מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

הארצרייסנד!!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

טייערע אידן, איך שרייב דא צו אייך פון א צובראכענעם נפש און א טרערן גיסנדע הארץ, איך וויל דא מקיים זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה, און איך בעט אייך הערט מיר אויס מיט א ליבליכן געפיל און געבט מיר ביטע דעם חיזוק וואס איך קען אזוי שטארק נוצן.
איך בין נאך יונג אין מיינע פרישע צוואנציגער יארן, די יארן וואס די חלומות וועבן זיך נאך איבער געלט און חברים, און ליידער בעניני הנפש בין איך שוין א מיטגעמאכטער אלטער זקן.
''הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט א-ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא''
אנגעהויבן האט זיך עס בעיקר אין מיינע בחור'ישע יארן, ווען איך האב אנטוויקלט א שטארקע נייגונג צום שרעקליכן מחלת הנפש מיטן נאמען OCD, איך האב זיך בעיקר געמוטשעט מיט מחשבות און אבעסעסיעס וואס זענען געפארן אין מיין פארפייניגטן מח אן אויפהער, נישט וויסנדיג וויאזוי צו האנדלען דערמיט בין איך ווייטער געגאנגען און ליידער גארנישט געטון דערצו.
עס זענען אריבער א יאר צוויי, און פון די OCD איז באשאפן געווארן גאר א שטארקע ענקזייעטי וואס האט מיר געפלאגט אויף גאר א שטארקן אופן, און מיר נישט געלאזט איינזיצן און זיך קאנצעטרירן אין קיין שום זאך נישט, און אזוי איז מיין לעבן אריבערגעפארן נעבן מיר אן וואס איך זאל איר קענען ענדזשויען און אויסנוצן, וואס אין פלאץ פון טון עפעס מיט מיין לעבן איז מיין גאנצע כח און מח געגאנגען צו איבערלעבן (סורווייוון) די יסורי הנפש.
פארשטייט זיך, האט די ענקזייעטי נישט צוגעגעבן צו מיין קאנפידענץ און זעלבסט זיכערקייט, און דאס האט גורם געווען צו געוויסע הארצלאזע בחורים מיט גרויסע פיסקלעך זיך צו נעמען צו מיינע אויסגעמאטערטע ביינער, ווי מיט א רשעות בין איך געווארן גאר שטארק פארשעמט און געטשעפעט, ברבים און ביחיד, און די מצב האט נאר ערגער געמאכט מיינע אלע שרעקליכע פראבלעמען.

ליידער האט דאס גורם געווען אז ווען עס איז געקומען צו שידוכים איז מיר אויך נישט געגאנגען דאס בעסטע, און איך האב חתונה געהאט מיט א ווייב ווייט פון מיין נאטור און רצון, וואס דאס האט אויסגעקלאפט צו שטארקע שלום בית פראבלעמען וואס גייען נאך ליידער אן ביז היינט.
איך בין שוין געווען ביי עטליכע טעראפיסטן פאר מיינע פראבלעמען און ליידער עדיין לא עלתה בידם, און איך געפין זיך נאך היינט גאנץ טיף אין מיינע מענטל העלט פראבלעמען.
זייענדיג אזוי מיואש פון מיין שרעקליכן מצב בין איך אריינגעפאלן אין א שווערע דעפרעסיע וואס האט זיך ליידער געצויגן פאר א שיינעם תקופה.
די אלע זאכן האט מיר שוין אפגעקאסט ממון ודמים, אבער ליידער האלט איך נאך ביי אלף.

טייערע אידן, אויב מיינט איר אז אין ביהמ''ד ארום מיר זעהט מען דאס אויף מיר, זייט וויסן אז עס איז פונקט פארקערט, איך בין דער ראש המדברים, דער ארויפגעקוקטער יונגערמאן, וואס ב''ה איך בין מצליח צו באהאלטן פון אנדערע ווען מיין הארץ טריפט בלוט.
איך בין נישט דער גרויסער שריפטשטעלער און מיין שפראך איז ארים און נישט גרויסארטיג. איך האף עס איז פארשטענדליך.
א גוטן טאג.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »


צ'ק! הארצרייסנד!!
דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין!!
בשום אופן זיך צו ברעכן אדער זיך קלאפן!
פון אלע מצבים איז דא א וועג ארויס, און איר זענט נישט אויסגעשלאסן!
דער אייבערשטער העלפט יעדן, דאס איז א פאקט! ווען און וויאזוי?? אוממעגליך צו וויסן!
זייט מתפלל ווייל אייער ישועה איז נאנט!
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.

