין באונדעריס
און אויך האב איך צוריק געהערט פון שדכנים אז מען לייגט א גרויסע אויג אויף אזא טשאטשקע ווי מיר וואס איז מלא מעלות און דעס האט מיר נאך מער געמאכט צובראכן ווייל אפשר גיי איך דא באקומען עפעס א געלונגענע זאך און וויזוי גייט זיך עס אויס קאכן?

ב"ה איך בין א חתן געווארן און חתונה געהאט און דא דארט געזעהן אז די זעלבע ווי איך מוטשע זיך מיט זאכן און לכבוד דעם איז מיין גאנצע חתונה געהאטע לעבן אין א נערוועזעניש איז די זעלבע זאך ביי מיין טייערע אשת חיל
עס האט גענומען א גוטע 3 יאר ביז מיר ביידע האבן איין געזעהן אז מיר דארפן ערענסטע העלפ (קודם זי און אפאר יאר שפעטער איך) און אזוי פארט די לעבן מיט בובוס אויפן וועג

בערך א יאר צוריק איז געקומען מיין רייע צו גיין פאר העלפ
איך האב עס לכתחילה בכלל נישט געדארפט... אבער דער אייבישטער האט זיך זיינע וועגן וויזוי ער קען אריין שטופן א מענטש צו העלפ ווען מען דארף

איך בין אן געקומען צו א גרויסע טעראפיסט וואס איז באקאנט מיט חלקים צו העלפן מיט חלקים וואס איך פלאג מיר און ער האט טאקע געמאכט א גוטע דזשאב מיטן קענען ארויף ברענגן אלטע זאכן וואס איך האב שוין פון לאנג נישט געדענקט אבער ער האט גארנישט געקענט טון ווייטער דערמיט ווייל מיין באדי איז אזוי פארקנאקט און פארשלאסן אז עס איז ממש נישטא וואס צו טון דערמיט

סאו פאר די לעצטע דריי פערטל יאר בערך גיי איך צו א צווייטן וואס זיין דזשאב איז נאר צו מאכן מיין באדי looser דורך סייקאלעדזשי אזוי אז ווען איך קום צוריק צו מיין טעראפיסט זאל מען האפענטליך קענען ארבעטן אויף מיר

איך האב נישט גענוג ווערטער צו לויבן אונזער גרויסע טאטע אין הימל וואס האט מיר געגעבן אזא גוטע ווייב און קינדערליך און מיר אויס פרובירט מיט אזעליכע נסיונות אלץ קינד אז איך זאל בעסער קענען מחנך זיין און אבאכט געבן אויף מיינע קינדערליל אז זיי זאלן נישט דורך גיין דעס וואס איך בין דורך
און אויך מאכט מיר דער אייבישטער א גאנצן צייט פאר א בעסערע מאן און טאטע און איך האף אז ער וועט רחמניות האבן פאר די אנדערע קינדער וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם צו זעהן אז זייער לעבן פארט זייער נישט גוט און גיי ווייס וויזוי עס וועט זיך אויס לאזן

און אויך האף איך אז דער אייבישטער זאל רחמנות האבן אויף די מענטשן וואס האבן מיר געשעדיגט אז זיי זאלן ווערן געזונט און וואוילע מענטשן

(איך האב עס נישט איבער געליינט איך האף אז עס איז גוט און אויס געהאלטן אויף די סייט)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מיין הערצעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 3:40 pm

דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אומגלויבליך וואס מענטשן גייען אריבער!!
נישטא קיין ווערטער
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7524
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א טרער פאר מענטל העלט ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גראבע ליגנער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 10:54 am
ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:11 am
מענטל העלט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:08 am
נעבעך לעצטנס דערציילט מיר א שנה ראשונה יונגערמאן אז ער האט געהאט א שווערע פאניק אטאקע און ער איז אנגעקומען צו א מצב פון דארפן רופן הצלה און ער איז כמעט געווען אין שפיטאל, און זיין יונג ווייבל דארף דאס אלעס מיטהאלטן, און עס קלאפט נעבעך נישט אויס גוט אויף די שלום בית, ווי אויך לייגט די שוויגער נישט צו קיין גוט הארץ ודי.
טאטע טאטע על אלה אני בוכיה!
וואס מיינט א פאניק אטאקע? און זי האט נישט געוויסט פאר'ן שידוך?
א פאניק אטאקע מיינט אזוי ווי די שטעלסט דיך פאר, מ'מיינט אז מ'גייט שטארבן, כאפן א הארץ אטאקע וכו' אבער אין אמת'ן איז אלעס מסודר אחוץ די מח.

אין ניין ליידער זאגט מען נישט אויס! כ'ווייס פון איינער וואס האט געכאפט די ערשטע פאניק אטאקע אין שבע ברכות, אין די אנדערע זייט האט פון גארנישט געוויסט, ס'האט ליידער שפעטער געקאסט א גט...
לאו דווקא אז מען זאגט נישט. שווערע ענקזייעטי קען אנברענגען ערענסטע פאניק אטאקעס, אן ווארענונג.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”