די שטיבלעך אונטן, חדר ג' איז געווען א שטיבל צום דאווענען אבער אויך אן עקסטענשאן צו די מקוה אין ביזי זמנים, די מקוה זעלבסט מיט ר' משה אפרימ'ען, די ריזיגע קעמליך און נעגל שניידערס אנגעבינדן אויף שעלפס וואס הענגען פון די ווענט מיט טשעינס, לעכעריגע האנטוכער וואס נעמען צוויי דערפון איז געווען פון די הארבסטע ראדני עבירות,דער שוויץ און די קולות פרייטאג נאכמיטאג,ר' מרדכי פאלאטשעק מיטן שטעקן "טובל'ען און ארויס", די עלטערע אידן ערנערן זיך אין בור, אוי די שווארץ/ווייסע ביהכ"ס דארט נעבן די שויערן מיט סטעינלעס ווענטליך און שוויציגע פלאשערס....
מיללער האט געשריבן:
איי ראדני, ראדני, דארטן ווי איך האב מיינע קינדערישע יארן פארבראכט, זענט איר אמאל געווען אין ראדני?
אריינקומענדיג אין ביהמ"ד מצד דרום איז געשטאנען א האלצערנע שאנק דארט זענען געליגן די שבת'דיגע סידורים פאר די אידן מיט זיצן אויף די העלפט בית המדרדש, די גאר אלטע ברוינע לענגלעכיגע מיט א שטארקן סטעיפל און א דינע צוריסענע פאפירענעם דעקל (שפעטער האט מען דאס נאר אפירגענומען אין א יומא דפגרא), נאכהער זענען געווען די נייערע מער סקווער-סידורים אלע קאלירן; ברוינע בעיקר, בלויע און רויטע אויך, און אויך די ווייסע מיט די אכזריות'דיגע סטעיפל וואס האט פארמאכט דעם סידור מיט א ווילדקייט, נאר א דיקער שווארצער חומש מקראות גדולות נדבת רבי מאיר ישראל ורבי נפתלי "שנדבו מאה זאץ חומשים" דאס האט אראפגעהאלטן דעם סידור.
דער פאליש וואנט איז נישט געווען ריקעוודיג נאר הערמאטיש פארבויעט, אידן האבן געהאט מקום קבוע'ס ביים דאווענען אפי' שטיי-פלעצער, עס געדענקט זיך ווי היינט די צוויי בחורים זקנים וואס האבן געהאט זייער מקום קבוע אויף די שטיגן הארט ביים אריינקומען אויף דרום זייט.
בית שני איז נאך געווען א הויף מיט א שטיבל (שוין דערמאנט) אינעם קליינעם הייפל איז מען ארויס צו יזכור און געקוקט וואס דאס מנין אין אמשינוב האלט, אויך זענען צוויי פארענטשעס געווען דארט סטאנציאנירט. ווען קיין באווארפן איז נישט געווען האבן די אינגלעך דארט פארבראכט ביים ליינען.
בית קויפמאן קומה ראשון ושני, א באזונדערן חן, די פילע נשמה'ליך וואס האבן דארט געהאט זייער אכסניא, אברהמ'לע שטיינמעץ, איי האט ער געפירט דארט זיין מלוכה, די ביהכ"ס נאך נענטער צום טיר אויף די אנדערע זייט פון שפעטער, א קליינעם סינק אוטער די שטיגן, די שטיגן זעלבסט אויף ארויף מיט די שטיבל אויבן, א מין אנטיק, דארט אויבן האט ר' יעקב נחמי' ואחיו ר' וואלף געהאט זייער שיעור מיט שאר בשרם ר' וואלף ב"ר שיע הערש, ועוד ועוד.
