מיין שפאציר צום לעבן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Open Source
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:59 pm

מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Open Source »

11111.jpg
11111.jpg (385.63 KiB) געזען 777 מאל
איך שפאציר אופן גאס
עס קומט ארויף א מחשבה
איך שפיר איך ווער בלאס
און ווייס

א פייגל העכער מיר טשיפטשעט
און איך הער צא טמא
אלעס ארום מיר בליטשקעט
און ציצקעט

דו זון שיינט מיט א קראפט
איך שפיר ער בריט מיט נקמה
פארוואס האסטו געשאפט
אזא ווערטשאפט

איידל צארט און יונג ביסטו געווען
א תמימות'דיגע נשמה
און דאן האסטו געזען
וואס איז געשען

א בלעטעלע אויף מיין קאפ עס פאלט
איך שפיר ער טוט סקילה
פארוואס האסטו נישט געזאגט באלד
העי האלט האלט!

דו הויעכע ביימער קוקן אויף מיר פון דערווייטען
איך שפיר עס זאגט אונז זענען פאסיג פאר דיין תלי'ה
דו הויכע בערג שטייען שטייף פון אלע זייטן
איך שפיר עס זאגט דו קענסט נישט אנטלויפן פון די אלטע צייטן


א לעכטיג אינגעלע בין איך געבוירן
אוי ווי זיס בין איך געווען ווען מען האט מיך אפגעשוירן
און ווען פלוצלינג איז אלעס געווארן אנגעוואורען
אוי איך קען מער נישט טראכטן אוי איך ווער פארלוירן

א איד, אזוי האט ער אויסגעקוקט
מיט זיינע אויגן זיך אויף מיר פארבליקט
און מיט זיין האנט מיין מויל פארשטיקט
און מיין לעבן אויף אייביג צודריקט

פון זארגלאז
געווארן מוטלאז.
פון שיין
געווארן פיין.
און פון א אינגעלע פון א טאטע
געווארן א שפיל פון א שמאטע.

אויף מיין גורל האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן
אבער מיין קליינער אינגעלע אים בין איך נאך שילדיג א לעבן

איך וויל אים עס צוריקגעבן נאך אמאל
דו שטארקע קאנפידענץ אנשטאט פילן נול

דו זארגלאזע שמייכל
דו תמימות'דיגע שכל
דו אפענע היכל

אוי באשעפער איך קען שוין נישט מער
א יעדן טאג נאכאמאל פון דעם איך קלער
פאר א נארמאלע לעבן איך באגער
סטאק און לעבן עס איז נישט פער

ניין אינגעלע:
דו האסט זיך נישט געקענט ארויסדרייען
די האסט נישט געקענט שרייען
נאר דיינע אייגענע טרערן קייען

דו האסט נישט געהאט קיין בחירה
ביסט געווען א קינד אן קיין גבורה
אומשולדיג איידל מיט א תמימות'דיגע צורה
אלע האבן אויף דיר געזאגט עדות אז דו שכינה שרווייה

זאלסטו וויסן אז:
דוַ זעלבע שכינה רוהט היינט אויף דיר
עס איז נישט אפגעטאן געווארן אפילו א שפיר
דו שכינה וויינט עפן אויף דיין נשמה קוק אריין אין איר
וועסטו זעען דיין לעכטיגע נשמה עד אין שיעור

דעיס האט קיינער נישט אוועקגענומען קיינמאל נאר עס איז געווארן נסתמות
פארשטאפט און פארשטעקט מיט פארלוירענע מחשבות
האסט מורא אריינצוקוקן שטערקער פון מוות
צו טרעפן דיין פארלוירענע נשמה נלהבות

דעיס אז ער האט דיך געקליבן
מיינט נישט די ביסט שוואך.
דעיס אז מען האט זיך נישט אנגענומען
מען איז פשוט נישט געווען וואך.
דעיס ער האט דיך פארשוויגן
פאלג מער נישט נאר קייך און קייך.

יא עס גייט קאסטן טרערן ענדלאזע הייסע און נאסע
גייסט פרעגן אם כן למה לי חיים וואס ברויך איך די גאנצע מעשה
אז דו וועסטו נישט אויפגעבן וועט זיך אנטפלעקן דיין אמת'ע ראסע
דיין הייליג לעכטיגע נשמה א חלק אלקי ממעל אוי אשרי אין ראתה

יא יא יא עס איז זייער זייער שווער אליין
עס איז דא הילף מען וועט מיט דיר מיטשטיין

דו דארפסט נאר וועלן, טראץ ס'איז ביטער שווער
זיך מסכים זיין צו עפענען און גיבן א טרער

פון דיין זייט דארף זיין די אפמאך
כאטש דו פילסט ביסט שוואך

אז דו גייסט דיך העלפן ארויס פון דיין פארלוירענע טיפע לאך
אנהייבן צו לעבן קלאר ווי שמן זית זיך


