נפלאות הבורא! - DNA

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

נפלאות הבורא! - DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

יעדער פון אונז האט שוין געהערט פון "DNA" וואס יעדע מענטש האט אין זיך, און יעדער ווייסט אז די FBI ניצט עס אין אויספארשונגען צו טרעפן די פארברעכער וכדומה, אבער וואס ווייניג ווייסן איז 'וואס אייגנטליך איז דאס DNA? וואס פאר א אויפגאבע האט עס אין די יצירה? אט דאס העמיר בעזהי"ת און קורצן מסביר זיין. (מ'דארף אביסעלע ליב האבן קעמעסטרי כדי ס'זאל זיין אינטרעסאנט...)

'די ען אי' (DeoxyriboNucleic Acid) איז א באשטאנדטייל וואס יעדע לעבעדיגע זאך אין דער באשעפער'ס וועלטל פארמאגט, עס זעהט אויס ווי א לאנגע געדרייטע לייטער וואס באשטייט פון אסאך אטאמען (atoms) צוזאמען, DNA איז ווי א בלו פרינט וואס פארמירט די גאנצע לעבעדיגע זאך ווי א מענטש, בהמה, וחיה, וכדומה.
בילד DNA

די עקזיסטענץ פון DNA איז ערשט אויפגעדעקט געווארן אין יארע 1868 דורך א שווייצע פארשער מיטן נאמען 'מישאר', אבער ער האט נישט געוויסט וואס דאס טוט' ערשט אין 1928 האט 'פרעדריק גריפיט' א 'בריטישער פארשער' דיסקאווערט אז האט א עפעקט אויף די באשאף פון דער חי' אבער מ'האט נאכאלץ נישט געוויסט וואס עס טוט' ביז 1952 האבן צוויי פראשער 'אלפרעד הערשי' און 'מערטא טשעיס' אנדעקט ווי אזוי דאס ארבייט' און מיט די יארן זענען די פארשער מער און מער קלארער געווארן וואס עס טוט און ווי אזוי דאס ארבייט עד היום הזה וואס מ'ווייסט נאכנישט צו פונקליך ווי אזוי ס'ארבייט.

כדי צו פארשטיין ווי אזוי DNA איז א בלו פרינט פאר די געבוי פון די מענטש (מיר וועלן ניצן די 'מענטש' אלס א משל), וועלען מיר מקדים זיין אפאר וויכטיגע און אינטרעסאנטע נקודות.

א מענטש איז א אויסטערליש פארגעשריטענע קאמפליצירטע פעקטארי, וואס דארט דרייען זיך ארום ארבייטער אויפזעהער רייניגער און שומרים, מיט א אסטראנאמישע גרויסע אינוועטארי, דער פעקטארי ארבייט 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר, יעדער אויף זיין תפקיד וואס דער בעל הבית דער בוכ"ע האט איהם צו געטיילט אז דער מענטש זאל קענען עקזיסטירן און דינען דעם באשעפער וואס האט דאס אלעס באשאפן.

לאמיר זיך אביסל באקענען מיט די פראדוקציע אין דער מעכטיגע פאבריק,
יעדע מענטש באשטייט פון ביליאנען 'עמינא עסידס' דאס זענען קליינע באשטאנדטיילן מיט וואס דער מענטשליכע געביין איז צוזאמגעשטעלט, דאס הייסט אזוי אין קורצן, אסאך 'עמינא עסידס' (Amino acids) צוזאמגעפרעסט הייסט א פראטין, פראטין צוזאמען מיט אנדערע קעמיקלס ווערן צעלן (Cells),פון אסאך צעלן צוזאמען ווערן טישאס (Tissue) און פון טישאס ווערן די אברים צוזאמגעשעלט, און אלע איברים צוזאמען זענען 'א מענטש' יציר כפיו של הקב"ה.

איז אזוי, כדי די פראטינס זאלן ארבייטן געהעריג דארף עס זיין א ספעציעלע פארעם, וואס אויב איז עס נישט די פארעם וואס ס'ברויכט צו זיין וועט עס בדרך כלל נישט טון די ארבייט וואס ער איז באשאפן געווארן, און דאס איז די אויפגאבע פון די DNA, איינע פון די פילע פונקציעס וואס דער יוצר בראשית האט אריינגעלייגט אין DNA איז אז ער זאגט פאר די 'עמינא עסידס' ווי אזוי זיי זאלן זיך צוזאמשטעלן אז ער זאל ווערן די ריכטיגע פראטין, וואס איז גאר וויכטיג ווייל כדי סזאל ארבייטן ווי ס'דארף צו זיין דארף עס ווערן געפארעמט מיט די ריכטיגע פארעם אין די ריכטיגע צייט און אויף די גוטע וועג.

