"מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

"מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

בס"ד
הקדמה:
לכבוד מיינע טייערע חבירים בכלליות ובפרטיות וועלכע האבן געלייקט אדער וואס וועלן לייקן די די תגובה,
viewtopic.php?p=5080355#p5080355 כאו"א בשמו הטוב יבורך,

בעז"ה גיימיר זיך נעמען צו די עבודה פון באשרייבן די אויסטערלישע דערהויבענע און זעלטענע התעוררותדיגע מסע הבונים שע"י בוני עולם ל"ג- ל"ד בעומר אין פולין, אבער צום אלעם ערשט דארפן מיר מקדים זיין ווי פאלגנד:

כאטש וואס מיר וועלן פרובירן צו דעקן און באשרייבן די מערסטע און די אינטערסאנטסטע, איז ממש נישט מעגליך צו דעקן יעדע מינוט און חלק פון די גאר קאלירפולע נסיעה, און אדרבה, אויב איינע פון די משתתפים זעט אז איך האב עפעס אויסגעלאזט, קווענקלט נישט, נאר לאזט אייך הערן, פארשטייט זיך בדרכי נועם, וטעות לעולם חוזר, ובזה החלי בעזרת הבורא:

מיטוואך פרשת בהר תשפ"ד פארנאכטס:

ארום 8:30 האט די ציבור אנגעפאנגען צו אנקומען צום זשעי עף קעי עירפארט ווי די עסקנים האבן אפגעוווארט דעם ציבור און צוגעוויזן די דעסק, נאכן אריינטשעקן ביי די נארס אטלאנטיק עירליין איז די ציבור אדורך סעקיורטי און דאן אנגעקומען צו די געיט.
די ווינקעלע דארט אין עירפארט איז בליץ שנעל געווארן איבערגעפולט מיט די הונדרעטע אידן משתתפי הנסיעה און א הערליך בילד האט זיך אהערגעשטעלט זעהענדיג מי ומי הנוסעים, אנגעפאנגען ביי די חשובע רבנים ומשפיעים, הגה"צ דער סקווירא ב"פ דיין שליט"א, הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א,פולע זקני ופני העדה, באקאנטע משמחים, כל ערליי מינע היטן, און רעקלעך, אלעס מיטן פאראייניגטען ציל צו העלפן די הייליגע ארגאנאזאציע בוני עולם, זיין די גוטע שלוחים אראפצוברענגען נאך לעכטיגע אידישע דורות אויף די וועלט.
עס האט געדוירט א שטיק צייט ביז די ווארעמע עסן פון פאמערגרענעט איז אנגעקומען –לכאורה צוליב סעקיורטי- אבער אויפדערווייל איז געווען עטליכע מינע סענדוויטשעס זיך צו דערכאפן דאס הארץ, שפעטער איז אנגעקומען די פולע שיפמענט און די עסקנים האבן דאס אויסגעלייגט, א פולע פליישיגע נאכטמאל פון אלעם גוטן, צו עסן און צו טרינקען, און אזוי אויך פליישיגע געפאקטע סענדוויטשעס צו מיטנעמען אויפן פליגער,די עולם האט געגעסן, זיך געזעטיגט און צוביסליך אנגעפאנגען ארויפגיין אויפן טשארטער.

אויפן פליגער האט יעדעם אפגעווארט א קישן מיט א דעקע פון ללכת, און א קליינע טאשקע, אינעוויניג איז געליגן א סידור לחול מיט א פעקל טישוס,די עולם האט זיך מסדר געווען אויף די זיצן און זיך געזעצט ווארטן.....אויף וועם, אהה, אפאר חשובע משתתפים וועלכע זענען געקומען צופארן פון מאנטריאל און האבן געהאט א דילעי, אע"כ ווארט מען אויף זיי..., ביזדערווייל האט זיך די ציבור היימיש געמאכט איינעם דעם צווייטן, און נאך איבער צוויי שעה דילעי, קרוב צו 2 אזייגער, האט זיך דער פליגער ענדליך געהויבן, קיין ריישא!

אנפאנג וועג האט אויפגעטרעטן דער בארימטע דרשן נפלא ר' ישראל שטערן פון לאנדאןוועלכע האט באגריסט דעם ציבור, און איינגעלייטעט דעם נסיעה.

אויפן פליגער איז לדעתי באמת געווען א קידוש צו זעהן ווי אידיישע קינדער ניצן אויס די צייט מיט לימוד התורה, און שפעטער די ווארעמע תפלת שחריתעטליכע שעה פארן לאנדען, שטייענדיג צודריקט צווישן די זיצן, פארגעסט נישט אז יעדער איינער אויפן פליגער איז א איד, א אינגערמאן וואס לייגט שוין רבינו תם, און יעדער איינער האט געדאווענט צוזאמען, והבן....
פארן לאנדען האט מען געהערט ווארעמע דברי הכנה צום נסיעה בכלל און קיין ליזענסק בפרט דורך הרב ר יוסף חיים שליט"א,וועלכע האט אנגעווארעמט דעם ציבור מיט זיינע זיסע דיבורים.

דאנערשטאג ארום 4 אזייגער האט מען בשעה טובה געלאנדעט אין ריישא עירפארט ווי מען איז מיט א רעמפ אריין אין טערמינאל, און גאנץ שנעל דורכגעגאנגען קאסטומס, אבער דערנאך האט מען היבש לאנג געווארט אויף די רענצלעך, בשעת וואס דער בארימטע משמח אלוקים ואנשים ר' יעקב יוסף לאנגזאםהאלט אינטער די ציבור מיט טרעפליכע דזשאוקס , א שטייגער ווי "איינער האט געזעהן מיין רענצעל, כהאב א סימן, עס האט שמוציגע רעדלעך"...
אינצווישן האט זיך דער עולם געשטעלט מניני מנחהדארט אין עירפארט, און עווענטועל זענען די פעקלעך אנגעקומען און מען האט זיך ארויסגעלאזט קיין ליזענסק, א וועג פון בערך א האלבע שעה, מיט א פלאטע פון 10 באסעס, גאר שיינע און געשמאקע באסעס.