דו זון גייט אונטער מיר
ער זאגט כאילו פאלאו מיר
דו טונקלקייט לאז דא אונטער דיר

טאקע יעצט איז די צייט דוקא ווען איבעראל איז טונקל
ווארף איך מיינע שענסטע שטראלן און מיין קליינע ווינקל
און עס קוקט אויך אויס ווי איך גיי אינגאנצן אונטער, און שיינט דאס לעצטע פינקל

אבער ווען וועסט אריינקוקן אין מיר וועסטו זען איך בין גאר פרייליך
און אויף דו אנדערע זייט וועלט טשיפטשענען די פייגלעך
א נייע מארגן עס שיינט מיט קראפט גאר פייערליך

דיין קליין אינגעלע בליט און שיינט און דיר טיף
עפן דיך אויף דיין נשמה ארויס רוף
שוין גענוג געלעבט מיט דו פאלטשע בעליף
....
דו ווינט בלאזט די בלעטלעך ביינאכט
יעדער גייט שלאפן קיינער נישט וואך
אבער דו בעבי ציוויינט זיךַ זיפצענדיג שוואך
די מאמע עס הייבט אויף און גלייך ער גיבט א לאך

מיין קינד וועל איך אויך לאזן וויינען
איינמאל פאר אלעמאל עפענען דו מעיין
און דערנאך וועט ער דאס לעבן צוריק באנייען
......
די קליין קינד א חלום א שרעקעדיגס מיט דראמע
באגסן מיט שווייס שרייט מאמע מאמע
דו מאמע גלעט עס איז נאר אז חלום דו טראומע
ער איז שוין נישטא דו שרעקעדיגע דאמע

מיין קינד ,דאס איז אן אלטע חלום שוין א פארגאנגענהייט
דו ביסט שוין נישט א קליינע אינגל פארלוירענערהייט

צייט צו היילן
לאמיר נישט וויילן
צוזאמען דאס אלטן סתיגמה אפשיילן


דו ביסט נישט:
זונדיג אומווערדיג
שוואך און נעבעכדיג
שמוציג אן חן
פארלוירן און קליין
טרויעריג פארמאכט
טונקל ווי די נאכט


דו ביסט:
הייליג לעכטיג
שטארק מעכטיג
ציכטיג ריין
א פעלזן פעסטן שטיין
זיס אפן
יא דו האסט דיך געטראפן
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8966
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הערליך!!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

רבונו של עולם, מ'קען בלויז מיט וויינען.
@מיין הערצעלע
ראש גולם אריאל
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

ווערטער הימלישע,
טיפע טיפע היילונגס רייד,
א קאמבינאציע פון חיזוק, אמונה, און טרייסט,
גראד צום הערצעלע מיינס.

ווער נאך פארשטייט,
די ווערטער די באדייט,
א שפאציר פון חשך ענן ערפל,
ווען קיינער צו די זייט.

היילונג איז פארהאן
שרייט @Open Source דאן,
די וועג שווער און ביטער,
אנקומען וועסטו אבער...

שכוח. מים קרים על נפש עייפה.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

הערליך! הארץ רייסנ'דיג...
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת


viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
אוועטאר
סטאם פאר פלעין
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 6:22 am

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאם פאר פלעין »

איך ווייס נישט פארוואס.....
איך האב נישט וואס צו טוען.....
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

זייער הארציג.
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

Wow this is so deep
a young little sheep
Full of blame
and shame
Mega healing
it’s changed the feeling
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
זיבן וועגן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:53 pm

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבן וועגן »

איך וויין מיט דיר און איך פארשטיי דיר גוט, איך בין דאס אויך דורך, נישט ביי אזא קליינע יארגאנג נאר אלס בחור, יעדע ווארט וואס דו שרייבסט פיל איך יעדן טאג!!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

זיבן וועגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 6:02 pm
איך וויין מיט דיר און איך פארשטיי דיר גוט, איך בין דאס אויך דורך, נישט ביי אזא קליינע יארגאנג נאר אלס בחור, יעדע ווארט וואס דו שרייבסט פיל איך יעדן טאג!!
איך האף אז די גייסט פאר הילף.
ראש גולם אריאל
אוועטאר
מיין הערצעלע
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין הערצעלע »

איך זעה דעס יעצט די ערשטע מאל
זייער גוט און הארציג אראפ געלייגט

No words
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow wow
נחני בדרך אמת
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 am

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחני בדרך אמת »

וואוו!
איך קען נאר מיטוויינען מיט דיר
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

העעעעערליך!!!
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
ערד ציטערניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 9:42 pm

Re: מיין שפאציר צום לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד ציטערניש »

הערליך שיין!
כ'האב הנאה געהאט פון די גראם אויסשטעל ביי יעדער צווייטער שורה.
וטהר לבינו לעבדך באמת

איטשע קלמן ביי של''ס - חלק ב' viewtopic.php?p=5526247#p5526247
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”