אריינברענגן א נפטר אין בית מדרש

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אוהב ספרים האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: א ליסטע פון די נפטרים וואס מ'האט אריינגעטראגן אינעווייניג אין סאטמאר שוהל:
רבנים:
הגה"צ אב"ד שארמאש זצ"ל
הגה"צ אב"ד וואידיסלב זצ"ל
הגה"צ ר' שמעון זאב מילער מאראד זצ"ל (אין אברכים ביהמ"ד)
הגה"צ ר' רפאל זילבער מפריימאן זצ"ל
הגה"צ ר' משה יאזעפאוויטש זצ"ל

אנשים חשובים:
ר' יחזקאל שמש ז"ל הי"ד
ר' יודל ראזענבערג ז"ל
ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל
ר' סענדר דייטש ז"ל
ר' יעקב כהנא ז"ל


אפשר ברענגסטו די רשימה פון דיינים וועם מען האט געפרעגט אין זייער ביאור הלכה



איך ווייס נישט צי די ביסט אויף א מישאן דא, באט אזוי מען געטוען פיל מאל און אין פיל קהילות קדושות, און איך זעה נישט פארוואס מען מוז זיך יעצט אראפלאזען צו דיר, און זיך לאזן פארהערן וועלכער דיין האט עס מתיר געווען.
.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

יציב פתגם האט געשריבן: דיין שאלה איז אויך אקטועל אויף די הונדערטער אפשר טויזענטער רבנים במשך הדורות וואס זייערע לויה איז אדורכגעפירט געווארן אין זייערע איינגענע בתי מדרשים?

אויף א אב"ד בבית מדרשו וכן הרבנית כבר דשו ביה רבים ולא נימא ביה מילתא
וגם לא נדבר כעת על חכם גדול ורבנים מפורסמים וכו'

אבל על אישים חשובים ככל שיהיו, על זה הדיון
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: א ליסטע פון די נפטרים וואס מ'האט אריינגעטראגן אינעווייניג אין סאטמאר שוהל:
רבנים:
הגה"צ אב"ד שארמאש זצ"ל
הגה"צ אב"ד וואידיסלב זצ"ל
הגה"צ ר' שמעון זאב מילער מאראד זצ"ל (אין אברכים ביהמ"ד)
הגה"צ ר' רפאל זילבער מפריימאן זצ"ל
הגה"צ ר' משה יאזעפאוויטש זצ"ל

אנשים חשובים:
ר' יחזקאל שמש ז"ל הי"ד
ר' יודל ראזענבערג ז"ל
ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל
ר' סענדר דייטש ז"ל
ר' יעקב כהנא ז"ל


אפשר ברענגסטו די רשימה פון דיינים וועם מען האט געפרעגט אין זייער ביאור הלכה



איך ווייס נישט צי די ביסט אויף א מישאן דא, באט אזוי מען געטוען פיל מאל און אין פיל קהילות קדושות, און איך זעה נישט פארוואס מען מוז זיך יעצט אראפלאזען צו דיר, און זיך לאזן פארהערן וועלכער דיין האט עס מתיר געווען.


אלד ביסט נישט מחויב צו ענפערען, איך מעג פרעגען

אבער אז די קענסט, אבער נאר אז די קענסט, רעכען אויס נאך איטליכע קהלות וואס האבין אזוי געטוען
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אויב סאיז דא מיט וועם צו רעדן בכלל, די האסט אויפגעשפרינגען מיט א טענה מ'טאר נישט, בשעתו האסטו קיין טעם און קיין מקור נישט געוויסט, איך האב דיר גלייך געזאגט מדין קדושת בית הכנסת, סא אונזערע שוהלען ווערן נישט געהאלטן בקדושת בית הכנסת איז עס אירעלעווענט, איך האב דיר אויך שוין געשריבן ר' הירש ליפשיץ די ווינער ראש הקהל האט מען אויך אריינגעברענגט אין ווינער בית הכנסת, בפני המרא דאתרא ווינער רב שליט"א, און אויב ס'איז נאך דא א אמתר בית הכנסת אין אמעריקא איז עס וויען, סא אויזער סאטמאר האט מען עס געטוען און אנדערע פלעצער אויף אנדערע אופנים, און בכלליות א זאך וואס איז געטוען געווארן ברבים בפני דיינים ורבנים כמה פעמים פאסט נישט זיך אזוי אויפצורייסן.
.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שעפעלע טייערער, איך האב געשריבען אויבען אז די הלכה איז די זעלבע סיי ביי א בית הכנסת און סיי ביי א בית המדרש, וכמבואר בפירוש בחיי אדם, קענסט ווייטער שרייען ווין בית הכנסת וכו'

