אט טאקע דאס איז די עצה, אריינצורופן צו די או-יו און דערגיין פון זיי פונקטליך צו ס'איז יא אויף מיין סטענדערד אדער נישט.
די או-יו איז זייער אפען מיט זייערע סטאנדארטן און זיי זוכן בכלל נישט צו באהאלטן וואס זיי זענען יא מחמיר און וואס נישט, און ווען מען רופט זיי אן וועלן זיי דיר זייער גערן זאגן צו ס'איז פאר דיר אדער נישט. (הלוואי בייַ די היימישע אזוי)
וואס עס איז אבער נישט ריכטיג, איז צו סתם צו מאכן א בלענקעט רול אז וויבאלד די או-יו האט דאך אזא גוטן סיסטעם אין פלאץ פאר זייערע הכשרים מילא קען איך מיך פארלאזן אויף זייער סימבאל פאר אלץ און פאר אלעמען.
דאס איז זייער זייער ראונג!
ווייל זיי האבן א געוואלד מיט קולות וואס זיי זענען זיך סומך אויף, וואס זיי אליינס זאגן אז זיי טוען עס נאר ממש בדיעבד ובלית ברירה און אדרבה פרעגטס זיי אליינס, זיי וועלן דיר אליינס זאגן זיך נישט צו פארלאזן דערויף.
(דרך אגב האב איך געזעהן נישט לאנג צוריק עפעס א שמועס פון עטליכע ליטווישע אידן איבער די או-יו, האבן זיי געטענהט אז די לעוועל פון די או-יו איז בכלל נישט אויף א געהעריגן פולן ארטאדאקסישן לעוועל, נאר מער נענטער צו די מאדערן ארטאדאקס - יעשיווע יוניווערסיטי קרייז, אוו אז ווען די אלגעמיינע פרומע וועלט זאל ווען זיין באקאנט מיט די ריכטיגע קאלירן זייערע וואלט שוין לאנג געווען א אויפוואכונג תמיד ביים אלגעמיינע אמעריקאנער עולם פאר בעסערע כשרות סטאנדארטן)
בדרך כלל ידועים מה שהם נוטים להקל, כגון חלב סתם, ועוד דברים,
אבל שאר קולות כמו בטל בשישים או הפסד מרובה או צרכי רבים ושבת, לא שונים באופן עקרוני להשגחת שלנו