שבת לייט סוויטש

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

טויסט האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:
טויסט האט געשריבן: ער האט נעבעך אריינגעלייגט יארן ארבעט און שווערע געלטער, און טראך! אלעס ווערט איינגעשלינגען אין א שווארצע לאך פון בריוון און קול קורא'ס

אוי.. סנישט בעטעמט.

א איד גייט און ספענד אזויפיל געלט צו לעזן דעם שבת פראבלעם? הישמע כזאת.


ווייטאגלעך איז עס נאכאלץ,

און אגב, 'לעזן דעם שבת פראבלעם?' דאס הייסט פאר צוויי הונדערט יאר צירוק ווען סהאט נישט עקזיסטירט קיין לעקטער, איז נישט געווען אזא זאך ווי שבת? אויב וואלט עס געווען אויסגעהאלטען הונדערט פראצענט להלכה וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם! סהייסט די מינוט וואס ממעג עפענען א לייט שבת ווערט אויס שבת? וואסערע נארישע גערעדאכץ.

נאר וואדען, דער יוד קען נישט קיין הלכות שבת, ער האט געמיינט ער האט א אויסטרעף, און יעצט איז פארטיג, אבער א רחמנות איז ער

ער קען זיין א רחמנות מטעם הידוע, אבער ווייטאגליך?
ווער האט דיר באפוילן אויף זיך משתתף זיין בצער פון א אידס א הפסד? הלא השם
מי אתה מחליף במי. קוק אן די ערליכע רבנים ווי הרב בעלסקי שטייען און ווייטאגן קדושת השבת, ווען לדבריך קומט איינער וואס קען נישט הל' שבת און באשאפט עפעס וואס איז לכמה רבנים חייב מיתה, יעצט ווען ס'איז פארטיג קומט מען פרעגן און לויט עטליכע רבנים האט מען זיי פארנארט, פארשפרייט היתרים ווען מ'האט גערעדט נאר פאר חולים. שוינסט זיין געלט, יאבדו אלף כמותו ואל יבטל אות אחת מתורתינו הקדושה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בילד

קאוד: וועל אויס אלע

 THE SO-CALLED “KOSHER SWITCH” DEBACLE:  With the senior Rabbanim in North America emphatically rejecting the so-called kosher switch as a veritable sham Halachically, we are each left to learn how important it is to consult with our Gedolim prior to undertaking acts which are intended to have an impact on K’lal Yisrael. Indeed, even something like the study of Daf Yomi itself came under the scrutiny and approval of the K’neisiya Gedola in 1923.  We are a people rooted in Da’as Torah--going as far back as Galus Mitzrayim we were led by the zekeinim. Even on our less significant decisions, we should take the lesson to look to our Rabbonim--who can understand and apply the words of the Shulchan Aruch, Rishonim and Acharonim in ways we cannot. 
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

אמאל, ווען עס איז געקומען א פראגע, האבן רבנים געשריבן תשובות. בזמנינו שרייבט מען קול קוראס. שוין.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אמאל ווען עס איז געווען א פירצה האט דער רב פון שטאט געשיקט דעם שמש ציזאמריפען דעם
עולם צו א דרשה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

ירוחם האט געשריבן: אמאל, ווען עס איז געקומען א פראגע, האבן רבנים געשריבן תשובות. בזמנינו שרייבט מען קול קוראס. שוין.

זייער גוט!
זעהט אויס אז די רבנים קוקען עס אן מער ווי א פירצה ווי א שאלה. אין ס'דא א מקום אזוי צו טראכטען.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

לעכטיגער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן: אמאל, ווען עס איז געקומען א פראגע, האבן רבנים געשריבן תשובות. בזמנינו שרייבט מען קול קוראס. שוין.

זייער גוט!
זעהט אויס אז די רבנים קוקען עס אן מער ווי א פירצה ווי א שאלה. אין ס'דא א מקום אזוי צו טראכטען.