DNA איז ווי א געדרייטע לייטער, דהיינו ס'האט אויף די צוויי זייטן צוויי גאר לאנגע שטריק ווי די צוויי 'ביעמס' פון א לייטער, און פון איין 'שטריק' צו די צווייטע לויפן אסאך קעמעקאלן ('קעמעקלס' בלע"ז) אזוי ווי די טרעפ פון א לייטער וואס לויפן פון איין 'ביעם' צו די צווייטע, פאקטיש זענען די 'טרעפ' נישט איין קעמעקל נאר עס באשטייט פון צוויי קעמעקלס איינס אויף די רעכטע זייט און איינס אויף די לינקע זייט און זיי קומען זיך צוזאם אינדערמיטן. עס זענען דא 4 ערליי קעמקלס וואס יעדע ווערט גערופן מיט א אות ווי A C G T וואס קענען ווערן געליינט פון אויבן אראפ יעדע זייט פון די 'לייטער' מיט זיין קעמעקל עקסטער, און יעדע דריי קעמעקלס לויט ווי עס ליינט זיך באשאפט א אנדערע 'עמינא עסיד', כמו שיתבאר לפנינו.

ווי באקאנט האט א מענטש אין זיך ביליאנען פיצקעלע צעלן Cells)) וואס יעדע צעל באשטייט פון צוויי הויפט חלקים וואס זענען די 'נאקליאס' (Nucleus)און די 'סייטאפלעזם' (Cytoplasm), די נאקליאס איז די אינעווייניגסטע חלק פונעם צעל וואס דארט ליגט די די גאנצע DNA 'שטריק' וואס איז לאנג מיליאנען אותיות (קעמיקלס) איינגעדרייט אין א באשטנדטייל וואס הייסט א 'קראמעזאם' (Chromosome) (יעדע חי האט א אנדערע מספר פון קראמעזאמס, א מענטש האט 46 קראמעזאמס), און דער 'סייטאפלעזם' איז די דרויסנדע חלק פונעם צעל, און דארט ליגן די 'עמינא עסידס'.
בילד מענטשליכע צעלן . בילד א אייצלנע צעל מיט 'נאקליאס' און 'סייטאפלעזם' . בילד 'די ען עי' אין א קראמעזאם.



יעצט העמיר זעהן ווי אזוי די DNA ווערט געניצט צו פארמירן נייע פראטין (וואס געשעט יעצט בשעת איר ליינט דאס אין כמעט יעדע צעל אין אייער גוף), ווי פאלגענד, א קראמעזאם שיקט ארויס א DNA 'שטריק' פון זיך, קומט גלייך צו לויפן א ענזיים (Enzyme) גערופן 'RNA', און ער כאפט אן די עק פונעם שטריק און 'סקענט' אדורך די אותיות פון אויבן אראפ און מאכט א 'קאפי' דערפין וואס ווערט אנגערופן א 'מעסענדשער RNA', דערנאך איינמאל ער איז באשאפן לויפט די 'מעסענדשער RNA' ארויס פון די נאקליאס (אינעווייניגסטע חלק פונעם צעל) צו די סייטאפלעזם (דרויסנדע חלק) ווי א באשטאנדטייל מיטן נאמען 'רייבאסאם' (Ribosome) כאפט זיך אן אויף די 'מעסענדשער RNA' און ליינט עס אפ דריי אותיות אויף אמאל, און לויט די קאוד וואס די דריי אותיות פארמירן ווייסט ער וועלעכע פון די צוואנציג ערליי 'עמינא עסידס' וואס לויפן ארום דא אין די סייטאפלעזם צו נעמען און צוזאמשטעלן, און אזוי שטעלט ער צוזאם א שטריק פון אסאך 'עמינא עסידס', איינמאל די שטריק איז פארטיג ווערט די גאנצע שטריק איינגעדרייט אין א א ספעציפישע שעיפ (לויט וועלעכע ערליי 'עמינא עסידס' ער פארמאגט), און דאס איז א פארטיגע 'פראטין'.
בילד 'עמינא עסידס' ווערט א פראטין .בילד 'די ען עי' קומט ארוס פון א קראמעזאם


איינמאל א פראטין איז פארמירט ווערט עס א חלק פון א טישא וואס ווערט דערנאך איינע פון די אברים פון די מענטש.

לכו חזו מפעלות אלוקים!