אנקומענדיג קיין ליזענסק ארום 6 אזייגער האט מען אויסגערופן אז די מעמד התפילה וועט זיין 7 אזייגער, אינצווישן איז געווען צוגעגרייט פארן עולם די פיינע ווארעמע מקווה און א גאר ברייט נארהאפטיגע פארעווע מיטאג איז געווארן צוגשעטעלט אין די צענטראלע בנין הכנסת אורחים,אין די שטיבלעך אינטען האט מען געליינט די קריאת היום.
אין א גאר קלוגע שריט האבן די עסקנים דארט אויפן פלאץ אויסגעטיילט פאר יעדעם אינעם זיין האטעל צימער מיט די קארטלעך וואס האט זיך שפעטער אויסגעשטעלט אלס גאר א געוואלדיגע טובה, צוליב דעם וואס מען איז אנגעקומען אין האטעל גאר שפעט ביינאכט, און איך דארף אייך נישט מסביר זיין וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקוט ווען איבער 400 חסידידשע הונגעריגע און מידע אינגערלייט דארפן דאן באקומען זייערע קארטלעך.....
צוביסליך האט זיך די עולם אנגעפאנגען פארזאמלען ביים ציון הק' וואס איז בליץ שנעל געווארן איבערגעפילט, סיי די אוהל און סיי די זייטיגע צימער, און גאר א גרויסע עולם האט זיך געשטעלט אינדרויסן, ביים אריינגאנג צום ציון איז געווען א טיש מיט קוויטל פאפיר, א ספעציעלע קונטרס מיט די פרקי תהלים וואס מען וועט זאגן, און די תפלת רבי אלימלך און אזוי אויך ליכט.
ביי א ספעציעלע טישל אינדרויסן פון אוהל האט דער עולם געצינדן די ליכט אז עס זאל נישט צוקומען לידי סכנה.

ארום 7:30 איז הגה"צ דער סקווירא דיין שליט"א אנגעקומען אינאיינעם מיט ר' שלמה, צוזאמען מיט הגה"צ ר' דניאל רוקח מליזענסקאון אריין אינעם איבערגעפאקטע אוהל, און מען האט צום ערשט אנגעפאנגען מיט עטליכע הארציגע ניגונים.
דעראך האט ר' שלמה אויפגעטרעטן מיט גאר ווארעמע דיבורים, זיך בעטענדיגע כבן המתחטא לפני אביו ביים היליגען רבי ר' אלימלך אויף זין אייגנארטיגע שטייגער, אנפאנגנדיג מיט די מעשה:
אין די יארן נאך די פטירה פונעם הייליגען רבי ר' אלימלך איז געווען א רב וועלכע האט שטארק משתוקק געווען צו טרעפן א איד וועלכע האט נאך געקענט דעם רר"א, מען האט אים אנגעוויזן אויף א געוויסע דארפסמאן, ער איז זיך געגאנגען טרעפן מיט יענעם, און אים געזאגט מיט א גרויס שמחה "איך הער אז איר האט נאך זוכה געווען צו קענען דעם הייליגען רר"א?!", דער דארפסמאן האט רעאגירט
"הייליג? ווייס איך נישט, אבער איך האב אים געקענט",
"וואספארא שייכות האט איר געהאט מיט אים?"
פארציילט דער דארפסמאן, אז ער האט געהאט א קיעלע מיט עטליכע הינדלעך און דאס איז געווען זיין מקור הפרנסה, ויהי הייום,און עס איז געגנבעט געווארן, נישטא!, בצער לו, האט ער זיך אויסגערעדט צו זיינס א חבר וועלכע האט אים מיעץ געווען צו פארן קיין ליזענסק צו רר"א, דער איד איז געפארן קיין ליזענסק און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ צום צדיק, דער הייליגע רבי אלימלך מיט זיין גרויס אהבת ישראל, האט מיטגעוויינט מיטן איד, און דערנאך זיך פאר'דביקות'ד פאר עטליכע מינוט, און דאן ברוח קדשו צוגעוויזן פונקטליך ווי די געגנבטע באשעפענישן ליגן.
"נו", פירט דער דארפסמאן אויס בתמימות "פון וואנעט מיינסטו האט רבי אלימלך געוויסט ווי עס ליגט?" (אויב נישט אז ער איז אליינס געווען פון די חברה....) , דער גוטע איד האט נישט פארשטאנען "אויב ר' אלימלך האט עס ביי דיר גע'גנב'ט,דאן פארוואס האט ער עס צוריקגעגעבן?"
"אה, וואס פארשטייט איר נישט", זאגט דער דארפסמאן, "ער האט דאך געהאט א גאט אין הארץאון ער האט געזעהן א איד וויינען האט ער רחמנות געהאט און מיך עס צוריק געגעבן"
האט ר' שלמה באכנער אויסגעפירט מיט בכיות, "הייליגע רבי אלימלך, פאר דעם איד האסטו געהאט גאט אין הארץ, נו, וואס טוט זיך מיט די אלע אידן וועלכע זענען מצפים לישועה?!",און דערביי אויך אויסגערעכנט כל מיני ישועות אין וועלכע אידישע קינדער נויטיגן זיך, ספעציעל האט ער דערמאנט דער קאסובע רבי שליט"א לרפו"שוועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימין מוסד הק' בוני עולם.
דערנאך האט מען געזאגט די קפיטלעך תהלים מיט גרויס התעוררות, און מען האט צוגענדיגט מיט פרייליכע ניגונים, ארויף אויף די באסעס און געפארן בערך א האלבע שעה קיין לאנצוט.

אין לאנצוט ביים הייליגען ראפשיצע רב זי"עהאט ר' ישראל שטערן צום ערשט דערמאנט א חשובע אייניקל פונעם ראפשיצער וועלכע האט מנדב געווען די זכות מעמד התפילה לזכותו ולזכות ב"ב, דערנאך האט מען געזינגען ווארעמע ניגוני קודש און דער סקווירא דיין שליט"א האט מעורר געווען די לבבות ישראל, און ספעציעל דערמאנט א חשובע מיטרייזענדע וועלכע איז געקומען מט מסירות נפש ממש זיצנדיג אין א ווילטשער, לרפואה שלימה.
צוליב די שפעטע שעה האט מען זיך מזרז געווען און מען האט אויסגערופן אז מעריב וועט שוין זיין אין האטעל (נישט ווי געפלאנט אינעם שטאטישע שוהל ווי דער הייליגע לובלינער זי"ע האט געדאווענט)
מען איז ארויסגעפארן א וועג פון באלד צוויי שעה צום האטעל אין קראקא.

