שלמה'לע ביסט אויפן ריכטיגן וועג!
געשריבן צו מיין חבר וואס גייט דורך א דורכגאנג, און האלט זיך אינמיטן טרעפן, נישט געהאט דו שטארקייט אים עס צו שיקן פערזענליך,שרייב איך עס דא, און האפענטליך וועט ער עס ליינען,און אויב נישט זאלן אנדערע אין זיין פלאץ נעמען דו נויטיגע חיזוק שטיצע און סימפאטיע.
ברודערל מיינס
איך זעה ווי די וויינסט
דארטן אינדערהיים אליינס
פון דיינע ווערטער שרייען
אז דו ליידסט ווייען
און דו ווילסט מען זאל דיר פארשטייען
אבער מער פון אונז אלע
קוקט אויס ווי דו פרעגסט דיר אליינס דו שאלה
ווער בין איך? דאס איז דיר יעצט מוריד ומעלה
ווער איז דו ארגינעלע שלמה'לע
וויאזוי איז ער אראפגעקומען פומעם בוימעלע
און ווען האט ער פארלוירן זיין קרוינעלע
די ציכטיגע תמימות און ליבשאפט צו די וועלט
וואס אלעס צי אים געפעלט
און צו יעדעם ער עפענט זיך און מעלט
ווי יעדער האט דיך אזוי שטארק ליב און גלייכט דיך
אז זייער ליבשאפט אפן אפשיילט זיך
און מיט א האג צו דעים קליינעם שלמה'לע עס באווייזט זיך
אזוי לויפן די יארן
און ערגעץ איז פארפארן
דו נשמה דו קלארן
צוליב שרעק צום וועלטלע
געווארן א פארשטעלטעלע
און זיך געגעבן א באהעלטעלע
פון זיין אפן געווארן פארקנאקט
פון זיין אמאל שוואך אייביג שטארק
און די קליינע אינגעלע אינעווייניג געגעבן א הארג
די נייע מהלכים אנפאנג געווען אפעטיטלעך
אבער שפעטער געטון שטעכן און דערדרוק-דיך
האסטו עס געפעקעטשט מיט נייע מהלכים און שטיקלעך
אזוי געפעקעטשט מער און מער דו אלע יארן
געקלערט אז אלעס טוט פיין פארן
כאטש טיף אינעוויינג דיין הארץ געשריגן, דו ביסט פארפארן
דער בורא עולם פארגינט דיר בעסער
געוואלט עפענען אלע שלעסער
אויפרייסן דו אלע מויערן אבער צו דעים ברויך מען א מעסער
עס שניידט אריין ווי טיפער מען גייט
עס קוקט מיר אויס ווי דא איר שטייט
און עס עפענט זיך אויף מער און מער דיין נפש'ס באדייט
דיין קליין קינד הערסט אויס
דו נעמסט אים אויף דיין שויס
און דו פארמאכט מער נישט דיין אינערליכע וואויס
צער און טראומא דו טוסט נאכאמאל פילן
עס טוט אפשר וויי אבער אזוי טוסט דיך הילן
און צוביסלעך געפונסטע אויס דיינע אמת'ע צילן
זשוי און תענוג וועסטו פילן אט אט
פון א אמת'ן פלאץ סטרעיט פון גאט
וואס האט עס אריינגעלייגט און דיר גלייך ביים געבורט
גיב נישט אויף ביסט אויף די וועג די ריכטיגע
עס קומען אט אט טעג ליכטיגע
קוואלן פון ליבשאפט און שמחה ציכטיגע
פון אינעווייניג דיר
עפענט זיך א טיר
וואס הייסט מיר
און דערווייל פארשטעק דיך נישט נאר גיי אן
דיין יעצטיגע לעבן נישט ראן
אט אט וועסט פון א אמת'ע פלאץ עס אנהייבן טאן
ענדשוי די זדשרני דיין
כאטשיג עס אינוואלווד אסאך פיין
אבער דורך דעים באקומט מען דעים זדשוי און שיין
און איך ווינטש דיר פון טיפן הארצן אז עס זאל דיר אנקומען שנעלן און גרינג. ונאמר אמן!