(בלי נדר וועלן מיר אי"ה אין א אנדערע געלעגנהייט מסביר זיין ווי אזוי DNA פון א מענטש ווערט געניצט אויף א קריים צענע)
הק' איש ימיני
רשי הקטן
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 9:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשי הקטן »

מורא'דיג אינטערעסאנט

שרייב נאך, איך וול זייער שטארק הנאה האבן,
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

וואלה וואלה!!!! וואס דער האט דא צאמגעווארפן!! העמיר זיך מאכן צייט אי"ה און עס אפליינען בעזהשי"ת
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געוואלדיג!! שיינעם דאנק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

הערליך שיין און קלאר ארויסגעברענגט!

יישר כוח!

מזל טוב צו דיין צוויי טויזענט תגובות
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

הערליך און געוואלדיג!!!

גיי נאר אן אזוי און לעב אויף דעם פארשלאפענעם וועלטל דא...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

געבוקמארקט!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

קודם כל א הערצליכען מזל טוב צום צווי טויזענסטע תגובה.

נאך דעם א גרויסען יישר כח פארן באשרייבען די די.ען.עי. וואס איז לדעתי פון די אינטרעסאנסטע ערפונדונגען פון לעצטע יאר הונדערט אין עולם הרפואה.

יעצט וואלט איך געוואלט פרעגען אביסעל וואס איך פארטיי נישט.

גערעכטער האט געשריבן: DNA איז ווי א געדרייטע לייטער, דהיינו ס'האט אויף די צוויי זייטן צוויי גאר לאנגע שטריק ווי די צוויי 'ביעמס' פון א לייטער, און פון איין 'שטריק' צו די צווייטע לויפן אסאך קעמעקאלן ('קעמעקלס' בלע"ז) אזוי ווי די טרעפ פון א לייטער וואס לויפן פון איין 'ביעם' צו די צווייטע, פאקטיש זענען די 'טרעפ' נישט איין קעמעקל נאר עס באשטייט פון צוויי קעמעקלס איינס אויף די רעכטע זייט און איינס אויף די לינקע זייט און זיי קומען זיך צוזאם אינדערמיטן. עס זענען דא 4 ערליי קעמקלס וואס יעדע ווערט גערופן מיט א אות ווי A C G T וואס קענען ווערן געליינט פון אויבן אראפ יעדע זייט פון די 'לייטער' מיט זיין קעמעקל עקסטער, און יעדע דריי קעמעקלס לויט ווי עס ליינט זיך באשאפט א אנדערע 'עמינא עסיד', כמו שיתבאר לפנינו.


1. וואס מיינט אז מען ליינט פון אויבן אראפ? וואס הייסט אויבן און וואס הייסט אונטען?
2. וואס מיינט "יעדע דריי קעמיקעלס", לויט וואו די שרייבסט איז די לייטער טרעפעל נאר צאם געשטעלט פון צוויי קעמיקעלס?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עקבי הצאן האט געשריבן: געבוקמארקט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כוח, א דאנק!

"מרבים אמונה בעולם"!!.

איך האב אמאל געהערט פון זייער א גרויסער פראפעסער און חוקר בעניני ד.נ.עי. אין א"י, וואס איז היינט א שומר תורה ומצוות, אז איינער וואס טוט דורך טיף דעם ענין, איז נישט מעגליך אז ער זאלט האלטן אז דאס איז געשען פון זיך אליינס, ער זאגט אז ד.נ.עי. איז פון די גרעסטע הוכחות אז הקב"ה האט באשפען די מענטשען און זיי געפארעמט פונקטליך אזוי ווי ער איז היינט, און נישט אזוי ווי די כופרים זאגן אז די מענשטשען זענען געווארן עוואלווט צו אזא מצב.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א דרויסן יישר כח

אזוינע ארטיקלן ברענגט ארויס די שיינקייט פון אייוועלט וכו'
ברענג נאך עס איז אן אינטערעסאנטער נושא
שכח
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

מוראדיג אינטערעסאנט, א ריזיגן יש"כ מיר זענען שוין הונגעריג פאר נאך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

נא_שכל האט געשריבן: יישר כוח, א דאנק!

"מרבים אמונה בעולם"!!.

איך האב אמאל געהערט פון זייער א גרויסער פראפעסער און חוקר בעניני ד.נ.עי. אין א"י, וואס איז היינט א שומר תורה ומצוות, אז איינער וואס טוט דורך טיף דעם ענין, איז נישט מעגליך אז ער זאלט האלטן אז דאס איז געשען פון זיך אליינס, ער זאגט אז ד.נ.עי. איז פון די גרעסטע הוכחות אז הקב"ה האט באשפען די מענטשען און זיי געפארעמט פונקטליך אזוי ווי ער איז היינט, און נישט אזוי ווי די כופרים זאגן אז די מענשטשען זענען געווארן עוואלווט צו אזא מצב.