א באנק איז געלאפן אן א רוקן אויף גאנצן לענג פונעם דרום און צפון וואנט, אויף די וואנט זענען געווען סטיקערס פאר די אידן וואס האבן געדינגען די זיצן פאר די הייליגע טעג, איבערן יאר האבן די אינגלעך דארט געשפילט "בענדל - איבערנעמען" און אויפגעגעסן די קאצקע ציקערליך און ראזשינקעס (נישט קיין גאנץ פעקל - א פאר שטיקלעך געמישט מיט פארוועלקטע פאפקארן און צודריקטע פרעצל) פון די באווארפן פעקליך, באווארפן חזקות נאר קינדער ממשפחת ... האבן געהאט זייערע פלעצער אויפן באנק, די איבריגע זענען געשטאנען אויף די שטיגן און געלאפן פון איין זייט צום אנדערן ווען די פרויען האבן געווארפן מצד השני "אינגעלע, גיב מיר א פעקעלע" שרייט יאנקל משה מיטן באסאווע שטימע, און ר' מרדכי לייבלער שפאצירט ארום דאס ס'מעדרעש מיט פארגלייזטע אויגן און א נישט-ניכטערן שמייכל.
דער פאליש מנין שבת ביים ליינען, הרב פישער ע"ה דער גבאי (שפעטער אויך פאנדרעיזער פאר חברה תהלים) דארט אין פאליש ביים ליינען האט געהערשט א געדרענג, נישט ווייניגער ווי אונטן ביי "רבי יעקל, א קעיקל" האלטנדיג די האנט צו קענען באקומען א פאר בראוני ברעקעליך פון ר' יעקל'ען.
די כהנא שטיבלעך אויבן, א סוגיא פאר זיך, די שיעורים דארט פון רבי שמואל זאנוויל, דער איד הרב וועזעל וואס טיילט פיינע טייע מיט עכטע לימאנע אריינגעדרוקט, אויך א ביהכ"ס מיט אלטע סינקס דארט אויבן מאחורי השטיבלעך, און א פריזשידער ביים אנקומען אויבן פאר די פינקע פנחס מיילעך ספאנדש קעיקס, היו ימים.
די שטיבלעך אונטן, חדר ג' איז געווען א שטיבל צום דאווענען אבער אויך אן עקסטענשאן צו די מקוה אין ביזי זמנים, די מקוה זעלבסט מיט ר' משה אפרימ'ען, די ריזיגע קעמליך און נעגל שניידערס אנגעבינדן אויף שעלפס וואס הענגען פון די ווענט מיט טשעינס, לעכעריגע האנטוכער וואס נעמען צוויי דערפון איז געווען פון די הארבסטע ראדני עבירות, דער שוויץ און די קולות פרייטאג נאכמיטאג, ר' מרדכי פאלאטשעק מיטן שטעקן "טובל'ען און ארויס", די עלטערע אידן ערנערן זיך אין בור, אוי די שווארץ/ווייסע ביהכ"ס דארט נעבן די שויערן מיט סטעינלעס ווענטליך און שוויציגע פלאשערס....
הויכע אלטע נעפ-מענשאן בענק אונטערן באלעמער דארט האט ר' יעקב משה געטיילט שמאלץ-הערינג ביי של"ס, קינדער האבן נאר באקומען צוויבל און אויך נישט מער ווי צוויי רעפטליך דוקא אויף א שלש סעודות בילקעלע, וואס איז געווען א קליין רינדעכיג טיייגעלע האלב געבאקן און רבי יחזקאל דער שמש ואחריו הי"ד יבלחט"א רבי שלמה טיילן אויס קאצקע געפילטע פישלעך, וואס יעדע קאצקעלע פאר זיך איז געווען קליין ווי טל ומטר אין א קליין סידורל ניטאמאל א פאר-ברכה האט מען געקענט מאכן דערויף.
די לעכעריגע פארקעי געאייגנט צו פארלירן קאגעליך, די פלאר וואס מען "אוילט" פאר פסח און פנחס מיילעך שטעלט ארויס שרייעדיגע ווארענעונגען דערוועגן, "אכטונג! די פלאר איז געאוילט!" איי איז דאס געווען אן הכנה צו פסח, גענוי ווי די צומאכערס ביי די עקן פון די בענק אלס הכנה צו די ימים נוראים.
