קרעמער האט געשריבן:א טענצל! האט געשריבן: ר' משה חיים אפרים בלאך (דוכט זיך דאס איז געווען זיין פוהלער נאמען) האט ארויסגעגעבן "דריי" בענדער מיטן נאמען "דובב שפתי ישנים" מיט בריווען פון 'אלע' גדולי ישראל אקעגן דעם רעיון הציונית. למעשה ווען עס איז ארויסגעקומען האבן אסאך גע'טענה'ט אז אסאך בריווען זענען אינגאנצן גע'דמיון'ט און ארויסגעזויגן פון פינגער. דא שרייבט טאקע דער עולם דערוועגן אז ער איז געווען א באקאנטער בעקער און בעל דמיון, ממילא מעגליך זענען די מערערים גערעכט. נאך א ראי' לדבריהם איז דא אז ער ברענגט נישט קיין מקורות אויף זיינע בריווען, (אנדערש ווי די וואונדערבארע ספרים "משכנות הרועים" ג"ח אקעגן ציונות וואס אלע בריווען און ענינים האבן מקורות).
ווי עס ווערט דערציילט אין "איש חמודות" האט רב בלאך געבעטן פון מרן הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע ער זאל געבן א מכתב הסכמה אויף זיינע ספרים וויבאלד זיי קעגן דעם רעיון הציוני, אבער הגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וועלכער איז דאן געווען ביים רבי'ן האט מפציר געווען אז דער רבי זאל איהם נישט געבן קיין הסכמה, וויבאלד געוויסע בריווען זענען מזוייף, און וועט מאכן א רושם כאילו די גאנצע שיטה אקעגן ציונות איז מזויף, און דער רבי האט טאקע נישט געגעבן קיין הסכמה. וכן הוה, ווען די ספרים זענען ארויסגעקומען האבן פיהלע שרייבערלעך געשריבן אז זיי זענען מזוייף, (לדוגמא איז דא דארט א בריוו פונעם ישמח ישראל זי"ע אקעגן ציונות, וואס די אייניקלעך וחסידים טענה'ען אז ס'איז נישט זיין סגנון הלשון און איז קיינמאל נישט געווען באקאנט).
אין די הקדמה צו "דובב שפתי ישנים" חלק ב' איז ער מאריך ווי אזוי די אלע בריווען זענען אנגעקומען צו אים, באופן הפלא ופלא, און לויט ווי דער עולם זאגט שהי' בעל דמיון שטימט עס נאך בעסער.
נאך וואס האט ער געדארפט קומען צום סאטמאר רבי'ן פאר א הסכמה, ער האט דאך דאס געקענט פאבריצירן?...
דא האט איר דעם תירוץ.