אנקומענדיג אין קראקאשוין נאך 1 אזייגער ביינאכט, איז געווען צוגעגרייט א גאר רייכע נאכטמאל אינעם גרויסן עס-זאל וועלכע געפינט זיך אויף די שטאק מיינוס 2, די ציבור האט געגעסן , גע'מעריב'ט, און זיך מסדר געווען אין די ציממערן ווי עס איז געווען אנגעגרייט פאר יעדעם איינעם אינעם ציממער א שאכטל מיט ממתקים.
ספעציעלע שאטלס איז אויך געווען צוגעשטעלט פאר די וועלכע האבן געוואלט צופארן צו די נייע ביה"חוועלכע איז נישט געווען אויפן אפיציעלע נסיעה סקעדזשועל.

אין עס-זאל האט מען אויסגערופן די סדר היום פאר מארגן פרייטאג פאר אלע 3 חבורות, און די ציבור איז זיך געגאנגען לייגן ווען א טייל פארבלייבן שוין אויף צו וותיקין, די עלות איז געווען גאר פרי האלב נאך 3.

המשך יבוא אי"ה
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

האסט גאר א גשמאקע פעדער זיי ממשיך!!!
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

בס"ד
לכבוד די אלע וועלכע האבן געלייקט, און אלס הכנה צו די גרויסע קאמפיין וועלכע קומט אי"ה חודש אב הבעל"ט וועלן מיר ממשיך זיין בס"ד מיט די סדר הנסיעה.

פרייטאג אינדערפרי אנגעפאנגען פון ארום 8 אזייגער האט זיך כסדר געשטעטלט מנינים שחרית, די מקווהפון ללכת איז dעווען צוגעשטעלט אין די הויף פון האטעל אין א ספעציעל אויפגעשטעלט טענט, מיט שיינע גרויסע האנטוכער (ברענד ניו, נאך מיט די טעג...), און אזוי אויך איז געווען צוגעשטעלט פיינע קאווע אין די 24 שעה קאווע- נאש- קעיק- קענדי שטיבל.

א רייכע פרישטאגאיז דאן געווארן סערווירט, און די ציבור האט זיך געגרייט צו פארן יעדער צו זיין דעסטאנאציע, אני הקטן בין מיטגעגאנגען מיט די רוב עולם קיין אוישוויץ, עס איז אויך געוון א גרופע וואס איז געפארן קיין ראדאשיץמיט הרב ר' יוסף חיים, און א קבוצה וואס איז געפארן קיין באבובמיט ר' יוסף ירמי' ליפשיץ- מגדולי עסקני בוני עולם, א באבוב'ער חסיד.

אוישוויץאיז בערך א שעה אוועק פון קראקא, און ווען מיר זענען אנגעקומען דארט האט אנגעפאנגען רעגענען, צום מזל איז געווען א שטיקל טענט אינדרויסן פונעם לאגער, ווי דער עולם האט זיך אריינגעשטופט, און געווארט צו קענען אריינגיין (שטעל דיך פאר, אידן ווארטן אריינצוגיין קיין אוישוויץ.....!), דא האט זיך אויסגעשפילט א קאמישע סצענע ווי די עסקנים האבן ארויסגעפרינט יעדעמס טיקעט און די עולם האט געמיינט אז דא אז א ישיבה... און מען האט געכאפט אבי א טיקעט, פארן געוואר ווערן אז מען קוקט יעדעם איבער זיין טיקעט מיט זיין אינדיפיקאציע אויב עס שטימיט, יעדער האט געדארפט צוריקגעבן זיין טיקעט, און מען האט עס פון פריש פארטיילט.

נאכן דורכגיין סעקיורטי איז מען אריין אין אזא שטיקל ווארט זאהל, אין די זייט איז דא א אזא סעווינאר געשעפטל ווי די עולם האט זיך איינגעהאנדעלט קאלירפולע פלאסטיקס פאר די רעגן,און מען איז איינגעטיילט געווארן אין גרופעס, ווען יעדע 30 באקומען א טורגיידוועלכע האט אונז ארומגעפירט, די שטורמישע שלאקס רעגן האט געגעבן די ריכטיגע געפיל גייענדיג צווישן די וועגן און שטעגן אריין און ארויס פון די באראקן ווי מען האט געטריבן און געפייניגט אונזערע עלטערן, זיידעס און באבעס אין רעגן און אין היצן.

ברוך השם אז אינמיטן האט אויפגעהערט רעגענען און מען האט געקענט אראפציען די פלאסטיקס וועלכע האט געפערליך געשווויצט, נ אך אוישוויץ איז מען מיט די באסעס אריבער קיין בירקענוי,דארט האט מער ווייניגער הרב ר' ישראל שטערן פארציילט איבער די היסטאריע, וען די ציבור שלינגט מיט דורשט יעדע ווארט.

נאך א לענגערע שפאציר ביז צום סוף פון די שינעס איז מען אנגעקומען צו א שטיקל סקווער ווי עס איז געווען אנגעגרייט א שטענדער און די נגינה קאפעליע פון לאנדאן האט געזינגען ווארעמע ניגונים, מען האט מכבד געווען הנגידים ר' מאיר פישל און ר' משה דיימאנטצו אנצינדן ספעציעלע יזכור ליכט לע"נ די קדושים, און דאן האבן אויפגעטרעטן ר' ישראל שטערן און ר שלמה באכנער מיט גאר רירענדע און פאסיגע דרשות, דערנאך האט מען געזאגט די קינות וואס הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זי"ע האט מחבר געווען לעילוי נשמת די קדושי המלחמה, און נאך עטליכע קפיטלעך תהלים.
ארויסגייענדיג נאכן מעמד האבן די עסקנים פון ללכת פארטיילט פאר יעדעם א זעקל מיט צובייס, און מען איז צוריקגעפארן צום האטעל זיך צו גרייטן צום גרויסן און הייליגען שבת קודש.
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

לייג דיינע תגובות מיט א פרישע קאליר, כדי ס'זאל ארויסשטארצן
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

פרייטאג צונאכטס

די שבת'דיגע פליגלען שפרייטן זיך צוביסליך אויס איבער די שטאט קראקא און די ציבור פילט שנעל איבער די ביהמ"דוועלכע ווערט גאר שנעל געפאקט מקצה אל קצה, עס איז דא אנגעגרייט קליינע סידורים לשבת קודש, א מקראות גדולותפון עוז והדר אויף די וואכעדיגע סדרה מיטן ווייכע דעקל, פילע גליונות, א שטייגער ווי באר האמונה אין לשה"ק, אידיש און ענגליש, אור המאיר פון הרב ר' מאיר צוויבל שליט"א, און נאך, ביי יעדעמס פלאץ ליגט א קליינע טאבאק פושקעלע, אההה לכבוד שבת קודש!

