קורות העיר גאלאנטא והמסתעף
היסטאריע פון שטעט און ערטער
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
כידוע איז אין שטאט גאלאנטא געווען א פארצויגענע דין תורה בנוגע ירושה פון א איידעם אויב ער נעמט איבער די רבנות בירושה און נאך ענינים בנוגע ווען חברי הקהלה האבן א רעכט זיך אפצוטיילען וואס איז געווען די ערשטע אזא פאל זייט דעם טיילונג קוים עטליכע צוואנציג יאר פריער. עס וואלט אפשר געווען כדאי צו עפענען אן אשכול דערוועגן ווי אויך ידיעות פון קירכדארפער רב וואס איז דאן געווען א יונגערמאן אין גאלאנטא און פון דעם שטאט בכלל.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20198
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע:למטה מעשרה
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
ס'איז ארויסגעקומען פאר יארן צוריק א קונטרס מיטן נאמען "פסק דין תורה דגאלאנטא" מיט אלע איינצלהייטן. איך האב דעם ספר אין מיין באזיץ אבער נישט דא אין אפיס.
דאכט זיך אז דאס איז געוועהן די איינציגסטע שטאט ווי עס איז געוועהן עמטליך צוויי עקסטרע אנערקענטע ארטאדאקסישע קהילות מטעם הרעגירונג.
די אלע אנדערע פלעצער ווי ס'איז געוועהן מחלוקת צב"ש פאפא סערדהעלי וכו' מיין איך אז חאטש זיי האבן געהאט אן עקסטרע רב איז אבער די קהלה געוועהן משועבד צו די גרויסע קהלה.
דאכט זיך אז דאס איז געוועהן די איינציגסטע שטאט ווי עס איז געוועהן עמטליך צוויי עקסטרע אנערקענטע ארטאדאקסישע קהילות מטעם הרעגירונג.
די אלע אנדערע פלעצער ווי ס'איז געוועהן מחלוקת צב"ש פאפא סערדהעלי וכו' מיין איך אז חאטש זיי האבן געהאט אן עקסטרע רב איז אבער די קהלה געוועהן משועבד צו די גרויסע קהלה.
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
די היסטאריע פון דעם שטאט גאלאנטע קען מען אריינלייגן בדרך כלל אין דריי קאטאגאריעס. א׳ פון די התייסדות הקהלה ביז לערך שנת תרנ״א. ב׳ בערך שנת תרנ״ה און ווייטער וואס ר׳ יוסף צבי דושינסקי זצ״ל איז געווען רב בערך 25 יאר. ג׳ פון בערך שנת תרפ״א ביז די מלחמה וואס הגה״ק ר׳ יהושע בוקסבוים זצ״ל הי״ד איז געווען רב און ראש ישיבה. מען האט אוודאי באמערקט אז איך האב אויסגעלאזט אפאר יאר אנפאנג תר״ן יארן וואס איז נישט קיין טעות צוליב די מחלוקת איבער די רבנות. איך וויל הערן תגובות פון דעם עולם מיט זייערע בארייכנדע און באלערנדע ידיעות אין דעם נושא וזה החלי בתקופה הראשונה. דער שטעטעלע גאלאנטא געפינט זיך אינעם היינטיגען מדינת סלאוואקיי נישט ווייט פונעם אלטן עיר ואם בישראל פרעשבורג. די שטעטעלעך און דערפלעך ארום וואס זענען אביסעלע באקאנט באשטייען פון סערעד, יאקע, און וועטש ווי ר׳ הלל קאלאמייער איז געבוירן. אידעלעך האבן זיך באזעצט און דעם געגנט לכאורה סוף יארן שנות ת׳ ביז עס האט זיך אטוויקעלט א קהלה מיט אירע צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת״ק. סוף ת״ק יארן איז געווען א רב ר׳ יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון חת״ם סופר און בזמנו האט מען געמאכט דעם תקנת הקהלה אויף וואס דער דין תורה האט זיך באצויגען 60 70 יארן שפעטער. אזוי האט זיך די קהלה געפירט צענדליגער יארן ווי אלע אנדערע שטעטעלעך מיט רבנים גרעסערע און קלענערע על מי מנוחות. א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב
הג"ר מנחם דייטש איז געוועהן "נכד בעל אהל דוד" אב"ד ניישטאט וואס האט נישט קיין שייכות מיט הג"ר אהרן דוד דייטש בעל גורן דוד.
און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל.
הג"ר אברהם אלעזר פאשקוס איז געוועהן תלמיד מרן ה"כתב סופר" נפטר בתרמ"ד
דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.