נע. דער פראבלעם איז פשוט אז דער עולם קען שוין היינט צו גוט לערנען, און ס'העלפט שוין נישט קיין תשובות
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

קיקיון האט געשריבן: אמאל ווען עס איז געווען א פירצה האט דער רב פון שטאט געשיקט דעם שמש ציזאמריפען דעם
עולם צו א דרשה

וואו ער האט פארגעליינט די תשובות פון גדולי הדור.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ירוחם האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: אמאל ווען עס איז געווען א פירצה האט דער רב פון שטאט געשיקט דעם שמש ציזאמריפען דעם
עולם צו א דרשה

וואו ער האט פארגעליינט די תשובות פון גדולי הדור.

אזוי גאר?
פאר וועם? פאר די בעלי מלאכה וואס זענען קוים קוים געקומען צו עין יעקב און משניות?
א יוד און וויאסדוס האט געוויסט ווער לעמבערגער רב איז?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35871
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאמר
אטעטשמענטס
מאמר על תחכומים הלכתיים.pdf
(339.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 158 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Capture.GIF

יי"כ farshlufen
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35871
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קיקיון האט געשריבן: בילד
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ירוחם האט געשריבן: אמאל, ווען עס איז געקומען א פראגע, האבן רבנים געשריבן תשובות. בזמנינו שרייבט מען קול קוראס. שוין.

הרה"ג ר' שלמה מיללער שליט"א
האט געשריבען ביידע

שלמה אליהו מילר
רה”כ ואב”ד דכולל טאראנטא

הנה לדעתי אין להתיר כלל המתג אור שקורין “כשר סוויטש"
בלע”ז ”Kosher Switch“

ואין לי פנאי להאריך אבל יש צורך גדול להעיר על שתי נקודות שלדעתי הרבה טועים בזה.
................................................. אנדערהאלבען בלאט ........................................ ..........................................................................................................................
היוצא מדברינו, שח”ו להתיר המתג אור שקורין ”Kosher Switch "
וב”ה כבר כתבו רבנים חשובים לאסור. ופשוט שיש בזה זלזול שבת שרוצים לעשות שבת כימי החול והשבת אצלנו ברכה ולא בעיה שצריך לפתור לעשותו כיום חול ושיהא אופן לעשות ביום שבת הכל כימי החול ח”ו. ובעזהי”ת נזכה להבין ששמירת שבת ברכה היא לנו
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

שירעם נאכן רעגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, איך בין דורכגעלאפן די לעצטערע בלעטער שנעלערהייט, עס איז געווען א שטיקל צומישעניש לאמיר מאכן א שטיקל בירור.

די מציאות לויט ווי איך האב געליינט פונעם מאנופאקטשורער איז אזוי

עס איז דא צוויי זייטן א נותן און א מקבל, ווען דער נותן שיקט א שטראל און דער מקבל באקומט עס נישט, פארלעשט זיך די לייט, און אויב באקומט ער עס יא צינדט זיך עס אן.

ווען דער נותן וויל שיקן א שטראל, דארף עס דורכגיין א TOLL BOTH ווי דער מוח פונעם סוויטש פארלאנגט א נאמבער, און דער נותן דארף געבן א נאמבער פון 1 - 100 "רענדאמלי" און דער מוח האט אויך א "Randomly number within a preset range " און נאר אויב דער נאמבער פונעם נותן איז גרעסער פונעם שומר הפתח קען ער גיין ווייטער.

די זעלבע זאך מיט מקבל, ווען ער וויל גיין אויסלעשן/אנצינדען די לייט דארף ער אויך דורכגיין דעם זעלבן שומר הפתח פאר ער קען גיין אויסלעשן/אנצינדען די לייט.


יעצט ווילן זיי זאגן אז עס איז א ספק ספיקא, ווייל עס דארף צוויי מאל דורכגיין די שומר הפתח וואס איז א ספק, און אזוי אויך איז עס א גרמא, צוליב דעם וואס יעצט איז נאך גארנישט דא נאר שפעטער וועט קומען די שטראלן.


וואס איז מיר נישט קלאר איז, וואס די פריסעט רעינדזש פארן שומר הפסח איז.

דהיינו, כדאי עס זאל זיין א ספק השקול, דארף לכאורה אויך זיין א 1-100 רעינדזש, ווייל אויב איז עס קלענער, איז עס שוין נישט קיין ספק השקול.