די עסקנים האבן שווער געארבעט יעדעם צו פלאצירן מיט א בכבוד'יגע פלאץ, ספעציעל האט זיך אנגעזעהן א פרישע פלייץ פון געסטוועלכע זענען היינט ערב שבת אנגעקומען, במיוחד גרעסערע פטרונים ונגידי משפחת בוני עולם.

צו מנחהאיז צוגעגאנגען דער דיין בה' הידועה דער סקווירא דיין שליט"א, און געדאווענט שטייט אבער בהתלהבות גדול, נאך מנחה האט דער יו"ר ר' ישראל שטערןצום ערשט מקבל פנים געווען די גאנצע עולם און באגרסט אלע געסט וואס זענען געקומען פון ארבע כנפות הארץ, פשוטו כמשמעו, עס זענען דארט געווען אויף שבת אידן פון ווי אימער עס איז נאר דא אידן אויפן וועלט, און דערנאך אויסגערפן דעם חשובען גאסט הרה"ג ר' חיים יצחק קאאפ שליט"א נכד צדיקי בית לעלוב שליט"א פון ארה"ק.

האמת אגד, איך האב דעם הרב קאאפ פארדעם קיינמאל נישט פריער געהערט אבער דאס איז עפעס א נישט נארמאלע אור..., ער שטורמעט און פלאקערט, אזא בחינה ווי זיין קרוב ר' מיילעך, די געדאנק פון זיין דרשה איז געווען מער ווייניגער אז ר' שמעון איז דא מיט אונז. נאכן דרשה איז צוגעגאנגען ר' יששכר גוטמאןצו קבלת שבת וועלכע האט אראפגעלייגט א הערליכע ארבעט כידוע.

נאכן דאווענען איז די ציבור אריבער צום היכל הסעודות ווי עס איז געווען צוגעגרייט די סעודות שבתאויף א הערליכע פארנעם, אויך יעצט האבן די עסקנים אלעמען פארזיכערט מיט א פלאץ, און ספעציעלע פלעצער זענען געווען רעזעווירט פאר די גרעסערע תומכים ונדיבים ומשפחתיהם, א שטייגער ווי ר' משה דיימאנט, ר' מאיר פישל, יוסי איצקאוויטש, יודל ויאולי טירנויער, משפחת קליין, ר' נחום זינגער,און נאך פיל.

במשכ'ן סעודה האט ר' ישראל שטערןאינטערגעהאלטן די עולם מיט גאר געשמאקע רעיונות און בליציגע געדאנקען, וואס אגב ווער עס קען ר' ישראל ווייסט אז אן די מייק איז ער פיל בעסער ווי מיט די מייק...וד"ל.

מיט א דרשה האט אויפגעטרעטן הרב ר' מאיר שליט"אוועלכע האט אן א מייק געהאלטן דעם עולם שטאק שטיל פאר ארום א דריי פערטל שעה מיט א הפלה'דיגע דקשה, מיט זיינע געדאנקען און פשטים בשעת דער עולם שלינגט מיט דורשט און מיט א שמייכל אויסגעצויגן אויפן פנים.

עס איז נישט געווען אויפן סקעזשועל אבער זעט זיך אויס אז הרב קאאפ האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און זיך אויפגעשטעלט אויפן בענקל און נאך עטליכע קורצע דיבורי התעוררות איבער ל"ג בעומרהאט ער אנגעפאנגן פירן די הדלקה.....ער האט ליטערלי אויפגעשטעלט די עולם פון די פלעצער און ביז געציילטע מינוטן האט די גאנצע זאל געציטערט פון די לעבעדיגע ריקדין מיט די ניגוני מירון, לכבוד התנא, בר יוחאיוכו

אן עקסטערע פארגעניגען איז געווען ביי די סעודה ווען די אחים ר' יששכר און ר' זלמן גוטמאןהאבן מהנה געווען מיט שירה וזמרה צוזאמען מיט די נגינה קאפעליע פון עיר הבירה לאנדאן, דער ר' זלמן איז א נייע חידוש וואס כהאב גארנישט געוויסט פון אים ביז היינט, ער האט א שטימע איינס אין די וועלט, און זיי זענען נישט געווען צופרידן פון זינגען אליינס, נאר זאגאר ארומגעגאנגען צוווישן די עולם און אינוואלווט דעם ציבור אין די געזינגעכץ, אההה רזא דשבת, איהו שאאאאאבאאתת....

די בענטשעןהאט ר' ישראל פארקויפט און ר' יואלי טירנויער האט עס געקויפט פאר זיין פעטער ר' יודל טירנויער פארן סכום פון 22 טויזענט דאללאר!!

נאכן בענטשען האט מען געפראוועט א באטעפאר נאך עטליכע שעה בראשות המגידים שליט"א, דער שרייבער פון די שורות האט שוין נישט געקענט האלטן די אויגן אפן ביי די חלק, אע"כ האב איך נישט קיין באריכט פון דעם....