הג"ר שמעון איז שוין יא געוועהן א תלמיד נאך פון מרן החת"ס. אינטערעסאנט צו באמערקן אז הג"ר שמעון איז אוועקגעגאנגען פון זיין פריערדיגן רבנות אמט צוליב וואס זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צום טיילונג, און דא איז נעבעך זיין איידעם צום סוף געווארן רב"ד ביי די ניאולוגען אין פעסט.
מער איבער דעם פולמוס וועט אי"ה נאכפאלגן ווען כ'על אפיר זוכען מיין קונטרס.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן: אידעלעך האבן זיך באזעצט און דעם געגנט לכאורה סוף יארן שנות ת׳ ביז עס האט זיך אטוויקעלט א קהלה מיט אירע צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת״ק. סוף ת״ק יארן איז געווען א רב ר׳ יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון חת״ם סופר און בזמנו האט מען געמאכט דעם תקנת הקהלה אויף וואס דער דין תורה האט זיך באצויגען 60 70 יארן שפעטער. אזוי האט זיך די קהלה געפירט צענדליגער יארן ווי אלע אנדערע שטעטעלעך מיט רבנים גרעסערע און קלענערע על מי מנוחות. א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.
איך'על אביסל צולייגן איבער דעם ערשטן תקופה כפי מיטב יכולתי עד שידי מגעת.
א) רבה הראשון של גאלאנטא- האב איך געזעהן צוברענגן איז געוועהן הג"מ יצחק זאב דוכסוואס בחייו איז געבויעט געווארן די ערשטע בית הכנסת
ב) בשנת תקל"ה- איז אויפגענומען געווארן הג"ר יואל ג-טליעב. הג"ר איז נפטר געווארן ז' אדר תקנ"ו
ג) איז אויפגענומען געווארן הג"ר יודא ליב טעלטש - טויבער. זיין אייניקל הג"ר איסרל טויבער דיין בעיר חדש פארציילט אין מקור ישראל תולדות אויף תרומת הדשן. אז הג"ר מרדכי בנעט האט זיך געווערטלט אז ווען די כסא הרבנות פון רב המדינה במעהרין און ניקלסבורג איז געוועהן ליידיג האט מיין מלאך אין הג"ר לייב טעלסט'ס מלאך געשתדלט אויבן. אבער ר' לייב'ס מלאך האט געשטאמלט און אנשטאט בעטן ער זאל ווערן די "לאנד רב" (רב המדינה) האט ער בטעות געזאגט "גאלאנד רב".
געוועהן א תלמיד מובהק פון הג"ר זרח איידליץ ראב"ד פראג און האט געגעבען א נאמען זיין זוהן נאך איהם הג"ר זרח טויבער דיין בגאלאנטא ואבי הג"ר איסר הנ"ל תלמיד מרן החת"ס. הג"ר זרח איידליץ האט זיך אויסגעדרוקט אויף איהם בלשונו: ארי' שאג מי לא ירא
ער איז געוועהן אן איידעם ביי זיין ברודער ר' שלמה טעלטש (וועלכער איז אגב געוועהן די שווער פון ר' בער אפנהיימער
איבער זיין פטירה ווערט פארציילט א שוידערליכע עובדא. ער האט זיך געהאלטן אינמיטן מפלפל זיין בסגל חבורת תלמידי חכמים ביי די טיר פון זיין הויז. און אזוי פארטוהן אין די לערנען האט ער נישט באמערקט ווי עס דרייט זיך דארט א ווילדער אקס וועלכע האט איהם ל"ע מנגח געוועהן בקרניו פון וואס ער איז נפטר געווארן עטליכע טעג דערויף פון די וואונדען כ"א חשון תק"ץ.
ד) דעמאלס האט מען אויפגענומען הג"ר יצחק ליב וואלנער נפטר י"ד סיון תר"ט.
ה) דערנאך איז געקומען הג"ר מנחם דייטשוואס מיר האבן שוין דערמאנט אויבן. אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פאטער פון שפעטערדיגן גאלאנטע רב הגאון מהרי"ץ דושינסקיא, הרבני ר' ישראל ז"ל, האט געלערנט א תקופה ביי דעם הג"ר מנחם דייטש אין גאלאנטא.
ו) בשנת תרי"זאיז געווארן די רב אין גאלנטא הגאון ר' אהרן אלעזר פאשקוסהנ"ל ועי' ב שו"ת שואל ומשיב מהדורא תנינא ח"ג סי' מ"ד וז"ל: מכתבו הגיעני יום ג' ויצא ה' כסלו שנת תרי"ז והנה אברך אותו ברכת מזל טוב שנתקבל לאב"ד ור"מ בקהלה מפוארה. עכ"ל
ז) דערנאך איז געקומען הג"ר שמעון פרידמאןהנ"ל וואס איבער זיין איידעם האט זיך געטוהן די גאנצע דין תורה.