נישט אקטיוו.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

אויסגעהערט יעדעס ווארט.
כ'זאל דיר מחזק זיין? אבסעלוטלי נישט, ווייל כ'דארף קודם אויפהערן וויינען.
ביז איך קום צוריק מיט מיינע דברי חיזוק, זעה צוויי זאכן. 1. צו האבן א דזשאב די מערסטע שעות א טאג שייך. 2. גיי צו א טעראפיסט וואס טויג באמת לאמיתו. איינער וואס ווען דו רעדסט מיט עם פילסטו אז ער מאכט א אפעראציע אויף דיר.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

אוי טאטע, ווי פארנעמט מען אזויפיל פעין אויף איין רוקן.

מיין ווארעמע ברידער, מיין הארץ איז אפען פאר דיר.💔
איך ווייס נישט ווער די ביסט, אבער איך שפיר פאר דיר זייער שטארק. די האסט א פלאץ אין מיין הארץ וואס איך האלט אפען פאר דיר בעילום שמך.
איך בין דא פאר דיר, איך בין גרייט פאר דיר. איך בין גרייט צי אונטערהאלטן דיין רוקן פון איר שווערע לאסט.❤️‍🩹

איך ליב דיר ווי א גוטע ברידער, און איך בין מתפלל פאר דיין גאולה פרטית.

דיין ליבע חבר❤️
עם הארץ
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

טאקע הארצרייסענד!
וואו נעמט מען ווערטער צו מחזק זיין אזא איד?

איך האף דו האסט כאטש איינעם מיט וועמען דו שמועסט זיך אויס מיט א אפענקייט און מיט יענעם שפילסט נישט ראש המדברים... ישיחנה קען גיין א לאנגע וועג צו פארגרינגערן...

אלענפאלס, מיינע אויגן זענען נאס, און איך האב נאך א סיבה צו קלאגן דעם ת"ב אז אונזער גלות זאל שוין נעמען אן עק.
אוועטאר
מיין הערצעלע
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין הערצעלע »

מיין הארץ איז אין גאנצן מיט דיר צדיק

איך האב נישט קיין ריכטיגע חיזוק פאר דיר אבער איין זאך קען איך דיר זאגן
איך בין אויך דורך אסאך שווערע צייטן אין מיין לעבן וואס איך האב נישט געזעהן קיין וועג ארויס ע"פ דרך הטבע
למעשה האב איך איין געזעהן אז מיר האבן א גרויסע טאטע אין הימל וואס טוט זאכן וואס אפילו אונז קענען נישט זעהן קיין וועג ארויס

אז דו טוסט וואס דו דארפסט יעצט צו טון טוסטו מיט דעם די רצון השם ואין אדם שומע לי ומפסיד

עס זאגט זיך טאקע אסאך גרינגער ווי מען מיינט באמת אבער אלץ איינער וואס איז שוין אויך דורך מצבים פון נאר זעהן א ענדלעס פעינפולע געים פאר זיך מילד גערעדט קען איך דיר עס זאגן מיט קאנפידענטס

דער אייבישטער זאל דיר צושיקן דיין ריכטיגע מהלך און דיר געבן די ריכטיגע כלים און כוחות הנפש עס צו טון און דו זאלסט עס שנעל און גרינג דורך גיין
גם כי אלך
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