נישט יעדע זאך וואס ראשי קהלה טוען איז געדעקט, און אפילו אין א ק"ק ווי סאטמאר און וויען
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוהב ספרים האט געשריבן: שעפעלע טייערער, איך האב געשריבען אויבען אז די הלכה איז די זעלבע סיי ביי א בית הכנסת און סיי ביי א בית המדרש, וכמבואר בפירוש בחיי אדם, קענסט ווייטער שרייען ווין בית הכנסת וכו'
נישט יעדע זאך וואס ראשי קהלה טוען איז געדעקט, און אפילו אין א ק"ק ווי סאטמאר און וויען

נישט אריינגייענדיג אין דער הלכה'דיגער טענה'עריי האסטו אבער פארגעסן איינער פון דיינע שאלות וואס דו האסט געפרעגט אין צוויי תגובות בעפאר, וואס אויף דעם האט ער פיין געענפערט אז אין ווין האט מען עס געטון.
אוהב ספרים האט געשריבן: ...אבער אז די קענסט, אבער נאר אז די קענסט, רעכען אויס נאך איטליכע קהלות וואס האבין אזוי געטוען
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אלדי קאלם דאון, און חז"ל געפונען מיר פארט אז 'מעשה אינו ראי', אונז האמיר א שולחן ערוך (אקעי אין דעם פאל אפשר נישט ממש שולחן ערוך נאר אנדערע פוסקים) און יעדער מעג פראבירן צו פארשטיין ווען עפעס ווערט געטון אנדערש ווי דארט שטייט, ווען איינער - ווי גרויס ער זאל נישט זיין - טוט שלא כהלכה דארף ער דאס מסביר זיין נישט פארקערט, ס'בעיסיקלי א קשי' נישט קיין תי' (במאמר המוסגר כ'מיין אז אסאך פון די שוואכקייטן אפי' למשל ל"ה וכדו' ביי אונז חסידים קען געגעבן ווערן קרעדיט דעם פאלשן סטעיטמענט 'ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען').

די תוה"ק איז תורת אמת און אפי' אויב און ווען א גדול בישראל טוט עפעס וואס איז אויבנאויף אנדערש איז טעמו ונימוקו עמו, דאס מיינט נישט אז ווער ס'וויל קען עס נאכטון דזשאסט סאו (למשל דאס שפעט דאווענען פון סאטמאר רבי'ן זי"ע, וואס ער האט אליינס געפייערט ווען איינער האט פראבירט דאס צו טון) ואכמ"ל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוהב ספרים האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
דיין שאלה איז אויך אקטועל אויף די הונדערטער אפשר טויזענטער רבנים במשך הדורות וואס זייערע לויה איז אדורכגעפירט געווארן אין זייערע איינגענע בתי מדרשים?
אויף א אב"ד בבית מדרשו וכן הרבנית כבר דשו ביה רבים ולא נימא ביה מילתא
וגם לא נדבר כעת על חכם גדול ורבנים מפורסמים וכו'

אבל על אישים חשובים ככל שיהיו, על זה הדיון
אבטל את דעתי מפני גדולים ובעלי הוראה שלא הגעתי לקרסולי רגליהם אבל אכתוב לשם הדיון בעלמא, וכל פטפוטי דאורייתא טבין.

חכם במקום שדרש איז א לשון המחבר :
חכם ואלוף וגאון מכניסין אותו לבית המדרש ומניחין המטה במקום שהיה דורש וסופדין אותו שם
אנשי שם שמשים גבאים וראשי קהילה ששמם הולך לפניהם קאן מען אפשר צושטעלן.