נאר נאך איין זאך פאר איך ענדיג, דארף ווערן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע ארבעט וואס די ללכת קאמפאני האט אריינגעלייגט אין יעדע פרט ופרט ובפרט אין די חלק האכילה וואס איז געווען צוגעשטעלט אויפן העכסטען און שענסטען פארנעם, אויב ליינט איר דא, זאג איך אייך א גרויסע יישר כח!!
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:22 pm
פרייטאג צונאכטס
במשכ'ן סעודה האט ר' ישראל שטערןאינטערגעהאלטן די עולם מיט גאר געשמאקע רעיונות און בליציגע געדאנקען, וואס אגב ווער עס קען ר' ישראל ווייסט אז אן די מייק איז ער פיל בעסער ווי מיט די מייק...ודי.
ברענג כאטש עטליכע גוטע שטיקלעך...
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

גדל האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:42 pm
פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:22 pm
פרייטאג צונאכטס
במשכ'ן סעודה האט ר' ישראל שטערןאינטערגעהאלטן די עולם מיט גאר געשמאקע רעיונות און בליציגע געדאנקען, וואס אגב ווער עס קען ר' ישראל ווייסט אז אן די מייק איז ער פיל בעסער ווי מיט די מייק...ודי.
ברענג כאטש עטליכע גוטע שטיקלעך...
איינע פון די זאכן האט ער צולייגט די בחירות אין א"י,
ווי למשל אז פארדעם הייסט עס די בחירות הטמאות ווייל די טויטע וואטען אויך וכו',

האט ער פארציילט אז אן עלטערע גור'ע יוד איז געגאנגען נאכאמאל שטימען אנגעטוען אין קליידער פון פרוי, און נישט קענענדיג זיך געהעריג באכלעפטשן דערמיט האט ער זיך אויסגעגליטשט, קומט שנעל צו לויפן א מיידל און וויל אים העלפן אויפשטיין און ער שרייט נו! נא! זאגט די מיידל אברהם מרדכי זה אני פינחס מנחם....
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

שבת אינדערפרי

אויפגעשטאנען, געגאנגען אין מקווה,נאר געגאנגען , נישט זיך געטוב'לט, ווייל הארט פאר איך האב געוואלט אריינגיין אין די פריזארווארישע מקווה האט זיך די שטיגן צובראכן און כבין נישט געווען בכח צו אריינטאנצן און ארויסקריכן, שוין הקב"ה מצרפה למעשה....., זיך געשטעלט דאווענען בהתלהבות, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען האברך היקר ר' בנציון פירער,און צו שחרית ר' יוסל ווייסמאן - יו"ר פון די בוני עולם אפיס אין לאנדאן

פארן ליינען איז געווען צוגעשטעלט אויף א אומאפיציעלע קליינע פארמאט קידושצו מאכן אינעם היכל הסעודות, קעיק מיט הערינג און עטליכע ערליי בראנפענ'ס, ר' ישראל שטערןאיז ווידער ארויף אויפן באלעמער און בנועם שפתיו פארקויפט די עליות פאר גאר שיינע סכומים פאר די הוצאות השבת , ווי פאלגנד:

כהן האט געקויפט הר"ר אלי ליפשיץ פאר ידיד בית בוני עולם, ר' שלמה בארנפריינד
לוי האט געקויפט הר"ר יוסל שטיינבערג פאר אביו ידיד בית בוני עולם, הר"ר אלעזר שטיינבערג
שלישי איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד בערי פערלשטיין פאר 7 אלפים פאר הנגיד ר' מאיר פישל וועלכע האט ביים עולה זיין געשנדרט 18 אלפים!
רביעי האט געקויפט ר' יואל פריעדמאן פון מאנסי פאר 10 אלפים פאר ידידו ר' בערי פערלשטיין וועלכע האט געשנדרט 10 אלפים
שישי האט געקויפט ר' לוי זיכערמאן פאר 4,500 פאר ראש העסקנים ביי בוני עולם הרה"צ ר' פנחס אהרן טווערסקי
שביעי האט געקויפט ר' בערי פערלשטיין פאר 3 אלפים פאר ר' יואל חיים סטרולאוויטש פון לעיקוואד
אחרון האט געקויפט הר"ר יודל טירנויער פון מאנסי פאר זיין נעפיו הנגיד ר' יואל טירנויער וועלכע האט געשנדרט 3 אלפים
מפטיר האט געקויפט ר' יואל חיים סטרולאוויטש פאר 4 אלפים פארן מנהל ומייסד בוני עולם הצדיק ר' שלמה באכנער
הגבה גלילה האט געקויפט ר' בערי פערלשטיין פאר 2 אלפים, הגבה פארר' יואל קאהן פאר 5 אלפים, און גלילה פאר ר' לוי זיכערמאן וועלכע האט געשנדרט א טויזענטער
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר לייבי קרעש לכבוד די יארצייט פון זיין אומפארגעסליכע טאטע יבלחט"א הר"ר מענדל קרעש ע"ה



נאכן דאווענען איז פארגעקומען די בייטאג סעודה, אזוי ווי ביינאכט האבן יעצט אויך די אחים גוטמאןמהנה געווען מיט הערליכע פרקי נגינה לכבוד שבת
מיטן דרשה האט אויפגעטרעטן הרב ר' חיים יצחק קאאפ שליט"א פון ירושלים, וועלכע איז שוין יעצט געוווען גוט הייזעריג, אבער פארפאלן אז מען דארף רעדן, דארף מען....

ברכת המזון האבן עטליכע ידידים צוזאמען געקויפט פאר הנגיד ר' משה דיימאנטאון ר' משה האט געקויפט הגבהת הכוס.....

פאר מנחה האט דער סקווירא דיין שליט"אפארגעלערנט פרק בטוב טעם ודעת

צו מנחה איז צוגעגעאנגען הר"ר עקיבא מיללער,די עליות זענען געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' יודל טירנויער

נאך מנחה איז געפראוועט די גאר ווארעמע שלש סעודעת , מען האט געזינגען די זמירות און נאכן אויסלעשן די לעקטער האט דער דיין שליט"אאויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות ודברי הכנה צו די גרויסע מעמד עלי לציונוים הק' היינט מוצ"ש און מארגן איבערן טאג.

ברכת המזון איז געקויפט געווארן דורך די לאנדאן'ע אפיס פון בוני עולם פאר הר"ר ישראל מאשקאוויטשמגדולי עסקני בוני עולם אין לאנדאן.

דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה, און דאן האט די ציבור געזאגט ויתן לך אינאיינעם, ווען פארדעם האט ר' יודל טירנויעראויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות זיך באדאנקעדינג פאר ר' שלמה באכנערפערזענליך, פארן אים מחזק זיין אצינד אויף די עלטער צו אויפשטעלן פון פריש זיין בית נאמן בישראל....

די עסקנים האבן בשעת מעשה פארטיילט איינטריט קארטלעך פאר די מעמד הדלקה, און ר' חיים מאיר מארקאוויטשהאט אויסגערופן אז די באסעס צום רמ"א שוהל פארט אין א האלבע שעה.
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

מוצאי שבת קודש

ארום א האלבע שעה נאך הבדלה האבן די באסעס טאקע אנגעפאנגען פארן צום ביהמ"ד פון רמ"א,א וועג פון ארום 15 מינוט, די באסעס האבן אראפגעלאזט דעם עולם הארט נעבן די אידישע קווארטל, היות עס איז נישט שייך פאר די באסעס אריינצופארן אינעוויניג, כידוע.

