מה רבו מעשיך ה'

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יש הנאה האט געשריבן:
בסייעתא דשמיא
הערליך הערליך, א שלימות'דיגע ארבעט מיט אלע פיטשיווקעס, האסט מיר געמאכט א עונג יום טוב!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

יישר!
[quote="בערל קראקאווער"][/quote]
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

יעצט אנגעקומען צו ליינען פון די ארקע, נאך אזא ארטיקעל אזוי גיט ארויסגעברענגט שרייט זיך דעים מה רבו מעשיך השם!!
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

גא"מ
מוראדיג הנאה!
ייש"כ
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יכצט אנגעקומען צו ליינען פונעם ארקע.

דאס איז אן ערשט קלאסיגער ארטיקל! שטארק הנאה געהאט!

יישר כח!
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

Wow! Wow! אין נאכאמאל wow!

יעצט דורכגעליינט אין געקוקט די ווידיאס, כבין זיכער סאיז אריין א ים מיט ארקעס..כמיין…. ארבעט דא!

@יש הנאה קיפ איט אפ!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יש הנאה האט געשריבן:
.
בטעות געקליקט אויף די לינק אין דיין אונטערשריפט

א ריזיגן יישר כח. דאס איז אן אמת'ע מייסטער שטיק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
יצחק זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 9:45 pm
לאקאציע:דאי

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק זאב »

יש הנאה!!
כשמו כן הוא!
איך האב נישט קיין גוטע ליין פאר מיין אונטערשריפט, אבער א בילד האב איך יא א גוטע! כאפ א בליק!
פשוט שיין!
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

הערליך שפראך לאז!
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

הערליך שיין צאדאש....
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

זייער שיין און רייך שכח
אוועטאר
Yop
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 5:02 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yop »

יש הנאה האט געשריבן:
.
ישר כח געוואלדיג !
איין קלאץ קשיא ווער געט אכטונג די פאפלעישן פון די ארקעס זאלן נישט חרוב לייגן די וועלט ?...
איך פרעג ווייל איך וויל וויסן -אויב האסטו באוויליגט מיך צו ענטפערן ~ יישר כח פון פאראויס- אבער ביטע ציטיר מיך איך זאל וויסן פון דיין מוה...
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

@יש הנאה יעצט געליינט דעם ארקע ארטיקל איך זאג דיר ס׳איז עפעס הערליך הערליך שיין!!
א מעכטיגע טאלאנטפולע ארבעט!

מאך עס אפטער.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הענרי בענקער האט זיך צום וויפילטן מאל זיך געטוישט פאזיציע אויף זיין סחורה'נעם בענקל נישט וויסנדיג צו עס איז זיין מוח וואס פלאצט אדער גאר זיין זיץ פלייש וואס ער האט שוין פארלוירן אפאר שעה צוריק, וויפיל ער האט זיך פראגראמירט און וויפיל מען האט אים אנגעזאגט פאר זיין רייזע אז ער ברויך וויכטיג מיטנעמען אפאר 'באגאזשן מיט געדולד', האט גארנישט געהאלפן איצט…

זייענדיג א וויילדלייף פאטאגראפירער האט ער גוט געקענט מסכת סבלנות, ער האט גוט געוואוסט וואס מיינט אויפזוכן א באשעפעניש אין דזשאנגל, יא, ער האט שוין אנטדעקט גאר שטארקע קאמופלאזשירטע באשעפענישן, אבער אנדערש ווי אייביג איינמאל ער האט אנטדעקט דעם באשעפעניש איז די פילמען צייט געווען גרייט, אבער דא אין די פאנאמע טראפישע רעגן וועלדער נאכן טרעפן דעם באשעפעניש פאנגט זיך אן א צווייטע רונדע פון ווארטן צו אנטפלעקן צו דער באשעפעניש לעבט בכלל…
1.jpg
1.jpg (318.53 KiB) געזען 1409 מאל

הענרי האט זיך פארטראכט מעגליך מען ברויך אריינקריכן אין גאר אן אנדערע וועלט א רואיגער זארגלאזער שטייטער וועלט ווי יאגעניש האט קיינמאל עקזעסטירט און וועט קיינמאל עקזעסטירן נישט דא קיין וואו נישט דא פארוואס גארנישט איז נישט וויכטיג חוץ קלאצן…

היינט לאמיר זיך באקענען מיט די שטייטסטער פוילסטער און גאר אן אינטערעסאנטער שמייכלדיגער באשעפעניש; דער סלאָט!

בילד

דער סלאָט [פוילער - Sloth = פוילקייט, נאכגעלאזט, טרויעריג] איז אן אייגנארטיגער קליינער באשעפעניש ענליך צו א מאלפע, אבער פארשער האבן אפגעמאכט אז ער באלאנגט צו א פאמילע וואס הייסט 'זענאָרטרע' [Xenarthra] דארט ווי זיין ערשטער קאזין איז גאר דער 'מורישקע עסער' [Anteater] און דער 'אַרמעדיללאָ' [Armadillo], אלענפאלס דער קליינער באשעפעניש רוהט אויפן בוים הענגענדיג מיטן קאפ אראפ, אן קיין זארגן מיט זייער עסן הארט צו דער זייט, טרינקען דארף ער נישט, נאר איין זאך; שלאף…

בילד
דער מורישקע עסער - מערקט די לאנגע נעגל - ביים גיין וועט ער איינבייגן זיין האנט פלאך צוליב די לאנגע נעגל

בילד
א 'דריי געבויגענער ארמעדיללא' - מערקט די לאנגע נעגל - ביים קריכן וועט זיך הערן גערוישן פון די נעגל וואס האקט אויף דער ערד


עס זענען פארהאן זעקס סארטן סלאָטס צוטיילט אין צוויי גרופעס;
דריי-פינגער סלאָט [Three-toed sloth] דאס הייסט זייערע הענט שטעקן זיך ארויס דריי לאנגע פינגער-נעגל;
1. Brown-throated
2. Pale-throated
3. Maned
4. Pygmy

צוויי-פינגער סלאָט [Two-toed sloth] בלויז צוויי פינגער-נעגל שטעקן זיך ארויס פון זייערע הענט;
1. Linnaeus's
2. Hoffmann's

דער נאמען צוויי-פינגער סלאָט איז נישט ריכטיג זיי פארמאגן יא דריי פינגער נאר בלויז אויף צוויי פינגער וואקסן די נעגל וואס פון דארט קומט די נאמען, ביידע פון זיי האבן ביי די פיס דריי נעגל, [די נעגל פון די הענט און די פיס איז קריטיש וויכטיג פאר די לעבנשטייגער פונעם סלאָט ווי ערקלערט ווייטער]

בילד
א דריי-פינגער סלאָט

בילד
בילד פון א 'ליניאסעס' [Linnaeus's] צוויי-פינגער סלאָט, מערקט ווי ביי די פיס האבן זיי יא דריי פינגער-נעגל


מיר וועלן זיך בעיקר באציען צום מערסט באקאנטן סלאָט דער 'ברוינער-האלז סלאָט' [Brown-throated sloth - נאמען באקומען צוליב זיין נאנטער קוזין דער 'Pale-throated' - וואס האט מער א ליכטיגער-געלע האר ביים האלז] אבער בדרך כלל האבן אלע סארטן סלאָטס דאס זעלבער לעבנס שטייגער.