און בפשטות איז עס א קליינע רעינדזש, ווייל אויב וואלט עס געווען די זעלבע ביז הונדרעט, וואלט זיך געקענט מאכן אז במשך'ן גאנצען שבת זאל זיך עס נישט אנצינדען, ומה הועילו בתקנתן.

----

מקור פון גרמא איז פון די גמרא אין עבודה זרה אז עס איז דא א דאמבע מיט וואסער, און איינער נעמט אוועק דעם שטאפער, און פונעם כח פונעם וואסער ווערט איינער גע'הרג'עט, אויב איז עס מכח ראשון איז מען חייב מיתה, אויב מכח שני איז ער פטור.

כח ראשון איז די ערשטע שטראם פון וואסער דירעקט פונעם אראפנעמען די שטאפער, אדער ווי די שבת סוויטש רופט עס isolated piece of plastic

כח שני איז שוין פון די וואסער וואס איז געווען מער אריין אדער וואס רינט אויף א פלאץ פארן גיין צום נרצח.

אפילו כח שני איז אסור מדרבנן לכל עניני תורה.





אין סימן רע"ז ווערט גע'פסק'עט אז מען מעג "ווען" עפענען א טיר קעגן ליכט, עס איז נאר אלס גזירה ואכמ"ל, אפילו עס קען שפעטער קומען א ווינט וויבאלד יעצט איז נישט דא.




המשך יבא אי"ה בל"נ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גערעדט מיט עטליכע תלמידי חכמים, פראבירט דורכצוטון אליין, עס איז אסור מדינא.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שאינו יודע האט געשריבן: גערעדט מיט עטליכע תלמידי חכמים, פראבירט דורכצוטון אליין, עס איז אסור מדינא.

זאגט שאינו יודע, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט. ובתוכם ר' יחזקאל ראטה און הרב הארפענעס וועלכע לצורך חולה שאין בו סכנה לאזן זיי עס נוצן. דא הייסט אז עס איז נישט אזוי פשוט אז עס איז ממש אסור אזויווי אנצינדען א נארמאלע סוויטש.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קונטרס 'ארן העובד' המברר שבת סוויטש לאיסור חמור, יופיע בקרוב - תשובה מהג"ר אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב"ד מיהאלדי
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

קנאפער ידען האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן: גערעדט מיט עטליכע תלמידי חכמים, פראבירט דורכצוטון אליין, עס איז אסור מדינא.

זאגט שאינו יודע, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט. ובתוכם ר' יחזקאל ראטה און הרב הארפענעס וועלכע לצורך חולה שאין בו סכנה לאזן זיי עס נוצן. דא הייסט אז עס איז נישט אזוי פשוט אז עס איז ממש אסור אזויווי אנצינדען א נארמאלע סוויטש.

פארוואס זאגט איר אזוי הרב קנאפער?
ר' יחזקאל שרייבט "הננו בזה לגלות דעתנו ברבים שמעולם לא עלתה על דעתינו להתירה, כי יש על זה פקפוקים רבים על יסוד ההיתר מצד הלכה"
אסרט ער אינגאנצן.

ר' ישראל דוד שרייבט דע היתר "בבחינת הקל הקל תחלה, (כדמצינו חז"ל שממעטינן באיסור, ומורינן לעבור על איסור קלכדי שלא יבואו לעבור על איסור חמור יותר)
"אבדו נאמנותם בזה, על כן הנני מושך את ידי מזה"
ער האט לכתחלה מתיר געווען צו נוצן פאר א חולה, כאטש ס'איז אסור, ווייל ס'איז א איסור קל און נישט קיין איסור חמור. [פון אלע היימישע רבנים איז ער אפילו אין דעם געווען א יחיד ממש, רבנים האבן זיך געוואונדערט אויף אזא מין פסק] למעשה יעצט ציעט ער אינגאנצן צוריק אפילו פון דעם אויך.
אטעטשמענטס
1_1021x960.jpg
Untitled.png
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן: גערעדט מיט עטליכע תלמידי חכמים, פראבירט דורכצוטון אליין, עס איז אסור מדינא.