די עסקנים פון ללכתזענען געשטאנען די גאנצע וועג און אנגעוויזן פונקטליך ווי צו גיין און די ציבור האט זיך צוביסליך אנגעפאנגען אריינרוקן אינעם הייליגע בית הכנסת פונעם רמ"א
מען האט אנגעפאנגען זינגען ניגוני התעוררותבשעת די היכל הבית כנסת און די פאליש פון די בעק ווערט וואס א מינוט פילער און פילער, ווען יעדע לעכל און ביסל פלאץ אינעם שוהל ווערט אנגעפולט מיט די הונדרעטע בוני עולם עסקנים און נגידים, וועלכע זענען געשטאנען צוזאמען געדרוקט אין דעם מקום קדוש און זיך געגרייט בדחילו ורחימו צו די דערהויבענע נאכט.
ווען די גאנצע עולם איז שוין געווען פארזאמלט האט הרב ר' מאירגענומען דאס ווארט, און אנגעפאנגען מעורר זיין לבבות ישראל, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער איך קען אייך בשו"א נישט מסביר זיין וואס עס האט זיך אפגעטוהן אין די קומענדיגע צענדליגע פאר מינוטן, די ציבור האט פשוט און פראסט פארפלייצט דעם ביהמ"ד מיט טרערן, ר' מאיר שליט"א האט געשניטן צוויב"ל און עס האט זיך געגאסן ווי פון א קוואל, בלי שום גוזמא, "הייליגע רמ"א דו שרייבסט אין די ערשטע סעיף אין שו"ע אז יעדע איד איז מחויב מיט פרי ורבי', עס זענען דא אידן וואס קענען דאס נישט מקיים זיין, וויאזוי קען דאס זיין?!"
דא און דארטן האט מען מפסיק געווען מיט ווארעמע ניגונים ווי ר' מאיר האט אנגעוויזן, די חידוש פון זיין דרשה איז געווען אז ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון גארנישט, אריינגערעכנט איבער די כלים טמאיםזיך בעטענדיג ביי די עולם "הייליגע אידן מיר זענען דא געקומען פועלן ישעועת, למאמיר יעצט מאכן א קבלה טובה אין דעם ענין, און איינמאל פאר אלעמאל דאס אוועקווארפן"און אזוי האט ר' מאיר ממשיך געווען צו רייסן הערצער און שפאלטן הימלען פאר גאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז מען צוזאמען ארויס צום ביה"ח ווי מען האט פוקד געווען די ציונום הק' פונעם הייליגען רמ"אביומא דהילולא, און דערנאך ביי אלע אנדערע צדיקים, א שטייגער ווי דער הייליגע מגלה עמוקות, ב"ח, ר' יושע העשל קראקאווער, תופות יום טוב זי"עאון נאך.

מלווה מלכהאיז געווען צוגעשטעלט אויף א ברייטע און געשמאקע פארנעם אינעם הכנסת אורחים פון ר' אברהם זולדןאויפן אויבערשטע שטאק, עס איז געווען אינטערסאנט צו זעהן אז חוץ די חבורה פון בוני עולם וואס האט זיך אליינס געציילט עטליכע הונדרעט מענטשען האט דער רב זולדן נאך צוגעשטעלט פאר נאך עטליכע חבורות דארט אין די פיצעלע פלאץ..... און די עסקנים האבן צוגעוויזן פאר יעדעם ווי ער דארף גיין.

נאכן זיך וואשן און טועם זיין לכבוד סעודת דוד מלכא משיחא האט די ציבור אנגעפאנגען אריבערגיין צו די עק פונעם גאס ווי עס איז אין א ספעציעלע ארומגעצוימטע שטח (א סקווער מיט פולע שורות טרעפ אראפ, אזויווי פארענטשעס אז דער עולם האט גוט געקענט מיטהאלטן) געווארן אהערגעשטעלט די מעמד הדלקה, מען האט נאר געקענט אריינגיין מיט די ספעציעלע קארטל וועלכע די עסקנים האבן פארטיילט און ווי עס האט זיך שפעטער אויסגעשטעלט איז דאס געווען גאר א קלוגע געדאנק, צוליב דעם וואס גאר אסאך עלעמענטען אידישע ווי גויאישע לבדיל האבן זיך פארזאמלט אינדרויסן פון די באריקאדעס צו מיטהאלטן די מעמד.

הרב ר' מאיר אדלערהאט געשפילט און די נגינה קאפעליע מיט די אחים גוטמאןהאבן געזינגען ווארעמע ניגונים בשעת די גאנצע עולם האט באקומען די געלעגנהייט אריבערצוגיין ביי די אנגעגרייטע מדורה אריינלייגן וואטע און גיסן אויל, בשעת איינע פון די עסקני ללכת מאכט זיכער אז די געשטעל פונעם מדורה בלייבט שיין און הויעך.

ר' ישראל שטערןהאט אנגעפאנגען מיט די פארקויפעכץ, מען האט פארקויפט וואס מען האט נאר געקענט...., זכות ה'דאס און זכות ה'יענץ....למעשה איז געווען א חידוש ביים עולם ווען ער האט אויסגערופן אז די זכות הדלקה אליינס איז שוין פארקויפט און דאס איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יוסף קליין פון בארא פארק, פארן אסטראנאמישע סכום פון א דריי פערטל מיליאן דאללער!!!
פארן אנצינדן די הדלקה האט הרב ר' יוסף חייםאויפגעטרעטן מיט גאר ווארעמע דיבורים און אויפגעפלאמט די ציבור מיט פאסיגע דברי כיבושין, מיר איז געווען א חידוש די וועג וויאזוי הרב ר' יוסף חיים לאזט זיך אראפ צוםאינגען ציבור.
עס איז שוין געווען ארום צוויי אזייגער ביינאכט ווען דער נדבן וועלכע האט געקויפט די זכות הדלקה האט אינאיינעם מיט ר' שלמה באכנעראנגעצינדן די הדלקה,און די גאנצע ציבור האט ספאנטן אויסגעבראכן אין גאר לעבעדיגע ריקודין זיך אנכאפנדיג האנט ביי האנט און פארמירנדיג רינגען און שורות ארום און ארום טאנצענדיג און שפרינגענדיג לכבוד התנא אלוקי רבן שנמעון בר יוחאי!
עס איז געווען הערליך צוצוזעהן ווי טראץ די גאר שפעטע שעה האט זיך די ציבור געפרייט און געטאנצן אויף א אויסטערלישע פארנעם פאר איבער צוויי שעה מיט א מוראדיגע ברודערליכקייט און ווארעמקייט בעשת הרב שקאאפשרייט אריין אינעם מייק זיינע געדאנקען און רעיונות....