בילד
דער ברוינער-האלז סלאָט

דער ברוינער-האלז סלאָט איז א דריי-פינגער סלאָט, זיין גרויסקייט - סיי זכרים סיי נקיבות זענען זיבעצן ביז איין און דרייסיג אינטשעס לאנג, און א רעלאטיוו קליינער וויידל איינס ביז דריי אינטשעס די לענג, זייער וואג איז צווישן פינף און פערצן פונט אין דורכשניט איז זייער וואג אכט פונט, אלע פיר [הענט/פיס] האבן דריי פינגער וואס פארמאגן ביים ענדע פינגער לאנגע [רעלאטיוו] נעגל/קלאען, די פאדערשטע צוויי פיס/הענט זענען די נעגל דריי אינטשעס לאנג, און די צוויי הונטערשטע פיס איז זייער נעגל צוויי אינטשעס לאנג, זייער הענט וועט זיין דאפלט לענגער ווי די פיס, זייער האר איז אריגינעל ברוין, און א קליינע רינדעכיגער קאפ מיט מער א ליכטיגער קאליר און פון אונטער זיינע אויגן קומען ארויס שווארצע שטרייפן וואס ציען זיך אראפ צו די זייט פון זיין פנים [ענליך צום רעקאון], און איבער אלעם; א שיינעם צופרידענעם שמייכל! [פאקט; זיי פארמאגן נישט קיין מרה שחורה (gallbladder)]


ווי אלע אנדערע סלאָטס געפינט זיי זיך נאר אין די מערב וועלט, דרום אמעריקע אדער אין צענטראל אמעריקע, זייערע וואוין ערטער זענען אין די רעגן וועלדער און זייער שפייז איז בלעטער פון בוים, יא, בלויז בלעטער איז זייער הויפט דיעטע, דאס צו פארשטיין דארף מען כאפן א בליק טיפער אין זייער לעבנסשטייגער לאמיר אנפאנגען מיט זייער באוועגונג;

זיי באוועגן זיך גאר שטייט און פיל פארשער באצייכענען דעם סלאָט אלס א 'סלאו מאושען' [Slow motion] באשעפעניש, דאס מיינט אז זיי רירן זיך אזוי שטייט אז עס דוכט זיך אז איינער האט רעדוצירט דעם פוטעדזש און עס גייט יעצט נעמען עטליכע סקונדעס צו אויסשטרעקן זיין האנט, זייער שנעלסטע ספיד איז 0.17 מייל א שעה - וואס דאס איז בערך פופצן פיס אין איין מינוט, אבער אין אלגעמיין איז זייער ספיד נאך שטייטער, צוגלייכנדיג זיין שנעלסטן ספיד צו די שטייטסטער טשערעפּאַכע אויפן ערד קוגל איז דער סלאָט נאך שטייטער, דאס מיינט אז דער סלאָט וועט קיינמאל נישט קענען נאכיאגן א טשערעפאכע!

אויף דער ערד איז זיין ספיד אונטער צען פיס אין איין מינוט ער קריכט גאר שווער אויף די ערד זיינע לאנגע נעגל לאזן אים אפילו נישט אראפלייגן געהעריג זיינע הענט/פיס פלאך אויף די ערד, פילע סלאָטס ווערן אראפגעקלאפט אויפן שאסיי דורך פארבייפארנדע אויטאמאבילן וואס באמערקן קוים דעם שטייט קריכנדע באשעפעניש

בילד
א שילד וואס ווארענט איבער סלאָטס וואס גייען אריבער דעם שאסיי

בילד
סלאָטס זענען שווערע קריכער אויפן ערד פלאך

בילד
אפשר דאך א היטש?


וויילדלייף ארגענעזאציעס זענען פארנומען צו ארויפלייגן בריקן פון שטריק פאר אן אווערפּעסס, געצויגן פון איין בוים ביז אריבער דעם שאסיי צו א צווייטער בוים, אזוינע בריקן ווערן באטראכט אין די מאדערנע וועלט פאר א שטארקער געלונגענער פראיעקט , און טאקע סלאָטס באניצן זיך דערמיט (א לינק פון א מאפע וואס צייגט די שטריק-בריקן פאר סלאָטס.)

בילד
א סלאָט ביים גיין אויף א בריק-שטריק

פארשער טוען אנצייגן אז א גרויס חלק פון זיין שטייטער באוועגונג קומט פון זיין שוואכע זע קראפט, זיי האבן א געזונט-צושטאנד וואס רופט זיך 'מאַנאַקראָמעסי' [monochromacy] וואס באשטייט פון א מאנגל אין 'קאון צעלס' וואס דינט געווענליך צו זען קאלירן, ד.מ. אז סלאָטס זענען גענצליך קאליר-בלינד, צוגאב צו דעם איז זייער גאנצער זע קראפט גאר שוואך

אינמיטן טאג ווען די זון שיינט דירעקט, זענען זיי כמעט אינגאצען בלינד, אין די טונקל קענען זיי אויך נישט זען, דאס איז דער אורזאך פארוואס זיי רירן זיך אזוי שטייט ממש ווי דער בלינדער אין גאס וואס פראבירט צו שטעלן א פיס און טוט דאס גאר פאמעליך

ביים ארומקריכן פארלאזט זיך דער סלאָט אויף זיין שמעק טאלאנט און אויף זיין מוח צו געדענקן זיינע פלעצער אין זיין וואוינארט/טערעטאריע, כאטש זיין מוח הייסט נישט דאס שטערקסטער, און רעכענענדיג דעם גרויסקייט פון זיין מוח רעלאטיוו צו זיין קערפער איז דאס גאר קליין און דער סלאָט ווערט נישט באטראכט אלס אן אינטעליגענטער באשעפעניש און איז גאר שוואך אין 'פראבלעמען לעזונגען' דאך טוען פארשער אנצייגן אז די זאכן וואס ער דארף צום לעבן א שטייגער ווי געדענקן זיינע וועגן און זיינע פעלעצער דאס איז זיין מוח אויסגעשארפט

אלזא צוריק צו זיין שטייטע באוועגונג א באשעפעניש וואס רירט זיך קוים איז קיין אפציע פון זוכן און ארומגיין נאך עסן, דערפאר האט ער אויסגעוועלט זיין דיעטע עפעס וואס ער האט אייביג צו די האנט; בלעטלעך…

זיי קענען שפענדן שעות, טעג און אפילו וואכן אויף איין בוים זיי האבן נישט קיין גרויסער אויסווייל פון בלעטער וואס זיי גלייכן דער ברוינער-האלז סלאָט גלייכט זייער א בוים מיטן נאמען סֶעקראׇפִּיע [Cecropia] דאס איז א שטארקע בוים מיט גרויסע הארטע בלעטער עס איז דא אפילו וואס רופן דאס דער 'סלאָט בוים', עס זענען פארהאן נאך ביימער וואס זיי גלייכן אבער אין דורכשניט וועלן זיי נישט צופיל וואנדערן נאר ליבערשט בלייבט אין איין קליינעם שטח גאר א לאנגע צייט