מענטל העלט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:53 am
טייערע אידן, איך שרייב דא צו אייך פון א צובראכענעם נפש און א טרערן גיסנדע הארץ, איך וויל דא מקיים זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה, און איך בעט אייך הערט מיר אויס מיט א ליבליכן געפיל און געבט מיר ביטע דעם חיזוק וואס איך קען אזוי שטארק נוצן.
איך בין נאך יונג אין מיינע פרישע צוואנציגער יארן, די יארן וואס די חלומות וועבן זיך נאך איבער געלט און חברים, און ליידער בעניני הנפש בין איך שוין א מיטגעמאכטער אלטער זקן.
''הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט א-ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא''
אנגעהויבן האט זיך עס בעיקר אין מיינע בחור'ישע יארן, ווען איך האב אנטוויקלט א שטארקע נייגונג צום שרעקליכן מחלת הנפש מיטן נאמען OCD, איך האב זיך בעיקר געמוטשעט מיט מחשבות און אבעסעסיעס וואס זענען געפארן אין מיין פארפייניגטן מח אן אויפהער, נישט וויסנדיג וויאזוי צו האנדלען דערמיט בין איך ווייטער געגאנגען און ליידער גארנישט געטון דערצו.
עס זענען אריבער א יאר צוויי, און פון די OCD איז באשאפן געווארן גאר א שטארקע ענקזייעטי וואס האט מיר געפלאגט אויף גאר א שטארקן אופן, און מיר נישט געלאזט איינזיצן און זיך קאנצעטרירן אין קיין שום זאך נישט, און אזוי איז מיין לעבן אריבערגעפארן נעבן מיר אן וואס איך זאל איר קענען ענדזשויען און אויסנוצן, וואס אין פלאץ פון טון עפעס מיט מיין לעבן איז מיין גאנצע כח און מח געגאנגען צו איבערלעבן (סורווייוון) די יסורי הנפש.
פארשטייט זיך, האט די ענקזייעטי נישט צוגעגעבן צו מיין קאנפידענץ און זעלבסט זיכערקייט, און דאס האט גורם געווען צו געוויסע הארצלאזע בחורים מיט גרויסע פיסקלעך זיך צו נעמען צו מיינע אויסגעמאטערטע ביינער, ווי מיט א רשעות בין איך געווארן גאר שטארק פארשעמט און געטשעפעט, ברבים און ביחיד, און די מצב האט נאר ערגער געמאכט מיינע אלע שרעקליכע פראבלעמען.

ליידער האט דאס גורם געווען אז ווען עס איז געקומען צו שידוכים איז מיר אויך נישט געגאנגען דאס בעסטע, און איך האב חתונה געהאט מיט א ווייב ווייט פון מיין נאטור און רצון, וואס דאס האט אויסגעקלאפט צו שטארקע שלום בית פראבלעמען וואס גייען נאך ליידער אן ביז היינט.
איך בין שוין געווען ביי עטליכע טעראפיסטן פאר מיינע פראבלעמען און ליידער עדיין לא עלתה בידם, און איך געפין זיך נאך היינט גאנץ טיף אין מיינע מענטל העלט פראבלעמען.
זייענדיג אזוי מיואש פון מיין שרעקליכן מצב בין איך אריינגעפאלן אין א שווערע דעפרעסיע וואס האט זיך ליידער געצויגן פאר א שיינעם תקופה.
די אלע זאכן האט מיר שוין אפגעקאסט ממון ודמים, אבער ליידער האלט איך נאך ביי אלף.

טייערע אידן, אויב מיינט איר אז אין ביהמ''ד ארום מיר זעהט מען דאס אויף מיר, זייט וויסן אז עס איז פונקט פארקערט, איך בין דער ראש המדברים, דער ארויפגעקוקטער יונגערמאן, וואס ב''ה איך בין מצליח צו באהאלטן פון אנדערע ווען מיין הארץ טריפט בלוט.
איך בין נישט דער גרויסער שריפטשטעלער און מיין שפראך איז ארים און נישט גרויסארטיג. איך האף עס איז פארשטענדליך.
א גוטן טאג.
איך וויין מיט דיר… נישט דא וואס צי זאגן….
איך ווועל פרעבירן אפאר קליינע נקדות
ערשטענס צייט מיט ארבעט העלפט! אבער מזעיט נישט קיין ריזאלטס גלייך אבער סקומט אן.. פארלאנג נישט פין דיר צי ווערן פערפעקט יעצט פארשטיי דיר אביסל….
וועגן דיין ווייב וואס איז נישט דיין טייפ
טריי איר נישט צי טוישן (וועסט נישט קענען סייווי)
נעם איר אן פאר ווער זי איז עד הסוף אפילי זאכן וואס שטערן שטארק
טרי איר אויך אנצינעמען פאר ווער זי איז יעצט
הצלחה רבא
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

הארצרייסנד איז נישט דאס ווארט!!
ווער קען אבער זיין א שטערקערע חיזוק ווי זיך אליין!
זיי זיך מחזק, מיר שפירן אלע מיט,
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