איי מיללער מיללער, אזא נאסטאלגיע על אף וואס איך האב נישט געוואוינט אין וויליאמסבורג פון די שפעטערע קינדער'ישע יארן, זענען אבער געבליבן די אלע זכרונות פון די שיינע שבתים און ימים טובים ווען מען האט ביים רבין פארבראכט, די הערמעטיש פארמאכטע געיט ארויפצוגיין צו די קידושים וואס מען האט נאר געעפענט נאכן דאווענען, די קאווע אונטן וואס איז געווען א חכמה כמזיגת כוס צו קענען צולייגן מילך און עס נאך קענען טרינקען, מיר ליגט אין זכרון פארנעפלט אז פרייטאג צונאכטס ערגעץ ביי לכו נרננה פלעגט דער שמש (צו א צווייטער) יעדע וואך אראפציען די גרויסע לאנגע ווינדאו שעיד אויף מזרח וואנט, נאך איינער געדענקט עס? איך האב עס געזען כמ"פ נישט נאר איין מאל, בין איך נייגעריג צו דאס איז געווען עפעס א מנהג? כ'מיין מ'האט עס נישט אראפגעצויגן די זון זאל נישט אריינשיינען, אבער אזוי האב איך געזען מ'פלעגט טון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
הא הא הא! אוי 'מילער' די ברענגסט מיר אויף הערליכע זכרונות, (ביי "הבחורים הזקנים", פלצתי!!), מיט פיל געמישטע געפילן, למשל ווען איך האב נישט געכאפט א פעקעל און מיין שכן אינגעל וואס האבען געהאט די מקומות קבועים האבן געהאט 10 אוי איז דאס געווען נישט בא'טעמ'ט, ווידעראום ווען איך האב באקומען א שטיקל געפילטע פון ר' יחזקאל שמש אין די שבתים ווען דער ברך משה איז נישט געווען אין ביהמ"ד איז מיין שמחה געווען גרויס. און די "קידוש'ים" פון די עלטערע אידן פאר'ן ליינען ביי זייערע פלעצער, אביסל שליוואויץ מיט קאקיס, "אינגעלע דארפסט איינס? נו ווען די האסט אויפטשיין אזו פרי ווי אונז העסטו באקומען עטליכע...". אדער דער געפאקטער בית מדרש פארן דאווענען, און די געדרענג ביי די קאווע און בית קויפמאן, און דערנאך די קולות פון הכאות באצבע צרדה ביים ליין אונטען ביי די ביה"כ שטיבלך. און איך רעד שוין נישט פון די קאווע פסח פון פנחס מיילך. אוי און ווער געדענקט נאך די תקנות פונעם ברך משה צו זאגען הודו הגדול און שירה פסוק ביי פסוק אלע וואכען.
בוידעם האט געשריבן:
מיללער, מיינע זכרונות הייבט זיך אן שפעטער, זעהט אויס איר זענט אביסל עלטער פון מיר, אבער עכ''ז זענען דא געוויסע זאכן וואס האבן מיר געגעגבן א בענקעדיגע קיצל. וואס מיינט איר אבער צו זאגן מיט חדר ג' אז עס האט געדינט ווי א עקסטענשאן צו די מקוה אין פארנומענע צייטן?
מען האט געלייגט בענק אין די האלוועי אויף צפון זייט פון די מקוה ביז אינמיטען חדר ג', און מען האט זיך דארט אויסגעטוהן. ווי אויך פלעגט מען אויפמאכן (מעגליך היינט נאך אויך) א שטיבל אויף דרום מיט נאך א בור טבילה.