אינדערהיים איז מען עקסטער שטרענג געוועזן אויף דעם צוליעב מנהג המתחדשים שנהגו כן כדי להתדמות לעכו"ם, דאהי אין אמעריקא האבן די ערליכע רבנים מוחה געוועזן ווען דער פוקר ומחטיא את הרבים וואס האט מיליאנען אידן אפגעפירט פון אידישן וועג אייזיק מאיר ווייס שר"י האט אריינגעפירט זיין פדן תורין ביי איר באגרעבעניש צערעמאניע אין זיין אזויגערופענע שול אריין .
Capture.PNG
Capture.PNG (58.29 KiB) געזען 72 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

פארשלאפען קוק אין די ווערטער פון חיי אדם ביים גר"א וואס זענען מרפסין איגרא, האט נישט קיין שייכות מיט התדמות לעכו"ם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אהובי ידידי, זיי מוחל זיי מדייק במה שכתבתי, להתדמות לעכו"ם האב איך געשריבן ביי די חלק המציאות און נישט ביי די חלק ההלכה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שו"ת וזאת ליהודה יורה דעה סימן כח

ועל דבר שנהגו מחדש בבית הכנסת הגדולה הנבנית מחדש להכניס לבית הכנסת עצמה ארונו של מת אם הוא איש מכובד ולהספידו שם, הנני מבאר לרו"ם הי"ו כי לא נכון הדבר לעשות כן.

ועיין שם שהאריך בדבר וכן בסימן ל-לב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אם זכורני אינו מטעה, שרייבט ער דארט אז כבר נהגו כן בסאטמאר, טאקע א שטארקע ראיה, ודפח"ח
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוהב ספרים האט געשריבן: אם זכורני אינו מטעה, שרייבט ער דארט אז כבר נהגו כן בסאטמאר, טאקע א שטארקע ראיה, ודפח"ח

נאט אייך מתק לשונו , לאחר דיון ארוך בפוסקים:

וכן הגה״צ מצעהלים התיר להכניס אנשים חשובים מסויימים לבית המדרש, וכן נהגו בקהלות סאטמאר באבוב וקלויזענבורג, וכן בא״י הכניסו רמי״ם ומשגיחים לבית המדרש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

farshlufen האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן: אם זכורני אינו מטעה, שרייבט ער דארט אז כבר נהגו כן בסאטמאר, טאקע א שטארקע ראיה, ודפח"ח

נאט אייך מתק לשונו , לאחר דיון ארוך בפוסקים:

וכן הגה״צ מצעהלים התיר להכניס אנשים חשובים מסויימים לבית המדרש, וכן נהגו בקהלות סאטמאר באבוב וקלויזענבורג, וכן בא״י הכניסו רמי״ם ומשגיחים לבית המדרש.


רמים ומשגיחים איז נישט קיין ראיה לדידן, כי יכול להיות שנכנס בכלל של חכם בבית מדרשו וכו'

נהגו בקהלות סאטמאר באבוב וקלז"ב על זה אנו דנין.....

הגה"צ מצעהלים איז א מקור, דארף מען זעהן די מציאות אם באמת קרה

הגה"צ מפאפא אסר, וכמדומה ששם הביאו גם
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע:אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

ביי הרבנית פעסיל לאה ע"ה האט אדמו"ר מהר"א שליט"א נישט געלאזט אריינטראגן אין ביהמ"ד מאכן די לויה טראץ די ביטערע היצן דאן
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

עבד מלך כמלך (שבועות מז ב). עפי״ז נהגו להקל.

ועוד גם הרב עזריאל היה דורש באותו מקום כמה פעמים דרשות ושליחויות נחוצות מאת רבינו זי״ע
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מ'האט יעצט אריינגעפירט די ארון אין ביהמ"ד
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נא_שכל האט געשריבן: עבד מלך כמלך (שבועות מז ב). עפי״ז נהגו להקל.