בילד
א סלאָט אויף דעם סֶעקראׇפִּיע בוים

בילד
דער סֶעקראׇפִּיע בוים מיט זיינע בלעטער וואס דער סלאָט גלייכט

כאטש זיי עסן נאר בלעטער איז דא פעלער ווי מען האט זיי געזען עסן פרוכט פון ביימער [צוויי פינגער סלאָטס האבן א ברייטערער אפעטיט און זענען שוין אויך אבזערווירט געווארן צו עסן אינזעקטן/קליינע ליזערדס] אבער דאס איז נאר ווייל עס קומט זיי אונטער די האנט זיי וועלן נישט זוכן און וואנדערן קיין שטרעקעס דערפאר, און דאס זעלבע מיט וואסער, נארמאל וועט א סלאָט נישט טרינקען קיין וואסער, אבער פארשער האבן שוין אבזערווירט ווי דער ברוינער-האלז סלאָט טרינקט וואסער זינט אסאך קענען וואוינען ביים ענדע וואלד נאנט צום לעיק/טייך, אבער סתם אזוי וועט ער נישט אפלאזן זיין וואוינארט אינדערהייעך פונעם ערד פלאך טיף אינעם קענָאפִּי [canopy] צווישן די געדעכטע בלעטער אינעם וואלד.

בילד
אין א זעלטענעם פאל - ביים כאפן א טרינק

בילד
זיין וואוינארט איז אין די קענָאפִּי צווישן די בלעטער

עסן בלעטער קומט מיט א פרייז; צו פארדייען דאס בלעטער איז בכלל נישט גרינג עס איז א הארטע באשטאנדטייל מיט זייער ווייניג ענערגיע און עס איז נישט גרינג צו ארויסנעמען די ענערגיע פון דעם, אבער דער באשעפער האט אים באזארגט מיט גאר אן אינטערסאנטער פארדייאונגס סיסטעם, זייער מאגן איז צוטיילט אין פיר אפטיילונגען ווי דער עסן ווערט צונומען כדי צו ארויסנעמען די ענערגיע דערפון, אבער זייער מעֶטאַבאַליזעם [דער סיסטעם וואס טוט איבערדרייען פון עסן צו ענערגיע] איז זייער שטייט און עס וועט נעמען א חודש ביז א בלעטעל וועט ווערן אינגאנצען פארדייעט [קען זיין פשט; "ואתה נותן להם את אכלם בעתו" - ווען עס זאל פארדייעט ווערן אין זיין 'צייט' זיך צו ריכטיג שפייזן מיט ענערגיע…]

ווידעא איבער זייער דיעטע

יעצט איז שוין א מאטעמאטישער אויסרעכענונג פארוואס זיי שלאף אזוי פיל און באוועגן זיך קוים, און ווען שוין יא, דאס צו טון מיט די שטייטסטע מעגליך, דאס איז צוליב וואס בלעטער ענהאלט זייער ווייניג פּראָטין און דאס גיבט זיי קוים ענערגיע, ממילא טוען זיי רעדוצירן זייער ענערגיע אויסלויף צו כמעט גארנישט, עס ווערט געשאצט אז זיי ניצן ניינציג פראצענט ווייניגער ענערגיע פון א נארמאלער באשעפעניש, זיי שלאפן צווישן פופצן און אכצן שעה א טאג און ווען זענען שוין יא אויף זענען זיי אויך האלב שלאפעדיג, אלזא פארשטייען מיר שוין אביסל פון וואו זיין פוילקייט לעבנסשטייגער נעמט זיך.

דער מערסטע באקאנט בילד פון א סלאָט איז ווי ער ליגט מיטן קאפ אראפ הענגענדיג אויף אלע פיר פיס, און דאס איז ריכטיג אזוי קריכט ער אויפן בוים און אזוי שלאפט ער און אזוי עסט ער, דער באשעפער האט אים באשאפן מיט ספעציעלע שטאָפּערס אין די אדערן (Valves) פון זיין קאפ צו קאנטראלירן די בלוט פלוס וואס טוט געווענליך זיך פארמערן ווען איינער ליגט א לענגערע וויילע מיטן קאפ אראפ, ווי אויך זענען זייערע ארגאנען אנדערש אויסגעשטעלט א שטייגער ווי דער מאגן און לעיבער זענען פלאצירט אביסל אראפציר און ווערט אנגעהאלטן דארט דורך די 'פייברינאס טישאוס' וואס דאו דריקט עס נישט אויף די לונגען און הארץ וואס פארשווערט געווענליך דאס אטעמען און דאס הארץ קלאפן ווען מען ליגט פארקערט/אראפ

אזוי אויך זיך צו קענען הענגען אן ענערגיע האט דער באשעפער אים באשאנקען מיט א זעלטענער טול; זיינע נעגל! זיינע נעגל פון די הענט און די פיס זענען רעלאטיוו ספעציעל לאנג און בויגזאם דאס ניצט ער ווי א האוק הענגענדיג אן קיין שטער, און אויב דאס איז נישט גענוג האט אים דער באשעפער צוגעלייגט ספעציעלע 'טענדאמס' [tendon איז א מוסקעל וואס באהעפט מוסקעלן צו ביין] ביי זיינע פינגער וואס ערלויבט אים פשוט צו צומאכן זיין האנט און דאס פארשפּאַרן ווי א שלאס, און אזוי ניצט ער נישט קיין שום ענערגיע זיך צו האלטן אויפן בוים/צווייג, אויף אזוי ווייט אז ווען א סלאָט וועט שטארבן קען ער בלייבן הענגן טויטערהייט, יעגערס פלעגן האבן דעם פראבלעם אז נאכן שיסן א סלאָט איז ער נישט אראפגעפאלן פון בוים

בילד
ער ניצט נישט קיין ענערגיע זיך צו הענגען

זינט זיינע נעגל איז אזוי וויכטיג וועט עס צוריק וואקסן אין פאל עס וועט אראפקומען, אבער רוב מאל וועט עס נישט צוריק וואקסן אין די געהעריגע פארום

סלאָטס ווערן באטראכט אלס א שטארקע באשעפעניש רעלאטיוו צו אנדערע באשעפענישן זייער גרויסקייט, זיי פארמאגן דרייסיג פראצענט ווייניגער מוסקעלן פאר א באשעפעניש זייער גרויסקייט, דערפאר ווערט ער גערעכנט לויט זיין שטארקייט און וויפיל מוסקעלן ער האט צו זיין דריי מאל שטערקער פון א מענטש [ווען א מענטש זאל ווען האבן אזויפיל מוסקעלן ווי דער סלאָט]


