על הספר עולמו של אבא ומחברו
אבער יעדער ווייסט מער ווייניגער וואס עס איז אונזער עולם'ס בליק אויף דעם דאזיגן אייגנארטיגן ספר\בוך – און מיט א סוירטש דאהי אויף דאס אידישע וועלטל קאן מען זיך דאס גרינג איבערצייגן.
שטעלט זיך די פראגע: פארוואס איז דאס אזוי? בלויז ווייל ער זאגט זאכן וואס קיינער האט נישט געוואגט אפצושרייבן און פאראייביגן?
איך האב א לענגערע ענטפער אויף די פראגע. אבער ווי געזאגט וועל איך זיך ביז דערווייל דא האלטן שטיל, און לאזן פאר אנדערע אריינצורעדן אין אט די דעליקאטע טעמע.
און איך וויל טאקע בעטן פון יעדן פערזענליך אז מען זאל אריינקלערן אין וואס מען שרייבט דא - אויב וויל מען אז דער געהענגל זאל בלייבן אויפן אויבערפלאך...