Re: ואיש יחד פני רעהו - חידוד בתורה
אויב איך מעג דיסעגריען מיט ביידע פון אייך.ממוצע האט געשריבן:כ'האב גערעדט פון בלומען וואס מ'שניידט כדי ס'זאל אריינפיטן אין א וואזע.הר ההר האט געשריבן:פאדעם נישט ווייל דאס האט א ספיציעלער שערל. (sewing scissors)
בלומען, איז נישט קיין גוף אחד? (קיין מחתך במדה איז עס אויך נישט)
אבער אזוי צו אזוי איז עס געמאכט פאר אלעמען און אלעס, לאו דוקא די זאכן, נאר היתר צו איסור צוגלייך.
א דזשילעט איז נישט קיין מקלקל.
פאדעם נישט? (ביי מיר אין שטוב נוצט מען א שערל אויף צו נייען. קען זיין נאר קליידער?)
אויב ס'איז געמאכט פאר אלעם, דארף מען קוקן אויף 'רוב'.
דזשילעט איז אויפצופליקן זאכן. דהיינו מקלקל. אבער ס'איז אמת אז מתקן מנא קען אויך זיין אסאך מאל. איך טראכט נאר אז ס'איז מער מקלקל.
קודם @ הר ההר, דאס אז פאדעם האט אויך א ספעציעלער שערל, מאכט נישט סתם א שערל אויס מוקצה, עס מאכט נאר יענע א מוקצה מחמת חיסרון כיס.
און יעצט @ממוצע, דאס אז א דזילעט איז אויצופליקען, איז נישט קיין מקלקל. און ווי אויך איז בכלל נישט נוגע אין דיני מוקצה אויב עס איז מקלקל אדער מתקן, נאר אויב טוט מען מיט דעם א דבר האסור, איז דאס כלי שמלאכתו לאיסור, און אויב טוט מען א דבר היתר איז דאס מלאכתו להיתר.
אבער לעניית דעתי, איז א שערל בכלל נישט קיין כלי שמלאכתו לאיסור. 1) ווייל רוב השתמשת איז נישט איסור. 2) אפי' די השתמשות לאיסור איז אויך נישט באמת אסור, לדוגמא אויפ שניידן די באקס פון די גראסערי ארדער, שניידען א שטיקעל טעיפ, (יכול להיות אז אפי' אויב קינדער נוצען עס פאר ארט ענד קרעפט איז אויך נישט קיין פראבלעם)