עס איז דא אסאך וואס צו רעדן איבער זייער פעל/האָר אויף זייער קערפער, ווען מען באטראכט א סלאָט זעט מען אז ער איז באדעקט פון קאפ ביז פיס מיט עטליכע אינטשעס האר אדער גאר לענגער, זייער האר וואקסט אויף פארקערט למשל אויף זייער הענט/פיס וועלן די האר ריכטונג זיין צום קערפער דאס איז צוליב זיין וועג פון הענגען פארקעט מיטן קאפ אראפ, אזוי אויך דינט עס אים צו האלטן ווארעם אין די רעגן וועלדער ווי עס קען ווערן שטארק קאלט [דער סלאָטס קערפער טוט נישט קאנטראלירן צו סטאביליזירן דעם קערפערס טעמפעראטור (עס איז א שאד די ענערגיע פאר דעם…) אין רעזולטאט - אויב דער סלאָט וועט ווערן איבערגעקילט וועלן די 'מייקרא-ארגאניזעמס' אפשטארבן און דער סלאָט וועט אויך גיין א גאנג צוליב עס איז נישט דא ווער עס זאל פארדייען די עסן, פיינפול…]


אבער מער אינטערעסאנט איבער זייער האר איז וואס עס טוט זיך אין זייער האר… לאמיר גיין שטאפלווייז; מיט די ערשטע בליק א באשעפעניש וואס דרייט זיך אין טראפישע רעגן פלעצער און עס קומט א רעגן אויף זייער קערפער וואס פאסירט נאכדעם? עס בלייבט אזא נאסע קלעבעדיגע 'האריגע דאכענע' און דער פוילער באשעפעניש איגנארירט עס, בלייבט עס נאס און קלעבעדיג און עס פאנגט אן צו וואקסן דערויף 'אַלדזשי' [Algae] א סארט געוויקס-פלאנצונג צאמגעשטעלט פון געוויסע ארגאניזעמס ענליך צו פאָנגעס און שימל, וואס וואקסט אויף אזעליכע נאסע/פייכטע ערטער, אזוי אויך האבן זייערע האר שפאלטענעס וואס הייסן מֵייקראָ-קרעקס [microcracks] וואס דאס העלפט פאר די אַלדזשי זיך אנצוכאפן און דאס איז דער גרינעם קאליר וואס מען זעט אויף זיי, דאס איז דער געוויקס אלדזשי, ווי אויך קענען צוקומען נאך געוויקסן א שטייגער ווי פאָנגיי א.ד.ג.

בילד
א מייקראסקאפישער בילד פון די האר פונעם סלאָט - מערקט די מייקראקרעקס

און יעצט מיט זייערע נאסע האר און אלדזשי ווערט דער פלאץ א פונקט גוטע ענווייראמענט פאר אינזעקטן אריינגערעכנט מאסקיטאו, לייז, קאקארוטשן, באגס, מייטס און נאך, בקיצור זיי האבן אן אייגענע עקא סיסטעם אויף זיך, די צאל אינזעקטן קענען זיין אין די הונדערטער און אינזעקטן אויף א באשעפעניש קען קראצן אבער נאך ווי…

בילד
אינזעקטן אויף דער סלאָט

דער סלאָט וועט ניצן זיינע נעגל זיך צו קראצן כסדר, אינטערעסאנט דארט קען ער זיך קראצן און רירן זיין הענט גאר שנעל, דאס איז ווי געשריבן אויבן אז זייער שטייטקייט קומט אויך פון זייער שוואכע זע קראפט, טא זיך צו קראצן ברויך מען נישט זען, אדער איז מעגליך אז ווען עס קראצט פארגעסט מען צו שפארן ענערגיע צו טון אלעס לאנגזאם

בילד
עס קראצט!

בילד


איין פליענדיגן אינזעקט אבער איז א תושב אין דער סלאָט און מען קען אים נאר געפינען אויפן סלאָט, דער אינזעקט הייסט 'Sloth moth', זיי לעבן אויפן סלאָט א גאנצן צייט הגם עס קוקט נישט אויס ווי דער סלאָט גייט עס אן כאטש וואס די אלע אינזעקטן מאכן דאס סלאָט זיך צו קראצן אסאך, אויף אזוי ווייט אז עס איז שוין אבזערווירט געווארן ווי פויגלן טוען ארויסקלויבן אינזעקטן פאר שפייז פון זייער האר און דער סלאָט איגנארירט דאס אויך…


פארשער טוען אנצייגן אז דער סלאָט בענעפיטירט אסאך פון דער 'סלאָט-אינזעקט' און די איבריגע אינזעקטן נעמליך זיי הייבן די לעוועל פון נייטראדזשענס וואס דאס העלפט די אלדשי זאל וואקסן מער, און ווי מער אינזעקטן אלץ מער אלדזשי, אבער וואס העלפט די אלדזשי פארן סלאָט זעלבסט?

בילד
דער 'סלאָט-אינזעקט'

בילד
א סלאָט אין די קאליר גרין פון אלדזשי - קוקט אויס ווי איין שטיק בלעטער

אלדזשי טוט העלפן דעם סלאָט מיט קאמופלאזש! זייענדיג כמעט אינגאצען הילפלאז נישט קענענדיג אנטלויפן אדער צוריקקעמפן, איז דער סלאָט אנגעוויזן אויף קאמופלאזש, און אלדזשי טוט דאס גאר גוט, צווישן די ביימער און צווייגן טוט דער גרינער שיכט פארבלענדן דעם סלאָט פון די אויגן פון די פארציקער, נאך מער פון דעם טוט אלדזשי איבערנעמען דעם שמעק פונעם סלאָט וואס דאס נעמט אוועק דעם צווייטן מיטל וואס פארציקער באניצן זיך צו שמעקן זייערע קרבנות, אלזא אלדזשי מאכט דעם סלאָט פאר א שטיק וואלד און א שמעק פון געוויקסן, אלדזשי [בכלל, און פונעם סלאָט בפרט] טוט אויך באקעמפן א רייע מחלות א שטייגער ווי מאלאריע און יענע מחלה ל"ע, וואס איז אויך געגלויבט צו העלפן האלטן דעם סלאָט געזונט און שטארק

בילד
קאמופלאזשירט אויפן בוים


רעדנדיג פון זייערע פארציקער וואס זענען הויפטזעכליך דער האַרפּי אדלער און דזשעגווארס, האט דער סלאָט נאך א וועג צו זיך ארויסדרייען פון א דריטער מיטל וואס פארציקער ניצן; באַוועגונג [movement] - פארציקער ווי דער הארפי אדלער און דזשאגווארס פאנגען מיט זייערע אויגן וואס כאפן אויף ווי עפעס רירט זיך פון פלאץ, און זינט דער סלאָט רירט זיך גאר שטייט ווערט דאס נישט אויפגעכאפט אלס א באוועגונג, דאס מיינט אז ער קען זיך געפינען נאנט צום פארציקער און נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט

בילד
דער האַרפּי אדלער איז פון די גרעסטע פון די 'איגל' פאמיליע

בילד
דער דזשעגוואר איז א מאכפולער פארציקער - ער פארמאגט גאר א שטארקער ביס קראפט

דער סלאָט ניצט אויך זיין שמעק טאלאנט וואס דאס קוקט אויס צו זיין דער איינציגסטער חוש וואס ארבעט יא פולקאם און אויסגעשארפט [זיינע אויגן האלב בלינד ווי דערמאנט פריער, און זיינע אויערן וואס זענען באהאלטן אונטער זיין האר זענען אויך שוואך] ווען ער וועט ארומקריכן וועט ער שמעקן צו עס איז פארהאן פארציקער אין די געגענט

בילד
א שרעק! דער האַרפּיס נעגל איז א מאכטפולער וואפן

אלע מעמעלס [Mammals = בעלי חיים אריינגערעכנט דעם מענטש] פארמאגן זיבן האלז ביינער [ Cervical vertebrae ] יא, אויך דער דזשיראף האט נאר זיבן האלז-ביינער, חוץ צוויי אויסנאמען; דער סלאָט און די ים-קוה [Manatee], די ים-קוה פארמאגט נאר זעקס האלז-ביינער און צוויי-פינגער סלאָטס פארמאגן פינף ביז זיבן, און דער דריי-פינגער סלאָט פארמאגט אכט אדער ניין האלז-ביינער, האבנדיג מער האלז-ביינער קען דער סלאָט ארומדרייען זיין קאפ צו א סך הכל פון 270 דעגרי, דאס ערלויבט אים צו ארומדרייען זיין קאפ אין כמעט אלע דירעקציעס און שמעקן אויב עס קומט א פארציקער פון סיי וועלכער זייט.

בילד
דער סלאָט קען כמעט אינגאנצען אויסדרייען זיין קאפ אינעם פארקערטן ריכטונג

בילד

בילד
די ים קוה פארמאגט נאר זעקס האלז-ביינער - די ים קוה פארמאגט האט אויך אלדזשי אויף זיך - טייל האלטן עס באשיצט אים פון דער זון-שיין ביים אויבערפלאך פונעם וואסער

אגב איז יא דא א רעקארדירונג ווי דער סלאָט קעמפט צוריק א פארציקער ניצנדיג זיינע לאנגע נעגל, דער רעקארדירונג קומט פון א 'קעמרע טרעפּ' ווי מען זעט ווי אן אָסעלאָט [Ocelot = א קלענערע סארט פון די ווילדע קעץ] פראבירט צו פארציקן א סלאָט אויף דער ערד קומענדיג פון הונטערוויילעכץ און אטאקירט מיט א ביס אויפן גענאק דערנאך דרייט זיך דער סלאָט ארויס פונעם ביס און דרייט זיך ארום פנים אל פנים און אטאקירט צוריק מיט זיינע לאנגע נעגל פון אלע פיר און דאן ענדיגט זיך דעם שטיקל ווידעא, דער ענדע איז נישט באקאנט, אבער דאס גיבט אונז אביסל אינפארמאציע אז מעגליך דער סלאָט איז נישט אזוי אומבאהאלפן

בילד
בילד פונעם אינצידענט ווי דער אסעלאט פאנגט אן צו אטאקירן דעם סלאָט

אזוי אויך פארמאגט ער עטליכע לענגערע ציינער [בעיקר די צוויי-פינגער סלאָט] וואס זענען עטוואס שארף, עס איז נישט באקאנט זיין ביס קראפט אבער עס ווערט געשאצט אז ער קען דערלאנגען א גוטן ביס דערמיט

בילד
דער סלאָטס ציינער

הגם אקעגן א דזשעגוואר אדער א הארפי אדלער איז דא גאר שמאלע שאנסן צו צוריקקעמפן, אבער ווער ווייסט וואס עס טוט זיך אפ אין די טיפן דזשאנגל, אפשר ביי אנדערע פארציקער למשל ווען דער אנאַקאָנדא שלאנג וואס הייסט אויך א פארציקער פונעם סלאָט וועט אטאקירן איז דא שאנסן פאר דעם סלאָט צו צוריקקעמפן


אן אינטערעסאנטער לעבנסשטייגער האט דער סלאָט; איינמאל א וואך קומט ער אראפצוקריכן פון זיין וואוינארט הויעך אינעם קענאפי ביזן ערד פלאך, ווי ער גייט הכנות און דערנאך קריכט ער צוריק ארויף דעם גאנצער וועג צוריק צו זיין וואוינארט, דער רייזע איז בכלל נישט גרינג פארן סלאָט און צוגאב צו דעם ריזיקירט ער מיט זיין לעבן סיי דאס ארויסגיין פון די געדעכטע קענאפי ווי אלע צווייגן און בלעטער זענען ארומגענומען און אויפן וועג אראפ האט דער האַרפּי אדלער א קלארע בליק און פון אונטען אויפן ערד לאקערט דער דזשעגוואר וואס וועט גערן אננעמען אזא גרינגער מאלצייט - עס ווערט געשאצט אז זעכציג פראצענט סלאָטס וואס ווערן פארציקט פאסירט ביי דעם רייזע אראפ צו די ערד פלאך

איז פארוואס זאל דער סלאָט דאס טון איינמאל א וואך? דאס איז זיכער אז דער סלאָט ווייסט אז ער ריזיקירט מיט זיין לעבן והא ראיה ער טוט דאס נאר איינמאל א וואך (זיין אינטערעסאנטער קערפער האט דאס אויך ערמעגליכט… ער וועט אנזאמלען אפפאל/מיסט אין זיין קערפער וואס קומט אויס צו זיין א דריטל פון זיין וואג, דאס הייסט נאך אזא רייזע וועט ער פארלירן דרייסיג פראצענט פון זיין וואג) איז פארוואס זאל ער דאס בכלל טון און נישט בלייבן אויפן בוים? דאס איז א מיסטעריע! מערערע שפעקעלאציעס זענען שוין ארויפגעברענגט געווארן דורך פארשער דורכאויס די יארן און נאכאלץ איז נישט דא קיין קלארע הסבר דערפאר

א פאקט וואס מיר ווייסן יא דערפון איז אז דער סלאָט-אינזעקט וואס וואוינט אויפן סלאָט מאכן זייער נעסט ביי די מיסט פונעם סלאָט און דארט וועלן זיי לייגן די אייער, וואס עווענטועל וועלן די אייער/לארווע [larvae] זיך שפייזן פון די מיסט פונעם סלאָט און שפעטער באקומען פליגלן און דערנאך צוריקפליען צום סלאָט ווי זיינע עלטערן האבן נאך דארט פארוויילט, דאס איז גראדע איינס פון די שפעקעלאציעס אז דער סלאָט טוט דאס צוליב די נאנטשאפט צו דער סלאָט-אינזעקט וואס זיי העלפן די אלדזשי וואקסן, אבער עס לאזט זיך נישט גלויבן אז דער סלאָט זאל דערפאר ריזיקירן זיין לעבן