און ואס טוט זיך מיט אשת חבר כחבר?
נאר איך מיין אז די חילוק איז, ביי פרויען איז עס הארבער

למעשה איז א שטארקע ראי' ווען מ'האט אריינגעברענגט ר' יודל רז"ב ר' סענדר דייטש און ר' לייבוש לעפקאוויטש אין ביהמ"ד, ס'איז נאך נישט געווען קיין פאליטיק דאן אז מ'זאל זאגן אז צוליב דעם האט מען עס געטון, איז עס לכאורה א מעשה רב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך מיין אז אין שלחן ערוך במקומו ווערט גערעדט פון אשת ת"ח
.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

ס'איז העכסט נאריש און קינדיש יעדעס מאל ביי יעדן "מצב" נפטר זיך נאכאמאל צו טענה'ען איבער יא אדער נישט אריינטראגן דעם ארון אין ביהמ"ד.

מ'דארף זען די "מקורות" אין שולחן ערוך, אלעס טרוקענע הלכות באין חולק.

שו"ע יורה דעה סי' שד"מ.
חיוב ההספד וגודל שכרו, וכיצד ועל מי מספידין.


אריינטראגן אין ביהמ"ד:


סעיף יט:
מספידין תלמידי חכמים ונשותיהם בבית הכנסת ובבית המדרש, אבל לא שאר העם.

סעיף כ:
חכם ואלוף וגאון, מכניסין אותו לבית המדרש, ומניחין המטה במקום שהיה דורש, וסופדין אותו שם

( "אבל לא שאר העם", זאגט נישט דער רמ"א לאפוקי גבאי, משב"ק, ראה"ק, מנהל הקעמפ וכו').

כמובן איז אין דעם נישט נכלל דוקא דער רב/גאון/פוסק/ראש ישיבה פון דעם ספעציפישן ביהמ"ד, נאר א גאון וגדול מפורסם א שטייגער ווי קאפיש/שארמאש/לאנדסבערג וכו', איז אויך אין דעם כלל.

בנוגע די "נשותיהם" של ת"ח, איז אבער געווען דער מנהג בית סיגוט סאטמאר, ביי די "נשותיהם" פון ישמח משה, רא"נ, ייטב לב, קדושת יו"ט, עצי חיים, דבר"י/ויוא"מ בזוו"ר, ברך משה זי"ע, אז מ'האט נישט אריינגעטראגן.

ביי אשת חבר פון רביה"ק זי"ע בזוו"ש, איז דער ברך משה שוין נישט געווען ביי די כוחות צו פאסן החלטות. ווי עס געדענקט זיך גוט, אז ווען ער איז נאך געזיצן ביי שלש סעודות יענעם שבת פר' בהעלותך תשס"א אין ביהמ"ד הגדול ראדני סט. און נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו וויסן פון איר פטירה, איז שוין געשטאנען אויפן צעטיל ביים טיר איבער די לוי'.

ביי ר' לייבוש לעפקאוויטש און ר' סענדער דייטש ע"ה האט מען אריינגעטראגן, און ס'האט דעם ברך משה געפערליך פארדראסן, האט ער באפוילן קהל אז מ'זאל מאכן אן החלטה אז מער טראגט מען קיינעם קיינעם נישט אריין אין ביהמ"ד.

אויף דעם פראטאקאל פון קהל נאך די פטירה פון ר' סענדר, אלול תשנ"ח, וואו מ'האט אויך אויפגענומען זיינע נאכפאלגער, שטייט קלאר אין ערשטן סעיף אז וויבאלד מ'האט עובר געווען אויף די הלכה דורך אריינטראגן נפטרים אין ביהמ"ד ממער ווי ערלויבט מדינא, מאכט מען יעצט א באשלוס אז מער טראגט מען קיינעם נישט אריין.

(די פראטאקאל פון קהל איז געווען שטארק מפורסם)


יעצט איבער מבטל זיין פארטאגס סדר הלימודים פון תינוקות של בית רבן ובחורי חמד:

סעיף יח: חכם שמת, בית מדרשו בטל, שסופדין אותו כל שבעה. אבל שאר מדרשות, עוסקין בתורה אפילו בשעת הספד... אב בית דין שמת כל מדרשות שבעיר בטלין... נשיא שמת כל בתי מדרשות שבכל מקום שמספידין אותו בטלים...

