-Architectural Plans -Structural Plans -Foundation Plan -(SOE Plan (Support Of Excavation -Mechanical Plans -Sprinkler Plans -Plumbing Plans -(FA Plan (Fire Alarm -Street Tree Plan -(BPP Plan (Building Pavement Plan
דאס איז בערך די ליסטע פון פלענס וואס דארפן ווערן געפיילט.
לאז אפ האט געשריבן:
בשעת'ן מאכן די ארבעט זענען דא געוויסע אינספעקשנ'ס וואס מען דארף מאכן דורך א קאמפאני וואס האט לייסנס עס צו מאכן, און דערנאך ווען מען ענדיגט די ארבעט און די קאמפאני זאגט אז אלעס איז גוט, באקומט מען א Certificate Of Occupancy
אינספעקשנס וואס א לייסענסד קאמפעני דארף מאכן???! די DOB קומט אינספעקטן זייער חלק, ConEd קומט אינספקטן זייער חלק, national grid קומט אינספעקטן זייער חלק וכו'
לאמיר דיר מסביר זיין. אין הכי נמי אז ConEd און National Grid קומען אינספעקטן זייער חלק. אבער די אינספעקשנס וואס קומט עכט פאר DOB צו מאכן ווערט נישט געמאכט דורך די DOB זעלבסט. ס'זענען דא קאמפאניס וואס ווערט אנגערופן Special Inspections Agency וואס זיי מאכן די אינספעקשנס וואס מען דארף מאכן און זיי זאגן כאילו פאר די DOB אז די בילדונג איז געווארן געבויט וואו ס'דארף צו זיין.
כ'מיין אז דו מיינסט די עקפעדייטער, אבער די ארכיטעקט און ענגזשעניר דארפ'ן פונקט אזוי גוט קענען די קאוד.
וויאזוי ווייסט מען ווי טיף מ'קען גראבן?
מען מאכט בעפאר א טעסט (Test Pits & Borings) צו זעהן די קוואלעטעט פון די זאמד (soil) אונטער די ערד, און צו זעהן אויב ס'איז דא וואסער אונטער די ערד. דערנאך דרילט מען אריין נעבן די זייטן פון די פראפערטי (אויב ס'איז דא בנינים ארום און ארום) צו זעהן וואו טיעף די שכנימ'ס foundation איז, צו זעהן וואו טיעף מען דארף גראבן, און וועלכע סארט פאנדעישן מען דארף מאכן.