איינס פון די שפעקעלאציעס וואס איז אנגענומען ביי טייל פארשער איז אז דער סלאָט טוט דאס צו קאמיוניקירן צווישן זיך זינט זיי זענען זייער באשיידן און יעדער לעבט פריוואט פאר זיך און דער סלאָט שמעקט דאך פון אלדזשי נישט פון א סלאָט… דאן וועלן זיי איבערלאזן די מיסט וואס האט יא א שמעק, און דאס קען שטימען מיטן מציאות אז ער גייט הכנות אייביג נעבן בוים און אייביג אויפן זעלבן פלאץ

ווידעא ווי דער סלאָט קומט אראפ פון בוים

רעדנדיג וויאזוי סלאָטס טוען קאמיוניקירן צווישן זיך כאטש וואס אין אלגעמיין לעבט יעדער עקסטער פאר זיך, איז דא נאך צוויי וועגן וויאזוי זיי קאמיוניקירן; דער זכר ברוינער-האלז סלאָט פארמאגט אויף זיין רוקן צווישן זיינע אקסלען א אראנזשע לאטע וואס גיבט ארויס א סארט אויל וואס אנדערע סלאָטס [נקיבות] קענען שמעקן, ווידעראום די נקיבות האבן דאס נישט און זיי קענען זיך לאזן הערן מיטן ארויסלאזן א סארט קוויטש (היי-פיטש) וואס קען זיך הערן היבש ווייט

בילד
דער זכר פארמאגט א לאטע אויף זיין רוקן

אין א חלק פון זיין אנדערש ווי נארמאל טוט דער סלאָט אין א איבעראשענדע שריט זיך אויסצייכענען צו זיין גוטע שווימערס, זייענדיג דריי מאל שנעלער ווי זיין דורכגעשניטליכער ספיד אויפן יבשה, כאטש זיי זענען נישט קיין טעגליכער שווימערס, וועלן זיי יא גיין אין וואסער צו זוכן א נייער וואוינארט/עסן אדער א שידוך און צומאל קענען זיי זיך טרעפן אין וואסער אומגעפלאנט און נאך דערצו מיט א פלאטשקע, פאר די וואס וואוינען ביי די ברעגעס פון די אינזלן

בילד
סלאָטס זענען גוטע שווימער - זיי וועלן נעמען א שווים צו רייזן פון איין פלאץ צום צווייטן

זיי ווערן אויך באטראכט אלס א באשעפעניש וואס קען זיך האלטן לאנג דאס אטעם אונטער די וואסער מיטן פארשטייטערן זייער קערפער סיסטעם און נידערן זייער הארץ ראטע צו א דריטל פון זייער געווענליכער שטייגער און קענען אינהאלטן דאס אטעם ביז פערציג מינוט [איך ווייס נישט אויב דאס איז אמאל אבזערווירט אדער רעקארדירט געווארן, אדער קלאר באשטעטיגט געווארן דורך פארשער]

ווידעא ווי דער סלאָט כאפט א שווים

סלאָטס וועלן אפט אראפפאלן פון בוים צוליב נישט גוט קריכן אדער עפעס ענליכס, עס ווערט געשאצט אז צוטיילט לענגאויס זיין לעבן וועט ער אראפפאלן איינמאל א וואך, זיי ווערן באטראכט אלס א באשעפעניש וואס קען אראפפאלן ביז הונדערט פיס און איבערלעבן דעם אינצידענט

סלאָטס לעבנסשטייגער הייבט זיך אן פון א פריען יוגנט, זיי ווערן געבוירן אינגאנצן באדעקט מיט האר און מיט זייערע נעגל אזוי אויך ווערן זיי געבוירן מיט פארטיגע ציינער, זיי וועלן זיין צוגעטשעפעט צו זייער מוטער פאר בערך זעקס חדשים צומאל מער

בילד
סלאָטס ווערן געבוירן פולקאם ערוואקסן

כאטש זיי באקומען מילך וועלן אנפאנגען צו עסן 'סאַליד עסן' פון עטליכע טעג נאכן געבורט, זיי וועלן אפלעקן די איבערבלייבענישן פון זייער מוטערס מויל וואס באשטייט פון בלעטער, דאס איז א וויכטיגע לעקציע פאר זיי צו אויפכאפן וועלכער סארט בלעטער דער סלאָט עסט, ווי אויך וועט מיט די צייט אנפאנגען צו וואקסן אלדזשי אויפן ניי געבוירענעם סלאָט, און דער עקא סיסטעם פון אינזעקטן וועלן זיך צושפרייטן און אריבער גיין פונעם מוטער צום קינד

בילד
א מוטער מיט איר קינד

בילד
זיי לעקן אפ די איבערבלייבענישן פון די בלעטער

ווידעא פון א מוטער מיט איר קינד

****

שליסנדיג דעם ברוינער-האלז סלאָט איז דא זייער אן ענליכער סלאָט צום ברוינער-האלז מיטן נאמען 'פּיגמי סלאָט' [Pygmy sloth] ער איז א דריי-פינגער סלאָט, און איז קלענער פונעם ברוינער-האלז, זיין קאפ איז קלענער און אן אנדערער פארום, מיט א שטיקל אנדערער געזיכט, צוליב די פונאנדערשיידן האט ער באקומען אן עקסטערער נאמען [בלויז לעצטנס אין יאר 2001 למספרם] און ווערט באטראכט אלס אן אנדערע סארט אין די סלאָט פאמילע

בילד
דער פּיגמי סלאָט

דער פִּיגמי סלאָט געפינט זיך נאר אויף איין פלאץ אין דער וועלט אן אינזל מיט א שפאנישער נאמען 'איסלַע עֶסקָאדֶע דִי וועראַגוועס' (= געפאנצעטער אינזל אין וועראגוועס - אין ענגליש; Escudo de Veraguas ) איינע פון די קאריביען אינזלען ביים גרעניץ פון פאנאמע, דאס איז אויך געווען א פאקטאר וואס האט צוגעגעבן צום אפטיילן די צוויי סלאָטס פאר עקסטערע סארטן

בילד
אויפן מאפע - דער אינזל 'עסקאדע די וועראגע'

פּיגמי סלאָטס זענען אין א קריטישער געפאר פון אינגאצען ווערן אויסגעראָטן פון דער וועלט, דער סיבה דערצו איז זייענדיג אין א קליינעם איזולירטן אינזל האבן זיי נישט אפילו קיין שאנס זיך צו אויסברייטערן און דאס האט זיי געמאכט אז אייביג דורכאויס די יארן זענען זיי געווען אין געפאר און געהאט גאר א קליינע פאפולאציע

בילד
דער פּיגמי סלאָט איז אויף די IUCN רויטע ליסטע - אין א קריטישער געפאר פון אונטערגיין

דער פונקטליכער צאל פון פּיגמי סלאָטס איז נישט קלאר פון אזוי ווייניג ווי אונטער פופציג ביז ערגעץ וואו אין די עטליכע הונדערט, א ציילונג אין יאר 2012 האט געטראפן ניין און זיבעציג, און יאר 2017 האט א שטודיע געוויזן אז עס איז איבערגעבליבן בלויז אכט און פערציג