זאגט שאינו יודע, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט. ובתוכם ר' יחזקאל ראטה און הרב הארפענעס וועלכע לצורך חולה שאין בו סכנה לאזן זיי עס נוצן. דא הייסט אז עס איז נישט אזוי פשוט אז עס איז ממש אסור אזויווי אנצינדען א נארמאלע סוויטש.

פארוואס זאגט איר אזוי הרב קנאפער?
ר' יחזקאל שרייבט "הננו בזה לגלות דעתנו ברבים שמעולם לא עלתה על דעתינו להתירה, כי יש על זה פקפוקים רבים על יסוד ההיתר מצד הלכה"
אסרט ער אינגאנצן.

ר' ישראל דוד שרייבט דע היתר "בבחינת הקל הקל תחלה, (כדמצינו חז"ל שממעטינן באיסור, ומורינן לעבור על איסור קלכדי שלא יבואו לעבור על איסור חמור יותר)
"אבדו נאמנותם בזה, על כן הנני מושך את ידי מזה"
ער האט לכתחלה מתיר געווען צו נוצן פאר א חולה, כאטש ס'איז אסור, ווייל ס'איז א איסור קל און נישט קיין איסור חמור. [פון אלע היימישע רבנים איז ער אפילו אין דעם געווען א יחיד ממש, רבנים האבן זיך געוואונדערט אויף אזא מין פסק] למעשה יעצט ציעט ער אינגאנצן צוריק אפילו פון דעם אויך.

די צוויי בריוון האב'ך נאכנישט געהאט געזען, יישר כח פארן ברענגען. איך האב געזאגט לויט וואס זיי האבן געשריבן די ערשטע מאל.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

איך עלים לתרופה די וואך איז געווען א בריוו פון ר' שמאי גראסס וואס אסר'ט דאס בתכלית האיסור, אבער מתוך כותלי מכתבו זעט אויס אז ער אסר'ט עס נישט ממש מדינא, אלץ מלאכה. נאר אלץ זלוזל אין שבת.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

פין כמעט אלע בריווען שרייט עס ארויס
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ר' אברהם עמרם האלט אז עס איז א דאורייתא.

ער האט א שטארקע מ"מ לויטן אבני נזר

==


איך האב נאך נישט געזען קיין בירור פארוואס עס זאל זיין א היתר לכתחילה, די בריוון זענען לכאורה געשריבן געווארן פארן דורכטון די נושא

איך האב צוגעצייכענט מראי מקומות, איז דא איינער וואס איז גרייט עס דורכצוטון?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35871
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאינו יודע האט געשריבן: איך האב צוגעצייכענט מראי מקומות, איז דא איינער וואס איז גרייט עס דורכצוטון?

הלואי, כבוד הרב וואו זענען אייערע מראי מקומות?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

פר בן בקר האט געשריבן: איך עלים לתרופה די וואך איז געווען א בריוו פון ר' שמאי גראסס וואס אסר'ט דאס בתכלית האיסור, אבער מתוך כותלי מכתבו זעט אויס אז ער אסר'ט עס נישט ממש מדינא, אלץ מלאכה. נאר אלץ זלוזל אין שבת.

די זעלבע חכמים וואס האבן גע'אסר'ט מוקצה, כרמלית, הטמנה, עקירה בלי הנחה, בישול בתולדות האור, האבן גע'אסר'ט "זילותא דשבתא"

דער גרעסטער זילותא דשבתא איז, ווען מען באטראכט זילותא דשבתא פאר "בלויז" זילותא דשבתא...

היצט געזעהן דעם אשכול, אדורך געבלעטערט, כ'ווייס נישט וואס און אויף וועלכע דיבורים קאמענטירן...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בעאבאכטער האט געשריבן: דער גרעסטער זילותא דשבתא איז, ווען מען באטראכט זילותא דשבתא פאר "בלויז" זילותא דשבתא...

היצט געזעהן דעם אשכול, אדורך געבלעטערט, כ'ווייס נישט וואס און אויף וועלכע דיבורים קאמענטירן...


גערעכט מיט די נקודה, אז זילותא דשבתא איז א דרבנן. אבער די שאלה דא איז אויב "זילותא דשבתא" איז אפען פאר יעדער מורה הוראה, און מען קען אין דעם גדר כסדר אריינלייגן וואס די הרגשים זאגען?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”