שוטה האט געשריבן:
וויפיהל - אויב בכלל - איז ווערט א אברבנאל עה"ת פון ת"ע?
ד"א לייג איך צו וואס דער מדפיס שרייבט ביים סוף - ס'איז אינטערעסאנט.
איך פארמאג אין מיין באזיץ צווי מהדורות אברבנאל, פירוש על נביאים ראשונים. המבורג, 1687 תמ"ז אברבנאל. פירוש על נביאים ראשונים, תמ"ו 1686 שער נוסף והקדמה בלטינית, בסוף הספר מפתחות בלטינית.. איך שאץ די פרייז פאר 250 דאלער איין סעט
די עולם האנטיק ספרים רודערט, נאכדעם וואס ס'פארגעקומען א גרויסע גניבה.
מוצש"ק בערך דריי אזייגער ביינאכט, האבן זיך גנבים איינגעבראכן אין די בעיסמענט פונעם קאזלאוווער רב, און ארויסגענומען פון דארט גאר טייערע ווערטפעולע אנטיק ספרים און די ווערט פון א פערטל ביז א האלב מיליאן דולר. זיי האבן גענומען עטליכע של"ה סידורים, סידור העמדין, זוהר לובלין, און זוהר סלאוויטא.
אינטערסאנט אז די פלאץ וואס ענטהאלט אין זיך גאר טייערע אנטיק ספרים, איז נישט געווען פארזיכערט מיט קעמעראס אדער מיט אנדערע זיכערהייט מיטלען, אבער פארט האב מען בילדער פון די קעמערס פון די שכנים.
ס'דא פארשידענע חשדות און מ'האט געהאנגען צעטלעך אז די גנבים קענען זיך מעלדן צו עטליכע רבנים כדי ס'זאל פארמיטן ווערן א חילול השם ה"י.
dovidal האט געשריבן:
די ערשטע דרוק פון רביןס ספרים ויול משה- על הגאולה--דברי תורה פארקויפען זיך ביי די אנטיק סוחרים פאר הונדערט דאלער א ספר א בלעטיל כתב יד 3000 דולער א בריוו צווישען 5000 ביז 20000 ווענדט זיך אין זמן און תוכן א בלעטיל כתב יד פון ישמח משה נאנט צו 50000 דאלר
איך האב לעצטנס געקויפט ביי פינטער א "ערשטע דרוק" ויואל משה פאר $1