שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Open Source
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:59 pm

שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Open Source »

געשריבן צו מיין חבר וואס גייט דורך א דורכגאנג, און האלט זיך אינמיטן טרעפן, נישט געהאט דו שטארקייט אים עס צו שיקן פערזענליך,שרייב איך עס דא, און האפענטליך וועט ער עס ליינען,און אויב נישט זאלן אנדערע אין זיין פלאץ נעמען דו נויטיגע חיזוק שטיצע און סימפאטיע.
test2222.jpg
test2222.jpg (399.61 KiB) געזען 48 מאל
ברודערל מיינס
איך זעה ווי די וויינסט
דארטן אינדערהיים אליינס

פון דיינע ווערטער שרייען
אז דו ליידסט ווייען
און דו ווילסט מען זאל דיר פארשטייען

אבער מער פון אונז אלע
קוקט אויס ווי דו פרעגסט דיר אליינס דו שאלה
ווער בין איך? דאס איז דיר יעצט מוריד ומעלה

ווער איז דו ארגינעלע שלמה'לע
וויאזוי איז ער אראפגעקומען פומעם בוימעלע
און ווען האט ער פארלוירן זיין קרוינעלע

די ציכטיגע תמימות און ליבשאפט צו די וועלט
וואס אלעס צי אים געפעלט
און צו יעדעם ער עפענט זיך און מעלט

ווי יעדער האט דיך אזוי שטארק ליב און גלייכט דיך
אז זייער ליבשאפט אפן אפשיילט זיך
און מיט א האג צו דעים קליינעם שלמה'לע עס באווייזט זיך

אזוי לויפן די יארן
און ערגעץ איז פארפארן
דו נשמה דו קלארן

צוליב שרעק צום וועלטלע
געווארן א פארשטעלטעלע
און זיך געגעבן א באהעלטעלע

פון זיין אפן געווארן פארקנאקט
פון זיין אמאל שוואך אייביג שטארק
און די קליינע אינגעלע אינעווייניג געגעבן א הארג

די נייע מהלכים אנפאנג געווען אפעטיטלעך
אבער שפעטער געטון שטעכן און דערדרוק-דיך
האסטו עס געפעקעטשט מיט נייע מהלכים און שטיקלעך

אזוי געפעקעטשט מער און מער דו אלע יארן
געקלערט אז אלעס טוט פיין פארן
כאטש טיף אינעוויינג דיין הארץ געשריגן, דו ביסט פארפארן

דער בורא עולם פארגינט דיר בעסער
געוואלט עפענען אלע שלעסער
אויפרייסן דו אלע מויערן אבער צו דעים ברויך מען א מעסער

עס שניידט אריין ווי טיפער מען גייט
עס קוקט מיר אויס ווי דא איר שטייט
און עס עפענט זיך אויף מער און מער דיין נפש'ס באדייט

דיין קליין קינד הערסט אויס
דו נעמסט אים אויף דיין שויס
און דו פארמאכט מער נישט דיין אינערליכע וואויס

צער און טראומא דו טוסט נאכאמאל פילן
עס טוט אפשר וויי אבער אזוי טוסט דיך הילן
און צוביסלעך געפונסטע אויס דיינע אמת'ע צילן

זשוי און תענוג וועסטו פילן אט אט
פון א אמת'ן פלאץ סטרעיט פון גאט
וואס האט עס אריינגעלייגט און דיר גלייך ביים געבורט

גיב נישט אויף ביסט אויף די וועג די ריכטיגע
עס קומען אט אט טעג ליכטיגע
קוואלן פון ליבשאפט און שמחה ציכטיגע

פון אינעווייניג דיר
עפענט זיך א טיר
וואס הייסט מיר

און דערווייל פארשטעק דיך נישט נאר גיי אן
דיין יעצטיגע לעבן נישט ראן
אט אט וועסט פון א אמת'ע פלאץ עס אנהייבן טאן

ענדשוי די זדשרני דיין
כאטשיג עס אינוואלווד אסאך פיין
אבער דורך דעים באקומט מען דעים זדשוי און שיין
און איך ווינטש דיר פון טיפן הארצן אז עס זאל דיר אנקומען שנעלן און גרינג. ונאמר אמן!
לעצט פארראכטן דורך Open Source אום זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

זאל ער איז טאקע ליינען!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח. שטארק און שיין.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

דו שרייבסט נשמה'דיג
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
משה שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:54 pm
לאקאציע:אויפן וועג צו....

Re: שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שפילמאן »

יוחנן כהן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:00 pm
דו שרייבסט נשמה'דיג
ווי ביסטו געווען ביז יעצט? די ביסט דאך מורידג!!!!!
טראמפ האט א זכיה מיט זיין געווינס!, נישט מכשיל זיין אידישע קינדער מיט ריאות אסורות
לעבעדיגע פיש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm

Re: שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבעדיגע פיש »

וואו!
דיין פאעזיע טאלאנט איז עמעיזינג!
און די תוכן איז זייער זייער שטארק!
כ׳ווייס נישט צו איך בין שלמה׳לע, אבער ס׳האט גערעדט צו מיר…
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

Re: שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

הארציג און אויטענטיק..
אזוי צום פינטעל..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”