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
קודם א גרויסן יישר כח פאר דיינע הערות און יעצט אביסל צוריק צום ענין. קודם אביסל געאגראפיא פונעם געגנט ארום. גאלאנטא איז אביסל דרום מזרח פון פרעשבורג און מער צו מזרח פון שטאט עטליכע מייל איז דא א טייכל מיט דעם אונגארישן נאמען וואג און סלאוואקיש וואה. ארום דעם טייך איז דא פארשידענע שטעטלעך און דערפלעך אינעם געגנט ארום טאפאלטשאן, נייהייזל אא״ו. ביים וואג איז דא צוויי דערפלעך אויף דער זייט פון גאלאנטא הייסט דער שטעטעלע שאלא און אויף אונגאריש וואגשאללא (אזוי ווי דונא סערדהעל וואס ליגט ביים דונא און באדראג קערעסטיר וואס ליגט אויף דעם באדראג) און אויף די אנדערע זייט איז דער שטעטעלע וועטש ווי ר׳ בענדיט ליכטנשטיין אבי ר׳ הלל האט געוואוינט. אויף די זעלבע זייט וואסער פון וועטש ארויף צו צפון איז נייטרא וואו אידן האבןגעוואוינט הונדערטע יארן און אויף דרום מזרח נישט צו ווייט איז שוראני (שוראן) ווי דער הייליגער ליקוטי חבר בן חיים און דערנאך ר׳ יהודה גרינוואלד שפעטער אב״ד סאטמאר איז געווען רב.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
יעצט אביסל צוריק צום ענין. ר׳ הלל קאלאמייער איז געבוירן אין וועטש צו זיין טאטן ר׳ ברוך בענדיט וועלכער איז געווען דער דארטיגער דיין. נאכן לערנען ביים חת״ס עטליכע יאר האט ער חתונה געהאט אין גאלאנטא שנת תקצ״ז מיט זיין ערשטע רביצין שרל (שרה) וועלכער איז געווען א טאכטער פון איינע פון די נגידי העיר און ר׳ הלל האט דאן געוואינט אין גאלאנטא פאר דרייצן יאר. נאך דרייצן יאר לערך שנת תר״י ווען ער האט מער נישט באקומען קעסט פון זיין שווער האט ער געמוזט טרעפן פרנסה ביז ער האט אנגענומעןזיין ערשטע רבנות פאסטן אין א אנדערע שטאט . זיין שווער האט געהאט נאך אן איידעם מיטן נאמען זעליג צבי פישהאף וועלכער איז געווען אן אומעמטליכער דיין אין שטאט. עס איז דא פארשידענע פרטים איבער דעם שווער זייערען אין זיין משפחה וואס איז אביסל שווער פעסטצושטעלן אויבן אויף ואדרבה אויב מען קען פעסטשטעלן מיט מקורות איז אודאי גוט. ר׳ הלל אליין אין הקדמה צו זיינע ספרים באשרייבט ער זיין ערשטע שווער אין שוויגער אלס ר׳ דוד קלמס און רייזל. דער חת״ס אין א בריעף ווי אויך ר׳ הלל שרייבן אים אויך אלס דוד בן קלונימוס וואס איז לכאורה די מקור פון די לעצטע נאמען קלמס. אין בית יוסף להבה דערמאנט ער אים אלס דוד קלונימוס קאליש וואס איז היינו הך נאר ארויסגעפאלן די מם.
- ביקסאד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע:נעבן סאטמאר
Gevald Geshrigen האט געשריבן: די היסטאריע פון דעם שטאט גאלאנטע קען מען אריינלייגן בדרך כלל אין דריי קאטאגאריעס. א׳ פון די התייסדות הקהלה ביז לערך שנת תרנ״א. ב׳ בערך שנת תרנ״ה און ווייטער וואס ר׳ יוסף צבי דושינסקי זצ״ל איז געווען רב בערך 25 יאר. ג׳ פון בערך שנת תרפ״א ביז די מלחמה וואס הגה״ק ר׳ יהושע בוקסבוים זצ״ל הי״ד איז געווען רב און ראש ישיבה. מען האט אוודאי באמערקט אז איך האב אויסגעלאזט אפאר יאר אנפאנג תר״ן יארן וואס איז נישט קיין טעות צוליב די מחלוקת איבער די רבנות. ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.
ווער און וועלכע קהלה האט אויף גענומען רבי בנימין זיידל אלס רב תרס"א ולאחר פטירתו בנו רבי שלום דוב אשר אלס מ"מ ?