@מענטל העלט איך וויין מיט דיר....
דיין בריוו צורייסט מיין הארץ.
איך קען דיך נישט העלפן....
איך בין דיר נאר צוזאגן אז איך בין אויכט אין די פלאץ,
איין עצה אפשר האסט א מינוט וויין דיך אויס צום באשעפער זאג וואס די האסט דא געשריבן
און זאג איהם אלעס אלעס.
און געב נישט אויף.....
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
בּרזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

האבענדיג א בדומה׳דיגן עקספיריענס ביי א נאנטן - הגם אויף א לייכטערע פארנעם לכאורה - האט איר אונזער פארשטאנד און מיטגעפיל.
ר׳ שרגא פליישמאן האט איר שוין פרובירט? איבערהויפט אז קאנווענשענעל טערעפי האט נישט געטון די זשאב, איז ער מעגליך אן אדרעס.
השם יניחך בדרך הטוב והאמת. זיין פארשטאנד און מיטגעפיל האט איר זיכער!!
דערקוויקעניש
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 07, 2024 6:06 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערקוויקעניש »

צדיק'ל, דיין ווייטאג בארירט די טיפטסטע סטרונעס פין הארץ
איך האב אסאך צו מחדש זיין זייט איך האב אויך געליטען פין דעם
(קענסט מיך קאנטאקטירען אין אישי)
דאס איז די אמת'ע אפטייטש פין יסורי איוב, דער וואס פארשטייט פארשטייטץ
איך האף די וועסט בקרוב מיטטיילען אז די ביסט אויפגעראכטען געווארען
די אמת'ע שיין פן די זין דערקענט זיך עקסטער נאך א לאנדע פארטינקעלטע נאכט.
יאסעלע פליטמאן
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

מענטל העלט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:53 am
טייערע אידן, איך שרייב דא צו אייך פון א צובראכענעם נפש און א טרערן גיסנדע הארץ, איך וויל דא מקיים זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה, און איך בעט אייך הערט מיר אויס מיט א ליבליכן געפיל און געבט מיר ביטע דעם חיזוק וואס איך קען אזוי שטארק נוצן.
איך בין נאך יונג אין מיינע פרישע צוואנציגער יארן, די יארן וואס די חלומות וועבן זיך נאך איבער געלט און חברים, און ליידער בעניני הנפש בין איך שוין א מיטגעמאכטער אלטער זקן.
''הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט א-ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא''
אנגעהויבן האט זיך עס בעיקר אין מיינע בחור'ישע יארן, ווען איך האב אנטוויקלט א שטארקע נייגונג צום שרעקליכן מחלת הנפש מיטן נאמען OCD, איך האב זיך בעיקר געמוטשעט מיט מחשבות און אבעסעסיעס וואס זענען געפארן אין מיין פארפייניגטן מח אן אויפהער, נישט וויסנדיג וויאזוי צו האנדלען דערמיט בין איך ווייטער געגאנגען און ליידער גארנישט געטון דערצו.
עס זענען אריבער א יאר צוויי, און פון די OCD איז באשאפן געווארן גאר א שטארקע ענקזייעטי וואס האט מיר געפלאגט אויף גאר א שטארקן אופן, און מיר נישט געלאזט איינזיצן און זיך קאנצעטרירן אין קיין שום זאך נישט, און אזוי איז מיין לעבן אריבערגעפארן נעבן מיר אן וואס איך זאל איר קענען ענדזשויען און אויסנוצן, וואס אין פלאץ פון טון עפעס מיט מיין לעבן איז מיין גאנצע כח און מח געגאנגען צו איבערלעבן (סורווייוון) די יסורי הנפש.
פארשטייט זיך, האט די ענקזייעטי נישט צוגעגעבן צו מיין קאנפידענץ און זעלבסט זיכערקייט, און דאס האט גורם געווען צו געוויסע הארצלאזע בחורים מיט גרויסע פיסקלעך זיך צו נעמען צו מיינע אויסגעמאטערטע ביינער, ווי מיט א רשעות בין איך געווארן גאר שטארק פארשעמט און געטשעפעט, ברבים און ביחיד, און די מצב האט נאר ערגער געמאכט מיינע אלע שרעקליכע פראבלעמען.

