רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד
יעצט אין די טעג איז א געוואלדיג ענין צו לערנען די דרשות אין יערות דבש אויף חודש אלול חוץ די הפלא'דיגע אגדה איז ער מעורר אויף מוסר בנפלאות. ס'איז דא כמה דרשות אויף די ימי הרחמים והסליחות. מ'ברענגט אז ער האט געזאגט אויף זיך אז אלע חידושי תורה וואס ער האט מחדש געווען אין ער האט מעמיד געווען תלמידים לאלפים איז גארנישט צוגעקומען צו דעם וואס ער האט געשפירט ווען ער האט געזאגט די דרשות, מעורר געווען יודישע קינדער צו תשובה. אין מ'זעט אז יענע יארן אין דייטשלאנד מ'האט אנגעהויבן צו גליטשן ווי ער האט געברויכט מעורר זיין אויף קלייניקייטן, וואס האבן זיך מיט דעם אנגעהויבן פירצות נוראות.
אין יאר תרס"ד האט דער סענדשארזער רב ז"ל ארויסגעגבן א קונטרס, מלקט געווען אלע מוסר פון די דרשות אין ער שרייבט דארט אז מ'ברויך לערנען די דרשות מ'זאל וויסן ווי אזוי א מדינה איז חרוב געגאנגן ווייל היינט (תרס"ד)האלט מען דארט, מ'זאל אליינס זען דעם תוצאותיו מי תשורנה וואס ס'ברענגט רח"ל, דעם מפלה פון יהדות.
די אלע דרשות זענען א געוואלדיגע התחזקות אינעם היינטיגן דור וואס אונז לעבן מיר אין דעם גלות החירות אזוי אפן צום גויאישן גאס מ'זאל זאל זיך קענען דערהאלטן צו זיין ערליכע יודן מיט'ן פשטות התורה והאמונה, ספעציעל די די ערשטע דרשה וואס איז זייער וויכטיג צו לערנען יעצט אלול אין א גאנץ יאר.
דאס אלעס איז אחוץ זיינע ספרים נפלאים כרתי ופלתי, אורים ותומים, בני אהובה , אהבת יונתן ועוד ספרים על התורה.
אויף די מצבה שטייט: מת בנשיקה ונקבר בו ביום, א"ך אלול, זאת תורת אדם כ"י ימו"ת באה"ל. (בגימ' תקכ"ד)