לייבעלע וואלדמאן
איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין די זאכן, אבער איך זעה אז ר' בערל האט אנגענומען אז ער איז א טענאר.
אט איז וואס ער שרייבט:
חזן לייבל וואלדמאן איז אויך געווען א חזן מיט א שיינע גרויסע טענאר שטימע, און האט ארויסגעגעבן פולע חזנ'ישע רעקארדס.
און ס'איז מערקווירדיג, אז ער איז געווען דער ערשטער גרויסער חזן וואס איז געווען א "נעיטיוו" אמעריקאנער געבוירענער, אנדערש ווי אלע אנדערע חזנים קאלעגעס זיינע, וואס זענען איינס ביי איינס געווען "גרינע" געקומענע פון די לענדער אין אייראפע, וואס דער כוח המושך פונעם אמערקאנער דאלער ווי אויך די ברויזענדיגע וואלן פון די פאגראמען און מלחמות אין דער אלטער היים מעבר לים, האט זיי אהערגעבראכט.