ליידער האט דאס גורם געווען אז ווען עס איז געקומען צו שידוכים איז מיר אויך נישט געגאנגען דאס בעסטע, און איך האב חתונה געהאט מיט א ווייב ווייט פון מיין נאטור און רצון, וואס דאס האט אויסגעקלאפט צו שטארקע שלום בית פראבלעמען וואס גייען נאך ליידער אן ביז היינט.
איך בין שוין געווען ביי עטליכע טעראפיסטן פאר מיינע פראבלעמען און ליידער עדיין לא עלתה בידם, און איך געפין זיך נאך היינט גאנץ טיף אין מיינע מענטל העלט פראבלעמען.
זייענדיג אזוי מיואש פון מיין שרעקליכן מצב בין איך אריינגעפאלן אין א שווערע דעפרעסיע וואס האט זיך ליידער געצויגן פאר א שיינעם תקופה.
די אלע זאכן האט מיר שוין אפגעקאסט ממון ודמים, אבער ליידער האלט איך נאך ביי אלף.

טייערע אידן, אויב מיינט איר אז אין ביהמ''ד ארום מיר זעהט מען דאס אויף מיר, זייט וויסן אז עס איז פונקט פארקערט, איך בין דער ראש המדברים, דער ארויפגעקוקטער יונגערמאן, וואס ב''ה איך בין מצליח צו באהאלטן פון אנדערע ווען מיין הארץ טריפט בלוט.
איך בין נישט דער גרויסער שריפטשטעלער און מיין שפראך איז ארים און נישט גרויסארטיג. איך האף עס איז פארשטענדליך.
א גוטן טאג.
טויזענד וויינידיגע אימאדזיס!!!
נעבעך, איך בין נישט אין די פלאץ פון זאגן עפעס, אבער פטור בלי כלום אי אפשר...
-
בוי אויף א מיינדסעט אין דיין קאפ, אז די ביסט אייזן שטארק, און גארנישט קען דיך נישט צוברעכן,
און אזוי ווי ווען איינער מאכט פיזיקאל עקסערסייז, טשעלענדזט ער זיך מיט'ן פראבירן אויפצוהייבן ווי מער וואג, ווייל אזוי ווערט ער שטערקער,
זאג די פאר דיינע שוועריקייטן:
"אדרבה, קומטס אהער שווערעקייטן, איך בין שטארק, איך קען ענק אלע האבן, און נאכאלץ נישט ווערן פארלוירן און צובראכן, און ווי שווערער ענק זענען, אלץ בעסער"
-
די איידיע פון דעם איז, אז ביז מ'טרעפט א לעזונג ב"ה, איז מען כאטש נישט אויס מענטש.
.
שקויעך פאר'ן מיך אויסהערן און א גוטען טאג!
-

אוועטאר
בת קול
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!HASHEM IS WITH YOU
ניגוני חסידי סקולען איז מחיה מיין נשמה
ניגוני חסידי חב"ד ברענגט מיך דביקות
ניגוני חסידי וויזניץ ברענגט מיך ווארימקייט
ניגוני חסידי אומות העולם ברענגט מיר ווילדקייט
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

עס איז ביטער שווער. ביטער שווער איז אן אנדערסטעיטמענט ברודער.

ווי אנדערע שרייבן, רעדט צו דער וואס האט דיר אריינגעלייגט אין דעם נסיון. אדער זאג איהם אז די ווילסט רעדן צו איהם אויב די ענגזייעטי זעצט זיך ארויף אויף תפילה.

הצלחה!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
גראדער טראכטער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 08, 2016 2:04 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער טראכטער »

דערקוויקעניש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:21 pm
צדיק'ל, דיין ווייטאג בארירט די טיפטסטע סטרונעס פין הארץ
איך האב אסאך צו מחדש זיין זייט איך האב אויך געליטען פין דעם
(קענסט מיך קאנטאקטירען אין אישי)
דאס איז די אמת'ע אפטייטש פין יסורי איוב, דער וואס פארשטייט פארשטייטץ
איך האף די וועסט בקרוב מיטטיילען אז די ביסט אויפגעראכטען געווארען
די אמת'ע שיין פן די זין דערקענט זיך עקסטער נאך א לאנדע פארטינקעלטע נאכט.
גם אני מצטרף, קורצע ווערטער אבער יעדע ווארט זאגט א געוואלד.
לאמיר נאר איבער חזרן די לעצטע שירה, די אמת’ע שיין פון די זין דערקענט זיך עקסטער נאך א לאנגע פארטינקעלטע נאכט......
לאמיר זיין קלאר מיט די פאקטן
גראדער טראכטער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 08, 2016 2:04 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער טראכטער »