ועמך כולם צדיקים
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
אין ספר מכתב מאליהו מהגאון מווילנא געדרוקט אין פראג שנת תקע״א און תקע״ד ביי די פרענומעראנטן פון גאלאנטא ווערט דערמאנט הנגיד ר׳ דוד קאליש ובנו איצק, משה און נתן. אין מאטריקל פון גאלאנטא פון שנת תר״י ווערט דערמאנט פון די משפחה אן איצק קאליש בן דוד און א נתן בן דוד און ווי אויך עטליכע פון זייערע קינדער. אויב איז דער דוד געווען ר׳ הלל׳ס שווער וואס עס קוקט אויס אזוי פון פארשידענע מקורות אבער וואס איז נישט הונדערט פראצענט ע״ך ווער עס האט פרטים וועגן דעם דוד נא ונא לפרסמו. די נעקסטע תגובה איז א לינק צו חלקים פון די גאלאנטא מאטריקאלן וואס איז אוועלעיבל אויף דעם הייליגען אינטערנעט.
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
א גאנץ אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט אינעם מאטריקל אז אין די יארן פון סוף שנות ת״ק התחלת ת״ר יארן זענען פארשידענע געבורטן פון גאלאנטא לחלקם רעקארדירט אינעם מאטריקל פון וועטש און שאלא וועלכע איז אינעם געגנט ווי פריער דערמאנט. קהילות וועטש און שאלא זענען אלץ געווען איינס און ביז תרפ״ב האט דער רב געוואוינט אין וועטש ווי עס האבן משמש געווען דאכט זיך ר׳ זעליגמאן, ר׳ נתן מיללער און דער לעצטער רב איז געווען ר׳ מרדכי דאנציג און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען ר׳ מרדכי שטראסער הי״ד און איז שוין געווען רב אין שאלא עד עלות הכורת ימ״ש בשנת תש״ד.
יוראפ האט געשריבן: הג"ר ברוך בענדיט ליכטנשטיין זצ"ל טאטע פון הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זצ"ל איז אויך געווען רבאין וועטש
און זיין טאטע רבי שלמה זלמן איז געווען דיין אין וועטש
ר' בענדיט איז געווען 'דיין' און גבאי צדקה אין וועטש, כמבואר בפנים אשכול על משפחת ל"ש במערכת עהצועה"ח, וחרתו על מצבתו 'ברוך דיין האמת' עיי"ש
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע:על אדמת נכר
מיללער האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: הג"ר ברוך בענדיט ליכטנשטיין זצ"ל טאטע פון הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זצ"ל איז אויך געווען רבאין וועטש
און זיין טאטע רבי שלמה זלמן איז געווען דיין אין וועטש
ר' בענדיט איז געווען 'דיין' און גבאי צדקה אין וועטש, כמבואר בפנים אשכול על משפחת ל"ש במערכת עהצועה"ח, וחרתו על מצבתו 'ברוך דיין האמת' עיי"ש
ער ליגט אין וועטש?
Gevald Geshrigen האט געשריבן: א גאנץ אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט אינעם מאטריקל אז אין די יארן פון סוף שנות ת״ק התחלת ת״ר יארן זענען פארשידענע געבורטן פון גאלאנטא לחלקם רעקארדירט אינעם מאטריקל פון וועטש און שאלא וועלכע איז אינעם געגנט ווי פריער דערמאנט. קהילות וועטש און שאלא זענען אלץ געווען איינס און ביז תרפ״ב האט דער רב געוואוינט אין וועטש ווי עס האבן משמש געווען דאכט זיך ר׳ זעליגמאן, ר׳ נתן מיללער און דער לעצטער רב איז געווען ר׳ מרדכי דאנציג און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען ר׳ מרדכי שטראסער הי״ד און איז שוין געווען רב אין שאלא עד עלות הכורת ימ״ש בשנת תש״ד.
דו דערמאנסט שאלא. מיינסטו נאדי-שאללא?
ר' נתן מילער איז דער וואס איז געווען רב אין סעטשין?
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
ללמוד וללמד האט געשריבן:Gevald Geshrigen האט געשריבן:
א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב
הג"ר מנחם דייטש איז געוועהן "נכד בעל אהל דוד" אב"ד ניישטאט וואס האט נישט קיין שייכות מיט הג"ר אהרן דוד דייטש בעל גורן דוד.
און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל.
הג"ר אברהם אלעזר פאשקוס איז געוועהן תלמיד מרן ה"כתב סופר" נפטר בתרמ"ד
דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.
הג"ר שמעון איז שוין יא געוועהן א תלמיד נאך פון מרן החת"ס. אינטערעסאנט צו באמערקן אז הג"ר שמעון איז אוועקגעגאנגען פון זיין פריערדיגן רבנות אמט צוליב וואס זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צום טיילונג, און דא איז נעבעך זיין איידעם צום סוף געווארן רב"ד ביי די ניאולוגען אין פעסט.
מער איבער דעם פולמוס וועט אי"ה נאכפאלגן ווען כ'על אפיר זוכען מיין קונטרס.
נישט רבי אברהם אלעזר נאר רבי אהרן אלעזר