סידיראם האט געשריבן: די לעצטע שמועס באלאנגט אפשר אין ידיעת התורה אפטיילונג, אבער מען דארף מעיין זיין צו דאס איז נאך אלס אסור, אפילו אויב אין שו"ע ווערט דאס נישט דערמאנט וויבאלד עס איז שוין געווארן אזוי דער מנהג, א מנהג בטעות האט אויך א תוקף. ויל"ע.
אמת. דאס איז אויך די סיבה אויף נישט הערן מוזיק חאטש עס ווערט נישט געברענגט אין שו"ע (און איז מסתמא נשתרבב געווארען פון ימי בין המצרים כנ"ל)
כהאב אמאל געזען א לענגערע ביאור אויף דעם מוזיק איסור. לכאורה איז עס נאר משום מסורה וקבלות אבות, נישט ע'פ הלכה.