עס האט שוין געטאגט אין קראקא ווען די באסעס האבען צוריקגעפירט דעם ציבור צום האטעל.
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס.
שכוח פארן שרייבן און אראפברענגן די געפילן.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: "מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

זונטאג

ווי נאר דער עולם איז צוריקגעקומען אין האטעל האט מען זיך געשטעלט פילע מנינים שחרית, ווען טייל האבן נאך אנגעיאגט צו אריינכאפן וותיקיןגאר, איך מיין אז אפילו די וועלכע האבן געפלאנט צו דאווענען שפעטער האבן שנעל געטוישט זייער מיינונג זעהענדיג אז זיי וועלן נישט האבן מיט וועם צו גיין צום טיש דעמאלטס....
נאך שחרית האט זיך די עולם געלייגט שלאפן ביז ארום 11 אזייגער אינדערפרי ווען מען איז אויפגעשטאנען או עס איז סערווירט געווארן פת שחרית,צו פרישטאג איז שוין די עולם אראפגעקומען מיט די רענצלעך גרייט צו פארן, ווייל טשעקאוט איז שוין געווען 11 אזייגער .

ארום 1 אזייגעראיז מען ארויסגעפארן קיין צאנזא וועג פון ארום א שעה און א האלב,
אנקומענדיג קיין צאנז איז מען תיכף צוגעפארן צום הכנסת אורחים פון בוני צאנז, אזאנס וואס די חברה האבן צוגעשטעלט האב איך נאך אין ערגעץ נישט געזעהן, עס איז צוגעשטעלט מיט א מוראדיגע הרחבת הדעת, עסן טרינקען מקווה וכו און די חברה האבן נאך פלענער אויף ווייטערדיגע פראעיקטן,
די ציבור האט זיך געשלענגעלט צו גיין אין מקווה, אינעם חדר אוכל איז געווען צוגעשטעטלט בהרחבה גדולה קעיק, קוגל, קאווע, און וואס נישט....

נאכן טועם זיין און זיך דערכאפן דאס הארץ איז דער ציבור אריבער קעגן איבער צום בית החייםאון אריין אין אוהל הק' און אנגעפאנגען זאגן תהלים בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש
עס האט געדויערט א לענגערע צייט ביז ר' שלמה מיט די רבנים זענען אנגעקומען, אריין אין אוהל און אויך דא האט הרב ר' מאיר צוויבלבאוויזן א מייסטערהאפטיגע ארבעט, אריינארבעטענדיג מיט אלע כוחות אינעם ציבור לעורר הלבבות, ווען צווישן אנדערע האט ער שטארק מעורר געווען איבער די אמונה שלימה און געזאגט צוזאמען מיטן גאנצע עולם די י"ג עיקרים פסקא בפסקא מיט א גרויסע התעוררות,
דערנאך איז די גאנצע עולם אריבער מאסנווייז א שפאציר פון עטליכע מינוט צו די גרויסע אלטע שטאטישע בית הכנסתווי דער צאנזער רב פלעגט דאווענען אין געוויסע צייטן איבער די יאר, און מען האט דארט געדאווענט מנחהצוטיילט אין עטליכע גרופעס ,
אויפן וועג אהין איז געווען גאר אינטערסאנט צו זעהן די שיינקייט און די פראכט פון די שטאט, מיט א הערליכע בלומען גארטן הארט נעבן די גאס פונעם בית כנסת און א אור אלטע שלאס און נאך פיל ,
אויך דארט אינעם בית הכנסת –אינעם האלוועי- איז געווען צוגעשטעלט טעימה בהרחבה קאלטס און ווארעמס אויפן הייליגען צאנזער רב'ס נוסח....

נאך מנחה האט מען געווארט דארט אויף די באסעס און צוביסליך האט זיך די בשורה פארשפרייט אז די פליגער וואס איז געווען געסקעזשועלט היינט שפעט ביינאכט, פארט הערשט מארגן פארטאגס און עס איז זיך נישט דא ווי צו יאגן....
מען איז ארויסגעפארן אויפן וועג קיין קראסנאהארט נעבן רימנוב, ווי דארט איז געווארן אנגעגרייט אין א גאר פראכטפולע זאל די הערליכע מסיבת המייסדים
אנקומענדיג האט זיך אנפלעקט א פראכטפולע בילד מיט א זאל הערליך באצירט, די עסקנים האבן יעדעם איינעם אוועקגעזעצט און די עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה און זיך דעכאפט דאס הארץ נאך עטליכע שעה פארנדיג אויף די געדרייטע וועגן און שטעגן.

לכבוד ל"ג בעומראיז געווען מוזיק ביים מעמד און די קאפעליע צוזאמען מיט ר' זלמן גוטמאןהאבן מהנה געווען מיט פרקי שירה וזמרה,
בליץ שנעל איז יעדע איינציגסטע בענקל געווארן פיל און דער יו"ר המעמד ר' מאיר מרדכיהאט געפענט די מעמד מיט גאר א געשמאקע רעדע,
ארויסברענגענדיג פארוואס מיר זענען דא, און די תכלית וואס דארף ארויסקומען פון היינט נאכט, אזוי אויך האט ער געבעטן אז מען זאל לאזן ליידיג די לעצטע טיש ביי די עק פון די זאל וועלכע איז געווארן רעזערווירט פאר איינע פון די גרופעסוועלכע זייער באס איז געשטראנדעט געווארן אויפן וועג קיין צאנז, און הרב ר' מאיר צוויבל איז ספעציעל געבליבן ווארטן אויף זיי דארט אין צאנז און איבערגזעגגאט זיין גאנצע דרשה פאר זיי, און שפעטער זיי אונטערגעהאלטן אויפן גאנצע וועג אהער קיין קראסנא,