בקיצור:
חכם שמת - איז בלויז בית מדרשו בטל, זיינע תלמידים און חסידים.
אב"ד שמת - א שטאטס רב, איז כל מדרשות שבעיר בטלין.
נשיא שמת - א שטייגער ווי א גדול הדור, איז כל בתי מדרשות שבכל מקום שמספידין אותו בטלים.

און א גבאי?
לכאורה ליגט דאס אין דעם המשך פון לשון השו"ע "אבל שאר מדרשות עוסקין בתורה אפילו בשעת הספד",
ולא תהא כהנת כפונדקת, אז כבוד "משמש תלמיד חכם" זאל זיין גרעסער ווי א תלמיד חכם זעלבסט אויף וועמען מ'איז נישט מבטל נאר אין 'זיין' בית המדרש.

דאס זענען טרוקענע הלכות אין שו"ע אן קיין חולקים.

איידער מ'גייט ווייטער דן זיין איבער די נושא וואס איז שטארק נוגע צו "חסידות", דארף מען געדענקן די באקאנטע מימרא פון רבינו הק' זי"ע:
"א חסיד מיינט ווער ס'האט מסירות נפש אויף יעדן קוצו של יו"ד פון שו"ע".


יעצט קען מען ווייטער פירן דעם שמועס (אויב די הלכה קומט דא אריין אין בילד...)
לעצט פארראכטן דורך ישמחו אום מאנטאג מאי 19, 2014 11:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ישמחו האט געשריבן:
ביי ר' לייבוש לעפקאוויטש און ר' סענדער דייטש ע"ה האט מען אריינגעטראגן, און ס'האט דעם ברך משה געפערליך פארדראסן, האט ער באפוילן קהל אז מ'זאל מאכן אן החלטה אז מער טראגט מען קיינעם קיינעם נישט אריין אין ביהמ"ד.

אויף דעם פראטאקאל פון קהל נאך די פטירה פון ר' סענדר, אלול תשנ"ח, וואו מ'האט אויך אויפגענומען זיינע נאכפאלגער, שטייט קלאר אין ערשטן סעיף אז וויבאלד מ'האט עובר געווען אויף די הלכה דורך אריינטראגן נפטרים אין ביהמ"ד ממער ווי ערלויבט מדינא, מאכט מען יעצט א באשלוס אז מער טראגט מען קיינעם נישט אריין.

(די פראטאקאל פון קהל איז געווען שטארק מפורסם)



זייער אינטערעסאנט צו הערן, אפשר ברענגסטו א קאפי דערפון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

נא_שכל האט געשריבן: עבד מלך כמלך (שבועות מז ב). עפי״ז נהגו להקל.

ועוד גם הרב עזריאל היה דורש באותו מקום כמה פעמים דרשות ושליחויות נחוצות מאת רבינו זי״ע



עבד מלך מלך איז נישט קיין הלכה אויף טוישן עפעס, נאר א מאמר חז"ל וואס רש"י ברענגט כמ"פ, אלס חשיבות פארן פערזאן.

אפילו אויף אן אשת חבר וואס איז א ריכטיגע חיוב על פי דין, איז אויך באקאנט די תוספות אין מס' שבועות דף ל' ע"ב
שמא אין באשת חבר לאחר מיתה עשה דכבוד תורה עדיף.

אבער אויף אן עבד מלך זיכער נישט.

ר' עזריאל איז געווען אן איש חשוב בעד עצמו, אבער מ'דארף נישט מחדש זיין חידושים אין הלכה לאחר פטירתו.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

א בחור האט מיר אמאל געזאגט אז מ'מעג קוקן אויף א רביצין ווייל 'אשת חבר כחבר'...
האב איך אים געפרעגט 'קענסט דאך זאגן אשתו כגופו'. ע"כ.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

מען האט שוין ארויסגעטראגען!!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”