איינס האט געשריבן:דונש האט געשריבן: אפשר פארקערט?
ווייל מ'האט עס אזוי שיין געזינגען מיט א געשמאקע ניגון איז עס זיי אריין אין די ביינער און דאס ברענגט זיי אויף נאסטאלגישע געפילן, און ס'קען גאר זיין אז אויב ביום מן הימים וועלן זיי זיך צוריק קערן צום טאטען אין הימל, וועט סובקאנטשעסלי דאס זיין דער גורם, דאס מאכט זיין שפירן אז אידישקייט האט יא עפעס א טעם עפעס א געשמאק, ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי ס'האט זיי געמאכט שפירן די מצב ארום די משפטים סדרה (ח"ו נישט די סדרה אליין, די סדרה איז מתוק מדבש ונופת צופים) נאר ענדערש אזוי ליכטיג אזוי שיין ווי די הארציגע ואני ניגון.
גם אני מצטרף לדבריך
איך ווייס נישט פארוואס ויחי הייסט א פרשה וואס דער רבי שלאגט, אפשר ביי אונזערע זיידעס, ביי מיר און וויפל איך האב געפרעגט ארויף אראפ פון מיין עידז איז קיינמאל אזוינס נישט געווען
מ'האט דאך געשמוסט פון די זיידעס, פון די אלטע אפיקורסים. אזוי איז געווען. ס'איז נישט קיין נייעס.
היינט איז אלעס ב"ה אנדערש.
גראדע משפטים. ביי אונץ אין חיידער פרשת משפטים האט מען נישט געלערנט בכלל גמרא, אפילו נישט אין די גאר העכערע כיתות. ס'איז נאך היינט אויך אזוי?