סקולען

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ישראלקדושים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 26, 2010 3:04 am

סקולען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלקדושים »

דער רבי איז געווען אזא צדיק, ליכטיק און זיס,
מיט גוטע ווערטער און א ווארעמען גריס.
ער האט יעדן געגעבן א געפיל פון האפענונג און שמחה,
און געוויזן אונז א וועג פון יראת שמים און תורה.

ווען אנדערע האבן זיך אוועקגעקוקט,
ער האט זיך נענטער געברענגט, געמאכט הערצער צוגעצויגן.
מיט א שמייכל און א ליכטיג ווארט,
ער האט געגעבן חיזוק אין יעדער ארט.

יעצט איז ער אוועק, אבער זיין נשמה שיינט,
שיקט א ברכה פון הימל, יעדן טאג, ביינאכט און בייטאג.
מיר וועלן געדענקען זיין הייליגקייט און זיין תורה,
און האלטן זיינע מעשים פון חסד אין אונזער זיכרה.

ווען דו פילסט זיך אליין, טראכט וועגן זיין גרויסקייט,
זיין אהבת ישראל איז געווען אן ענדלאזע שטארקייט.
זיין שם טוב וועט בלייבן פאר אלעמאל,
און זיין זכות וועט מגין זיין אויף כלל ישראל.
Mseminah
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2017 11:37 am

Re: סקולען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mseminah »

משה וואלפסאן (אמונת ישראל)
שרגא פייבוש (קאסוב)
ישעי יעקב (סקולען)
חי' יצחק (ראחמיסטריווקא)
ר"ת משיח שנזכה במהרה בימינו
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: סקולען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

סקולען, פארלוירן
המשכה געצויגן
א ניגון דערהויבן
נשמה ארויפגעצויגן.

ס'לאזט זיך נישט גלייבן
אין קארגע פינף יאר ציילן
טאטע און זון צו הויכע ספערן גענומען
און אונז דא געלאזט אליין פארלאזט.

סקולען ווער קען דערציילן
א טיש ווי קען דערהייבן
אנהייב פון שלום עליכם
ביז בענטשן ביים עלות.

נשמהדיגע ספערן
יעדע ניגון מיט'ן פשט זיין
א ותן בנו מיט ועתה יגדל נא כח השם
טאטע און זון געקלאמערט אידישע הערצער.

און די טהורים זוכה געווען
א גאנצע וואך אין די אויערען געקלינגען
געזאגט רבינו זצ"ל הכ"מ האט ער
ונשגב השם לבדו ווען נאך א סעודה
געזינגען אז נאר השם לבדו בלייבט
ווער זיווגים דארף
זאל בקרוב די ריכטיגע שותף טרעפן.

א בעטער פאר אונז א גוטער
ער מיט'ן טאטן זאל הימלען שפאלטן
אויס בעטן פאר אונז אלעס גוטס
ביז זיי מיט משיח קומען בב"א
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”