מילכיגער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן: מ'קען נישט מחולק זיין מיט אן אנגענומענע פאקט אלע דורות אז די תימנים זענען די קלארסטע מסרה
ביטע שיין, זו מנין לך?
איך האב דאס געטרונקען מיט די מאמעס מילך... אמת'דיג. יעצט איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געהערט אנדערש. ס'איז אייביג געווען ידוע זייער קראנטקייט. פאר לינקס צו ספרים ווי ס'שטייט אזוי וועל איך ווארטן אויף אנדערע.
לגבי תרגום איז פשוט מסתבר אויך אז דארט ווי ס'די איינציגע פלאץ ווי מ'לייענט הויעך תרגום איז זייער נוסח מער פארלעסליך און ווייניגער אויסגעשטעלט צו גרייזן. למשל ביי די יוצר נאך קדושה קען זיין זייער אסאך וועגן צו זאגן זאכן אבער וויבאלד יעדער זאגט דאס שטיל ווייסט מען נישט... אבער אז רביה"ק מסטאמאר האט געזאגט צוויי מאל יביא ביי ונתנה ווייסט יעדער...
אמת אז ביי די תימנ'ע האט זיך געהאלטן גאר אסאך זאכן מיט זייער א שטרעגנע מסורה אן קיים שינויים. אבער דוקא ביים תרגום הורע חזקתם.
די תימנים האבן גענוצט דעם ניקוד עליון ביז גאר שפעט, און ווען זיי האב געטוישט צום ניקוד תחתון איז שוין "לכאורה" נישט ביי זיי געווען די געוואלדיגע גרויסע גדולים וואס זאלן דאס קענען דורכפירן מיטן גאנצן שלימות (וצריכין לזה חכמה גדולה) [כמעט לא ידוע לנו מגדולי תימן מזמן הראשונים].
עכ"פ לגבי ניקוד התרגום איז ברור אז זיי האבן נישט די קראנסטעמהלך, שווער נאכצוגיין בלינדערהייט.