מיין שפאציר צום לעבן
איך שפאציר אופן גאס
עס קומט ארויף א מחשבה
איך שפיר איך ווער בלאס
און ווייס
א פייגל העכער מיר טשיפטשעט
און איך הער צא טמא
אלעס ארום מיר בליטשקעט
און ציצקעט
דו זון שיינט מיט א קראפט
איך שפיר ער בריט מיט נקמה
פארוואס האסטו געשאפט
אזא ווערטשאפט
איידל צארט און יונג ביסטו געווען
א תמימות'דיגע נשמה
און דאן האסטו געזען
וואס איז געשען
א בלעטעלע אויף מיין קאפ עס פאלט
איך שפיר ער טוט סקילה
פארוואס האסטו נישט געזאגט באלד
העי האלט האלט!
דו הויעכע ביימער קוקן אויף מיר פון דערווייטען
איך שפיר עס זאגט אונז זענען פאסיג פאר דיין תלי'ה
דו הויכע בערג שטייען שטייף פון אלע זייטן
איך שפיר עס זאגט דו קענסט נישט אנטלויפן פון די אלטע צייטן
א לעכטיג אינגעלע בין איך געבוירן
אוי ווי זיס בין איך געווען ווען מען האט מיך אפגעשוירן
און ווען פלוצלינג איז אלעס געווארן אנגעוואורען
אוי איך קען מער נישט טראכטן אוי איך ווער פארלוירן
א איד, אזוי האט ער אויסגעקוקט
מיט זיינע אויגן זיך אויף מיר פארבליקט
און מיט זיין האנט מיין מויל פארשטיקט
און מיין לעבן אויף אייביג צודריקט
פון זארגלאז
געווארן מוטלאז.
פון שיין
געווארן פיין.
און פון א אינגעלע פון א טאטע
געווארן א שפיל פון א שמאטע.
אויף מיין גורל האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן
אבער מיין קליינער אינגעלע אים בין איך נאך שילדיג א לעבן
איך וויל אים עס צוריקגעבן נאך אמאל
דו שטארקע קאנפידענץ אנשטאט פילן נול
דו זארגלאזע שמייכל
דו תמימות'דיגע שכל
דו אפענע היכל
אוי באשעפער איך קען שוין נישט מער
א יעדן טאג נאכאמאל פון דעם איך קלער
פאר א נארמאלע לעבן איך באגער
סטאק און לעבן עס איז נישט פער
ניין אינגעלע:
דו האסט זיך נישט געקענט ארויסדרייען
די האסט נישט געקענט שרייען
נאר דיינע אייגענע טרערן קייען
דו האסט נישט געהאט קיין בחירה
ביסט געווען א קינד אן קיין גבורה
אומשולדיג איידל מיט א תמימות'דיגע צורה
אלע האבן אויף דיר געזאגט עדות אז דו שכינה שרווייה
זאלסטו וויסן אז:
דוַ זעלבע שכינה רוהט היינט אויף דיר
עס איז נישט אפגעטאן געווארן אפילו א שפיר
דו שכינה וויינט עפן אויף דיין נשמה קוק אריין אין איר
וועסטו זעען דיין לעכטיגע נשמה עד אין שיעור
דעיס האט קיינער נישט אוועקגענומען קיינמאל נאר עס איז געווארן נסתמות
פארשטאפט און פארשטעקט מיט פארלוירענע מחשבות
האסט מורא אריינצוקוקן שטערקער פון מוות
צו טרעפן דיין פארלוירענע נשמה נלהבות
דעיס אז ער האט דיך געקליבן
מיינט נישט די ביסט שוואך.
דעיס אז מען האט זיך נישט אנגענומען
מען איז פשוט נישט געווען וואך.
דעיס ער האט דיך פארשוויגן
פאלג מער נישט נאר קייך און קייך.
יא עס גייט קאסטן טרערן ענדלאזע הייסע און נאסע
גייסט פרעגן אם כן למה לי חיים וואס ברויך איך די גאנצע מעשה
אז דו וועסטו נישט אויפגעבן וועט זיך אנטפלעקן דיין אמת'ע ראסע
דיין הייליג לעכטיגע נשמה א חלק אלקי ממעל אוי אשרי אין ראתה
יא יא יא עס איז זייער זייער שווער אליין
עס איז דא הילף מען וועט מיט דיר מיטשטיין
דו דארפסט נאר וועלן, טראץ ס'איז ביטער שווער
זיך מסכים זיין צו עפענען און גיבן א טרער
פון דיין זייט דארף זיין די אפמאך
כאטש דו פילסט ביסט שוואך
אז דו גייסט דיך העלפן ארויס פון דיין פארלוירענע טיפע לאך
אנהייבן צו לעבן קלאר ווי שמן זית זיך
דו זון גייט אונטער מיר
ער זאגט כאילו פאלאו מיר
דו טונקלקייט לאז דא אונטער דיר
טאקע יעצט איז די צייט דוקא ווען איבעראל איז טונקל
ווארף איך מיינע שענסטע שטראלן און מיין קליינע ווינקל
און עס קוקט אויך אויס ווי איך גיי אינגאנצן אונטער, און שיינט דאס לעצטע פינקל
אבער ווען וועסט אריינקוקן אין מיר וועסטו זען איך בין גאר פרייליך
און אויף דו אנדערע זייט וועלט טשיפטשענען די פייגלעך
א נייע מארגן עס שיינט מיט קראפט גאר פייערליך
דיין קליין אינגעלע בליט און שיינט און דיר טיף
עפן דיך אויף דיין נשמה ארויס רוף
שוין גענוג געלעבט מיט דו פאלטשע בעליף
....
דו ווינט בלאזט די בלעטלעך ביינאכט
יעדער גייט שלאפן קיינער נישט וואך
אבער דו בעבי ציוויינט זיךַ זיפצענדיג שוואך
די מאמע עס הייבט אויף און גלייך ער גיבט א לאך
מיין קינד וועל איך אויך לאזן וויינען
איינמאל פאר אלעמאל עפענען דו מעיין
און דערנאך וועט ער דאס לעבן צוריק באנייען
......
די קליין קינד א חלום א שרעקעדיגס מיט דראמע
באגסן מיט שווייס שרייט מאמע מאמע
דו מאמע גלעט עס איז נאר אז חלום דו טראומע
ער איז שוין נישטא דו שרעקעדיגע דאמע
מיין קינד ,דאס איז אן אלטע חלום שוין א פארגאנגענהייט
דו ביסט שוין נישט א קליינע אינגל פארלוירענערהייט
צייט צו היילן
לאמיר נישט וויילן
צוזאמען דאס אלטן סתיגמה אפשיילן
דו ביסט נישט:
זונדיג אומווערדיג
שוואך און נעבעכדיג
שמוציג אן חן
פארלוירן און קליין
טרויעריג פארמאכט
טונקל ווי די נאכט
דו ביסט:
הייליג לעכטיג
שטארק מעכטיג
ציכטיג ריין
א פעלזן פעסטן שטיין
זיס אפן
יא דו האסט דיך געטראפן