דער סקווירא דיין שליט"א האט אויפגעטראטן מיט גאר א טרעפליכע דרשה איבער די חובת השעה,

דערנאך האט הרב ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש פארגעשטעלט א ווארעמהארציגע פרעזענטאציעאיבער א אינגערמאן וועלכע איז געהאלפן געווארן נאכן ווארטן יארן פאר קינדער פונקט 9 חדשים נאכן שאפן כמנין אבא אמ"א ביי די פאריאריגע קאמפייןאון מען האט אנגעצינדן אויף די סקרינס א אינטערוויו וואס מאיר מרדכי האט אפגעהאלטן מיטן אינגערמאן און דערנאך איז דער אינגערמאן ארויפגעקומען אפנעמען מזל טוב פערזענליך פון ר' שלמהבשעת דער עולם האט זיך אויפגעשטעלט אפלאדירן אזש די זאל האט געדינערט!

ר' שלמה באכנער
האט דאן אויפגעטראטן מיט גאר א הארציגע רעדע, און צווישן אנדערע ארויס געברענגט וויאזוי די צער פון אידישע קינדער המצפים לישועה לאזט אים ממש נישט שלאפן ביינאכטאון פארציילט את כל התלאה וויאזוי מענטשען האבן אין די ערשטע יארן געלאכט פון אים ביז היינט צוטאגס ווען ער האט שוין ברוך השם באוויזן צו רעיזן איבער א פערטל ביליאן דאללער!לטובת די הייליגע ארגאנאזאציע .

צום סוף פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף לעבעדיגע ריקודי מירון, בר יוחאי וכו, מאיר מרדכי האט זיך נאך אנפאנג געבעטן אז מען זאל בלייבן אויף די פלעצער, אבער פאר וואס ווען ווי האט שוין די ציבור זיך דורכגעשטופט די שמאלע דורכגענג טאנצנדיג מיט אלע כוחות...
אצינד איז געקומען די הויכפונקט ווי די חשובע עסקני ונדיבי לב האבן אויסגעפילט די שטרות וועלכע ר' שלמה איז אליינס ארומגעגאנגען צוזאמנעמען פון יעדעם איינעם פערזענליך און זיך שטארק באדאנקט.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און ארויף אויף די באסעס אויפן וועג קיין רימנוב.

אנקומענדיג קיין רימנובהאבן אפגעווארט א פלאטע פון שאטלס און אינטער די געניטע אויפזיכט פון די עסקני ללכתאיז די ציבור גרופענסווייז ארויפגעפארן דעם בארג, ווי דארט האט שוין געווירבלט מיט פילע אידן וועלכע זענען געקומען זיך משתתח זיין לקראת ההילולא קדישא ל"ד בעומר.

א ספעציעלע סטעיזש איז געווען אויפגעשטעלט צווישן די צוויי אוהלים אויף וועלכע הרב ר' יוסף חייםאיז געשטאנען און משמיע געווע זיינע גאר ווארעמע דיבורים, זייענדיג מעורר אויף כל מיני ישועות אין וועלכע כלל ישראל נויטיגט זיך, אינצווישן האט ער אויך ארויפגערופן הרב ר' יעקב יוסף פילאפוועלכע דינט אלס ש"ץ אין די ימים נוראים זאל פארזאגן הושענא נפש מבהלה,און עס אריינגעשטייטשט אין אלע מינע ענינים און נאך יעדע ענין האט ער נאכערמאל פארגעזאגט הושענא מיט גרויס התעוררת ובכיות.

צווישן אנדערע האט ר' יוסף חיים פארציילט א פחד פון א מעשה בשם דער פעשווארסקע רבי שליט"א אז די הייליגע ברודער'ס רבי ר' אלימלך און רבי ר' זושאזענען משך זייער גלות ליידן ערגעץ ווי אנגעקומען און א איד האט זיי געפרעגט אויב ער קען זיי עפעס פרעגן און זיי וועלן אים ענטפערן האט רבי אלימלך געזאגט יא, האט דער איד געפרעגט אימתי קאתי מר, ווען קומט משיח ?רבי אלימלך איז בלאס געווארן און זיך אויסגעדרייט צום הייליגען ברודער "וואס טוט מען דא" האט רבי ר' זושא געזאגט "נישט דא קיין ברירה, האסט צוגעזאגט מוזטו ענטפערן", האט רבי אלימלך געזאגט "איך קען נישט זאגן פונקטליך ווען, אבער ערגעץ אין די תש' יארן", "נו", האט ר' יוסף חיים אויסגעפירט "אונז האמיר שוין נישט אזוי סך פארבליבן"!

צום סוף האט מען צוגעיאגט דעם עולם זיך צו משתתח זיין בזריזות און מען איז ארויסגעפארן צום עירפארט, אויפן באס האבן די עסקנים געמאלדן אז צוליב די שפעטע שעה האט מען שוין פון פאראויס אנגעגרייט אלעמענס באורדינג פעסעס און עס וועט זיין עקסטער שורות צוטיילט לויט די נעמען,
וכך הווה אנקומענדיג אין עירפארט זענען געשטאנען די געטרייע בוני עולם עסקנים, ר' יואל אמסעל און ר' בנצי טיבערגאון זיכער געמאכט אז זאכן זאלן פארן געשמירט און געשיקט, נאך סעקיורטי היות עס איז נאך געווען געציילטע מינוטן ביז מען האט געדארפט ארויפגיין אויפן פליגער האט זיך די ציבור געשטעלט מניני שחריתהארט ביים געיט, ביני לביני האט שוין חיים מאיר מיט מאיר מרדכי אנגעפאנגען טרייבן דעם עולם מיט א מוראדיגע פאניק ציטערענדיג אז מען וועט פארפאסן די שורה אינעם ווארט ליסטע, אויפן וועג ארויף צום פליגער איז געווען אנגעגערייט א פליישיגע נארהאפטיגע נאכטמאל- פרישטאג

אין א גוטע פארטאגס שעה האט מען זיך געהויבן און געלאנדעט בשלום אין די פריע אינדערפרי שעות אין ניו יארק, אהיימברענגענדיג זעק מי ישועות און פעק מיט מאטאוואציע צו שאפן און צו מאכן פאר די הייליגע ארגאנאזציע בוני עולם!
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”