און אז מען רעדט שוין פון די מקוה, דערמאן איך זיך, וויאזוי יום הקדוש ביינאכט איז די מקוה (נישט די בור) געווען פיל, מען האט געדארפט כאפן א פלאץ אויף די בענק זיך אויסצולייגן דארט. היינט מייך איך גייט יעדער אהיים שלאפן און די מקוה איז פארשפארט.
אז מען רעדט פון זכרונות ווי אזוי האט דער רבי זי"ע געקענט ניצען די מקוה אין קנאפ מענשאן? ציווישען צעלימער מקוה און סאטמער בה"מ איז אין די ביזי סיזען'ס א געדעכטער טרעפיק
די טירן (עמערדשענסי עקזיט'ס) וואס נאר טייל זיצן אין די ערשטע רייע פון ברכת כהנים האבן פארמאגט.
דאס ארויסגיין ליינען אין שמש שטיבל אדער אונטן, און דאס ארויסגיין דאווענען מוסף ביי דעם מנין פון ר' תלי גראס אין בית כ"ץ, מיינע ציינער טוען נאך יעצט וויי פון דעם מוסף..
אנפין נהירין האט געשריבן:
עס בענקט נאך דעי צייטען אויפגעצויגען אלע קינדערשע יארן אין בעדפארד גארדענס סא עס איז זייער אינטערסאנט אין אימשאנעל, ווער געדענקט דעי יוד וואס פלעגט פארקויפן ספרים אין פאליש אויף די ערשטע טיש גלייך ווי מען קומט אריין, אייביג האט ער געהאט עפעס א גראם צו זאגען, ער האט געהאט א רויטע ווען מיין איך
ר' ... סאקס ע"ה
ר' יאסל סאקס ע"ה.
זיינע פייערדיגע ברכות קלינגען נאך יעצט אין די אויערן, ער פלעגט צווישן אנדערע כסדר פארקויפן א גורל אויף פארשידענע ווערטפולע זאכן און אריינשרייבן די נעמען פון די וואס האבן געקויפט אין אן אפגעדינטער נאוט בוק.
די פארשידענע נמוכי רוחא וואס האבן קונה שביתה אין בעיסמענט דארט, נישט ממש פאר אומזיסט, זיי האבן כמובן אונטערגעהאלטן די יוצאין ונכנסין...
די פורניטשור אידן ווי רעבעליע בערקאוויטש, וכדומה וואס האבן געגעסן געפילטע פיש מיט בילקעס ביי יעדע סעודת מצוה ויומה דפגרא...
שבת פארן דאוווענען פלעג דאס בית-מדרש זיין פיל שפרייזענדע תהילים׳זאגענדע אידן, ווען ביי טישן זיצן חבורות עלטערע אידן ווי לערנען אינאינעם מיט א ברען און א קאך, פארטיקולערלי זעה איך פאר די אויגן ר׳ משה האנדלער׳ן ע״ה זיך טענה׳נדיג מיט זיינע חברים איבער א שטיקל וואטעווער.
מ׳האט שוין דערמאנט דא די פלי-מארקעט וואס פלעג זיצן ביים מעריב פון ביהמ״ד צו, אנגעהויבן פון די סיידוואק דורכלויפנדיג די האלוועי אין פאליש ביזן ערשטן טיש אין בעסמעדרעש זעלבסט. אזעלעכע אידן ווי ר׳ שמואל שפיצער יחי׳ ויבל״ח ר הלל גאלדשטיין מטאבאקא, ר׳ יוסל סאקס (פארקויפט ספרים אינא באקס...) מיט זיינע גורלות ועוד ועוד. און צו די גאס צו איגעווען פארשידענע פעדלער וואס האבן פארקויפט מקאלינג קארד ועד שרוך נעל, און אינדערצווישן איבערגעניצטע כפרות כמיין דאבל עי בעטעריס...
איי ווי סבענק צו פינחס מיילעכס געוואלדעס אין נאכמכר צו זיינע גוייים.... גיי רעד צו די יונגווארג.