בילד
איינוואוינער אויפן אינזל עסקאדע די וועראגע

אין יאר 2013 האט די 'דאלאס וואלרד אקוועריום' פראבירט צו אריינברענגען געפאנגענע פּיגמי סלאָטס פאר אויסשטעל, אבער נאך שווערע פראטעסטן האבן זיי צוריקגעשיקט די פּיגמיס צוריק צו די ווילדעניש

אבער דער אמת איז אז קיינער האט נאכנישט באמת אריין טיף אינעם אינזל פאר א גרונטליכער זוכעריי, ווי געשריבן ממש אנפאנג און ווי איר האלט שוין יעצט קענט איר זיך פארשטעלטן ווי גרינג עס איז צו טרעפן א סלאָט אויפן בוים, און בפרט טיף אינעם אינזל ווי ארויפקוקן העלפט נישט צופיל צוליב די געדעכטע בלעטער פונעם קענאפי בלאקירט צו זען דעם סלאָט, און רוב פארשער וועלן ענדערש שטיין ביים ברעג אינזל אדער שיפלען, און אזוי ארומקרייזן דעם אינזל צו טרעפן סלאָטס אין די נאנטע ביימער צום ברעג

איינע פון די טאקטיקן פון פארשער צו טרעפן פּיגמי סלאָטס איז צו נאכזוכן די 'מאַנגראוו וועלדער' אויפן אינזל, מאנגראוו וועלדער זענען הויפטזעכליך מאנגראוו ביימער וואס האבן אן אינטערעסאנטן וועג פון וואקסן זינט די מאנגראוו ביימער דערליידן נישט קיין היץ [אין די זאמד] וועלן זיי וואקסן אין די פלאכע וואסערן ביים בארטן וואס דארט וועלן זייערע ווארצלן זיין אויפגעדעקט און די וואסער וועט אדורכפליסן ווען עס איז היי-טייד [צוויי מאל א טאג וועט זיך די וואסער הייבן; איין זייט צוליב די גראוויטי פון די לבנה און די צווייטע זייט איז די נארמאלער זייט וואס הייסט הויעך צוליב וואס אנדערע צוויי זייטן ווערן געשלעפט צום חלק ווי די לבנה שיינט און זיי זענען נידריג; לאו-טייד] און דאס וועט פארמירן ביי די ברעגעס אזא קאמפלעצירטע שטח פון ווארצלן וואס שטעקן זיך ארויס געקניפט און געבינדן

2.png
2.png (369.06 KiB) געזען 1409 מאל
א מאנגראוו וואלד - ביים בארטן

בילד
מאנגראוו ווארצלן וואקסן אין די פלאכע וואסערן ביים ברעג

אלזא דער פּיגמי סלאָט גלייכט די מאנגראוו וועלדער און מער א ספעציפישער סארט מאנגראווס; די רויטע מאַנגראָווס [Red mangroves] ביימער, זיי עסן זיי עסן די בלעטער פונעם בוים און אויטאמאטיש וואוינען זיי דארט, אין א שטודיע אין 2012 ווען מען האט אפגעציילט ניין און זיבעציג פּיגמי סלאָטס זענען זיבעציג אפגעפינען געווארן אין די מאנגראווס און בלויז ניין זענען געווען אינדרויסן פון מאנגראווס
3.jpg
3.jpg (268.14 KiB) געזען 1409 מאל
רויטע מאנגראוו ביימער

די עסקאדע די וועראגע אינזל איז 1.7 סקווער מייל גרויס, בלויז צוויי און א האלב פראצענט זענען מאנגראווס, דאס איז גאר א קליינער שטח פונעם אינזל און דאס איז פאר די פארשער א גרינגער ארבעט צו טרעפן פּיגמיס אויפן אינזל

בילד
בלויז 2.5 פראצענט פון עסקאדע די וועראגע זענען מאנגראוו ביימער

פון די אנדערע זייט איז דאס בכלל נישט קיין גוטער זאך פאר די פּיגמיס דאס איז א שרעקליכער קליינער טערעטאריע פאר זיי, און אויב זיי זענען אזוי צוגעבינדען צו די מאנגראווס וואס אזוי אויך שניידן מענטשן אראפ די מאנגראווס ביימער דאן זענען זייער עקזיסטענץ טאקע אין א געפאר פון ווערן אינגאנצען אונטערגיין

אבער ווי געשריבן זינט עס איז זייער א פרישע אנטדעקונג ווייסט מען נישט וואס עס טוט זיך אינמיטן דעם אינזל לויט עדות און רעקארדירונגען זעט מען קלאר ווי פּיגמיס זענען אינדרויסן פון זייער באליבטע מאנגראווס און עסן בלעטער פון אנדערע ביימער, דאס גיבט יא האפענונג אז זיי קענען זיך אן עצה געבן אן די מאנגראווס

בילד
פארשער ביים אונטערזוכן א פּיגמי סלאָט אין די ווילדעניש - מערקט דעם אפאראט ביים האלז

פארשער טוען אנצייגן אז אין אלגעמיין איז פיל לייכטער צו פארשן סלאָטס אין די ווילדעניש מער ווי אנדערע באשעפענישן צוליב וואס זיי קענען נישט אנטלויפן פון די פארשער און מען קען זיי גרינג כאפן און אונטערזוכן אדער ארויפלייגן אן אפאראט צו נאכגיין זען אין וועלכע ביימער זיי גייען, און וויפיל זיי טוען וואנדערן, און אין די צוקונפט נאכאמאל אויפזוכן דעם סלאָט [אן דעם וואס ער קען אנטלויפן] צו באטראכטן זיין געזונד צושטאנד.

בילד
ביים אראפנעמען א סלאָט פון די קענאפי

בילד
ביים ארויפלייגן אן אפאראט פאר פארשעריי

סלאָטס אין געפענגעניש; זענען אנדערש ווי אין די ווילדעניש, זינט מען גיבט זיך אפ מיט אים וועט נישט וואקסן קיין אלדזשי אויף אים, אזוי אויך וועט ער נישט האבן קיין אינזעקטן אין זיך האבנדיג אין געפענגעניש א ריינער פעל, אזוי אויך וועט מען שטיין אויף זיין דיעטע, און אים געבן מער פראטין וואס דאס וועט אים געבן מער ענערגיע

בילד
סלאָטס אין געפענגעניש וועלן האבן א ברייטערער עסן אויסוואל

בילד
סלאָטס אין געפענגעניש וועלן האבן זייער א ריינער פעל - נישט פארהאן קיין אלדזשי אדער אינזעקטן

סלאָטס וועלן שלאפן פיל מער אין געפענגעניש ווי אין די ווילדעניש, זינט ער ברויך נישט זוכן קיין בלעטער איז דאך א שאד די צייט מען קען דאך שלאפן נאך אביסל, עס איז אינטערעסאנט צו זען וויאזוי כאטש ער האט מער ענערגיע גייט ער אן מיט זיין שטייטע לעבנשטייגער, זיי וועלן ווייטער אראפקריכן פון בוים איינמאל א וואך פאר געברויכן, כאטש זיי וואוינען נישט אויף א געהעריגע בוים נאר א קליין נאכגעמאכטע ביימעלע, טייל סלאָטס וועלן גאר גלייכן צו פלאטשקענען אין וואסער, זיי וועלן לעבן לענגער כמעט דאפלט פון אין די ווילדעניש לויט טייל פארשער

