SPUSMN האט געשריבן: אז דער אייבערשטער וויל נישט וועט נישט העלפען קיין פליגערס און סעטעלייטן, נישט קיין טעלעסקאופס אדער מיקראסקאופס, זייער סוד וועט בלייבען באהאלטען פונעם אויג אפילו ווען מען זעהט זיי פנים אל פנים מיט די אייגענע אויגען.
די עשרת השבטים זיכט מען נישט אויף Jewishgen אדער ancestry.com
וועגען דער פראגע צו מען ווייסט היינט עפעס וועגן די טייך סמבטיון; איז ווען איך בין געווען א בחור און געזוכט די עשרת השבטים בין איך אראפ געגאנגען צום גרויסען לייברערי אין מאנהעטען, און אריין אין map department און געבעטען פאר מעפס פון די גאנצע געגענט פונעם הרי החושך (די Himalayas mountains).
זיי האבען מיר געברענט אלטע CIA מאפס (אלטע, ווייל געזעצליך דארף עס זיין outdated) פון דריי לענדער (China, Tibet, Nepal), וואס די הרי חושך איז אויסגעשפרייט אין די דריי לענדער; און די מאפס זענען געווען א אינטש גרויס פאר יעדע מייל; האביך געטראפען אפשר 50 פלעצער (טייכען אדער שטעט) מיט זייער ענליכע נעמען ווי סאמבאטן, סאמבאט, וכו'.
אלטע זכרונות.
כ'דערמאן מיך אז מען האט דערציילט אז אין סאודי אראביע (אדער גאר אין תימן) איז דא שטעטל, ערגעץ טיעף אוועק פונען ים, וואס זיי לעבען נאך היינט א באזונדערע לעבען, און דער וועלט האט צו זיי נישט קיין צוטריט (פארוואס ווייס איך נישט).
אזוי אויך געדענק איך אז ווען כ'האב זיך אריין געלייגט אין טיבעט (איין גענומען פון כינע אין תש"ט), אז ביז שנת תש"ט, דאס הייסט ביז 64 יאר צוריק איז זייער הויפט שטאט לעהאסע (Lhasa) געווען פארשפארט פון דער וועלט פאר איבער 2500 יאר, אין יוצא ואין בא. אבער נאכען ליינען זייער לעבען'ס שטייגער און דער עיקר וועגען זייערע אכזריותדיגער אויף פירונג (דער היפך פון רחמנים בני רחמנים), האבען זיי מיר נישט אויס געזעהן צו זיין בני אברהם, יצחק, ויעקב, כאטש מען האט דערציילט פון זיי אז זיי האבען פארשידענע אידישע מנהגים.
על סמך וואס זאגסטו אז דאס איז די הרי החשך, ???
ס'טונקל דארט א גאנצע צייט ??
לויט וי ס'ווערט דערציילט אויף אלכסנדר מוקדון אז ווען ער האט געוואלט אריבער גיין די בערג האט ער געהאט א פראבלעם מיט שלענג, צו דען איז דארט טאקע פוהל מיט שלענג ??