מיין הארץ איז פארקלעמט. איך שטיי שוין עטליכע שעה אין טראכט וואס צו שרייבן, וועלכע ווערטער צו ניצן זאלסט שפירן ווי איינער פארשטייט דיר, אין שפירט מיט דיין ווייטאג , ווי אזוי קען אין לייגן מיין האנט האויף דיין אקסעל אין מיטוויינען מיט דיר, וועלכע ווערטער קען איך ניצן דיר אריין צו בלאזן חיזוק, אפטעמיזים, האפענינג. וואס זאל איך שרייבן פראקטישע עצות זיך צו טרעפן ארויס פון דיין אינערליכע גיהנים.
דערווייל קען איך מיר נאכנישט ציזאם קלויבן, בלויז עליכע נאסע טרערן אויף מיין קיבארד, וועלכע איך האף עס וועט גרייכן דעם ציל.......
לאמיר זיין קלאר מיט די פאקטן
מח קטן
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

גם אני בחלומי..

איך קען קאפי פעיסטן @מענטל העלט תגובה.

השם ירחם על עמו ,ס'איז באמת נישט פשוט. ווער ס'איז דאס נישט דורך קען דאס אין לעבן נישט פארשטיין..

צום פותח האשכול, ס'איז דא הרב הילל (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען) ער איז די נומער #1 מומחה אין די פעלד , אפשר לוינט זיך צו פראבירן.

(איך פלאן נאך ארויסגעבן מיין טאג ביך איבער מיין לאנגע פיינפולע דורכגעוויינטע דורכגאנג מיט OCD, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
איך האב נאר אביסל מורא פון גילוי.. סא לאמיר זען ווען איך וועל עס פעסן)
פשוט און גראד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

Medication ביטע..

דערנאך וועט אלעס אי"ה פאלען אין פלאץ
יאסעלע פליטמאן
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

מח קטן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 6:57 pm
גם אני בחלומי..

איך קען קאפי פעיסטן @מענטל העלט תגובה.

השם ירחם על עמו ,ס'איז באמת נישט פשוט. ווער ס'איז דאס נישט דורך קען דאס אין לעבן נישט פארשטיין..

צום פותח האשכול, ס'איז דא הרב הילל (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען) ער איז די נומער #1 מומחה אין די פעלד , אפשר לוינט זיך צו פראבירן.

(איך פלאן נאך ארויסגעבן מיין טאג ביך איבער מיין לאנגע פיינפולע דורכגעוויינטע דורכגאנג מיט OCD, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
איך האב נאר אביסל מורא פון גילוי.. סא לאמיר זען ווען איך וועל עס פעסן)
מיליאן פרעסענט גערעכט!!!!
.
שקויעך פאר'ן מיך אויסהערן און א גוטען טאג!
-

הייזקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 9:15 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייזקעלע »

הארצרייסנד ממש אזוי !!
כ'האב גארנישט וואס צוצולייגן נאר א תפילה

(קום צוריק מיט א אשכול נאכ'ן אויפגעראכטן ווערן, אי''ה בקרוב בקרוב)
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

מח קטן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 6:57 pm
גם אני בחלומי..

איך קען קאפי פעיסטן @מענטל העלט תגובה.

השם ירחם על עמו ,ס'איז באמת נישט פשוט. ווער ס'איז דאס נישט דורך קען דאס אין לעבן נישט פארשטיין..

צום פותח האשכול, ס'איז דא הרב הילל (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען) ער איז די נומער #1 מומחה אין די פעלד , אפשר לוינט זיך צו פראבירן.

(איך פלאן נאך ארויסגעבן מיין טאג ביך איבער מיין לאנגע פיינפולע דורכגעוויינטע דורכגאנג מיט OCD, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
איך האב נאר אביסל מורא פון גילוי.. סא לאמיר זען ווען איך וועל עס פעסן)
.
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: הארצרייסנד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

whoever has any personal experience, please describe it as much as possible so we can learn to understand and help others in need
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”