בילד
דער שרייבער פון די שורות ביים אונטערזוכן און שטודירן אן עלף יעריגער 'ליניאסעס' צוויי-פינגער סלאָט אין געפענגעניש


****


צום שלוס; וויפל מיר ווייסן איבערן סלאָט ווייסן מיר גארנישט, דער באשעפעניש איז איינגעהילט אין א גרויסער מיסטעריע, און די ווייניג פארשעריי ברענגט אונז נישט גענוג אינפארמאציע, צום ביישפיל וויפיל יאר א סלאָט לעבט אין די ווילדעניש איז קיינמאל נישט פעסטגעשטעלט געווארן [מעגליך זיי לעבן פיל לענגער וויפיל עס איז אנגענומען] און מיטן אויפווייזן וויפיל ער לעבט אין געפענגעניש איז נישט קיין ראיה ווייל זיי האבן א גענצליכער אנדערע לעבן סטיל ווי אין די ווילדעניש

ווי אייביג פראבירן מיר צו אריינטראכטן טיפער אינעם באשעפערס בריאה, און זוכן צו זען די חכמה אין יעדער זאך וואס דער באשעפער האט באשאפן, ווי דער חובת הלבבות אין שער הבחינה איז פארנומען, אז עס ליגט אויף אונז א פליכט זיך צו מתבונן זיין און פראבירן צו פארשטיין די וואונדערליכן בריאה ווי ער שרייבט ''על כן התבונן בבריאות הבורא מקטנם ועד גדולם והתישב בנעלם ממך'' ווי ער איז מסביר אז די אלע כוחות וואס מען זעט האט גארנישט מיט דער באשעפעניש, נאר אלעס ווערט געפירט פון דער באשעפער, דער באשעפעניש פאלגט סך הכל נאך זיין טבע וואס דער באשעפער האט אים געגעבן. און פארשטייט זיך מיט דעם אנערקענען דעם גדלות הבורא און אים דינען מיט מער יראה און אהבה

אלזא שטעלט זיך דער פראגע פארוואס האט דער באשעפער באשאפן אזא אומבאהאלפענעם האלב טויטער האלב זעענדיגער באשעפעניש? ווען די יוראפעאישע האבן צום ערשטן מאל אנטדעקט דעם סלאָט האבן זיי אים באצייכנט אלס 'נאריש' און אזוי אויך להבדיל באצייכנט אים דער ספר הברית; 'הוא העצל וְהַסָּכָל מכל בעלי-חיים'

דאס איז אבער געווען אמאל, היינט צוטאגס ווייסן מיר שוין פון די אלדזשי וואס מען ניצט פאר מעדעצינען פאר פארשידענע מחלות (ל''ע) און ווער ווייסט צו דער באשעפער האט אים באשאפן נאר פאר דעם, ווי דער אמורא ריש לקיש זאגט; [מגילה י''ג ע''ב] "אין הקדוש ברוך הוא מכה את ישראל אלא אם כן בורא להם רפואה תחילה"

אזוי אויך מיט די הילף פון פארשעריי האט מען אויפגעכאפט אז זיי עסן צוויי פראצענט פון די בלעטער אין די דזשאנגל, דאס קען אפשר אויסקוקן ווי א קליינע ציפער, אבער באמת איז דאס באדייטנדע ציפער, און דאס מיינט זיי שפילן א געהעריגער ראלע אינעם דזשאנגל און בפרט ווען זיי קענען עסן פארגיפטיגע געוויקסן

יעצט לאמיר דרייען דעם זייגער אויף פארקערט, דער באשעפער האט געוואלט א באשעפעניש וואס זאל קאנטראלירן די בלעטער, וויאזוי וועט ער לעבן, ווייניג ענערגיע, ווייניג באוועגונג, וואס וועט זיין מיט פארציקער? אלדזשי קאמופלאזש, לאנגע נעגל צו הענגען, און אזוי ווייטער

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, דאס איז זיכער אז דער באשעפער האט באשאנקן פאר דעם סלאָט אלעס וואס ער דארף צו קענען לעבן אויף זיין באקוועמסטער פארנעם, סיי דאס וואס מיר ווייסן און סיי דאס וואס מיר ווייסן נישט, און די וואונדער פונעם באשעפער ליגט נישט נאר אין די אייקאנישע באשעפענישן א שטייגער ווי די ארקע אדער דער טיגער וואס יעדער ווייסט פון זייערע כוחות, נאר די וואונדער ליגט אויך אין די קליינע אומבאהאלפענע און אומבאקאנטע באשעפענישן און אז מיר טראכטן אריין טיפער דערין איז נתפעל צו ווערן וויאזוי דארט טיף אין די דזשאנגלן ליגט אין איין באשעפעניש אזויפיל רחמנות און חסד השם אזש עס שרייט זיך ארויס דעם מה רבו מעשיך ה'!




בילד
בילד
מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה', כֻּלָּם 'בְּחָכְמָה' עָשִׂיתָ, מָלְאָה הָאָרֶץ קִנְיָנֶךָ!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10936
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

woof דאס ברויך א געהעריגע קאנצעטראציע...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

eller האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 1:27 pm
woof דאס ברויך א געהעריגע קאנצעטראציע...
איך ווייס נישט אויב איך בין גרייט פאר חקירה ודרישה…
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Wow wow
גאר שטארק @ הנאה געהאט
גאר שיין אין רייך באשריבן'
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

WOW wow WOW!!!
אין מילים!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5753
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

אה מיי. Wow. דאס נעמט טאלאנט און כח + מח צו ארופ לייגן אזאנס.

האמיר אנגעהויבן ליינען. כהאב געפענט א נייע דעב פאר דעם. העמיר עס האלטן פאר א שטילע מינוט (שעה....)
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

@יש הנאה
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

וואף! א ריזן יישר כח @יש הנאה !!! ממש א פלעיזשער צו ליינען יעדעס ווארט!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

יעקב פריינד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:04 pm
וואף! א ריזן יישר כח @יש הנאה !!! ממש א פלעיזשער צו ליינען יעדעס ווארט!
עס איז א פלעיזשער צו זען יעדעמס פלעיזשער…

--
א יישר אלע באדאנקער!
הרב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 3:55 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב »

זייער הנאה געהאט שכוח!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טאטע זיסער, סארא עבודה רבה דא ליגט אריינגעלייגט פאר אונזער הנאה און אויגן עפענונג!

יישר כח מעימקא דליבא!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 2:16 pm
טאטע זיסער, סארא עבודה רבה דא ליגט אריינגעלייגט פאר אונזער הנאה און אויגן עפענונג!

יישר כח מעימקא דליבא!
יישר! און א ייש''כ פאר דיין אפראוועל…
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”