#שבת קרבתנו אלערט ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן: וואלה וואלה!!!! וואס דער האט דא צאמגעווארפן!! העמיר זיך מאכן צייט אי"ה און עס אפליינען בעזהשי"ת
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ישר כח פאר אלע ש'כח'ס, עס גיבט חיזוק צו שרייבן נאך.
.......
יאפין האט געשריבן: יעצט וואלט איך געוואלט פרעגען אביסעל וואס איך פארטיי נישט.
1. וואס מיינט אז מען ליינט פון אויבן אראפ? וואס הייסט אויבן און וואס הייסט אונטען?
2. וואס מיינט "יעדע דריי קעמיקעלס", לויט וואו די שרייבסט איז די לייטער טרעפעל נאר צאם געשטעלט פון צוויי קעמיקעלס?

1. איה''נ לאו דוקא אויבן אונטן, נאר פון איין עק צום צווייטן דהיינו דורך די גאנצע לענג וואס פארמאגט מיליאנען קאודס, נישט די ברייט וואס האט נאר צוויי,
2. לפי הנ''ל מובן, ווייל ער סקענט דורך די גאנצע לענג וואס האט מיליאנען קאודס אבער ער ליינט נאר דריי קאודס אויף איין מאל און ער פראדאצירט איין עמינא עסיד, דערנאך ליינט ער נאך דריי און פראדאצירט נאך איין עמינא עסיד וכו' וכו'
הק' איש ימיני
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

שכוח גערעכטער! געבענטשט זאלסטו זיין.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן: וואלה וואלה!!!! וואס דער האט דא צאמגעווארפן!! העמיר זיך מאכן צייט אי"ה און עס אפליינען בעזהשי"ת


זיך געמאכט צייט און דורכגעליינט, וואס זאל איך דיר זאגן, שוין לאנג נישט געליינט אזא קלארע און אנגענעמע ווערק! דו ברענג נאר נאך!!!

[צווייפל, אויב דו קענסט אהערשטעלן אזעלכע סחורה דאן קום איך צו לויפן אויף אלע פיר!!!]
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן: זיך געמאכט צייט און דורכגעליינט, וואס זאל איך דיר זאגן, שוין לאנג נישט געליינט אזא קלארע און אנגענעמע ווערק! דו ברענג נאר נאך!!!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע:אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

פלאחותיך האט געשריבן: מוראדיג אינטערעסאנט, א ריזיגן יש"כ מיר זענען שוין הונגעריג פאר נאך
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

בוקמארקט. נאכנישט געליינט אבער דאנקן דארף איך דיר פארן נעמען די מי אונז מהנה צו זיין
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געלעגער האט געשריבן: בוקמארקט. נאכנישט געליינט אבער דאנקן דארף איך דיר פארן נעמען די מי אונז מהנה צו זיין

גיימיר צו ווארטען. און ליינען מיט א רואעיגע קאפ.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW WOW WOW!! אין מילים! הערליכע שיינע טיפע ידיעות ארויסגעברענגט מיט אזא קלארע שפראך אז נאר!
מה רבו מעשיך ה'!

און א מזל טוב צו דער תגובה דער צוויי טויזענסטער. יישר כח פארן אונז אייביג אזוי מהנה זיין מיט א קאפ אזא "גערעכטער". זאלסטו האבן פון אלעם גוטן און מיר זאלן תמיד פון דיר קענען הנאה האבן.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

הרב גערעכטער, מה אומר ומה אדבר
אזא געוואלדיגע ידען א טאלאנטפולע שרייבער
מלא ידיעות ובקיאות קוועלט ווי א מעין המתגבר
די וואונדערליכן די. ען. עי. את האוזן לסבר
די נסים ונפלאות פונעם בורא דער קל כביר
קיין מענטשליך הענט קען עס נישט זיין מחבר

ווי אויך ווילן מיר דיר וואונטשן בחדא מחתא
דער ציפער 2000 ביזט געווארן א דערגרייכטע
אויף דיינע אלע תגובות פון שווערע ביז לייכטע
זאגן מיר ס'איז ריין טאלאנט! ולא כאסמכתא
הרב גערעכטער שליט"א! בשמן ששון נמשחת
די אלע הימלישע טויערן זאלן זיין אויפגעמאכטע
זאלסט אונז ווייטער קענען דערפרייען ושימחת

כ"ד הכותב בקצירת האומר
קטן ודל "קרוץ מחומר"
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

געוואלדיג..!

צום שלימות פינעם ארטיקעל ענדיג צו וואס אינעם די ען עי עס טוישט זיך כדי אז עס זאל ווערן א דאון סינדראם קינד (עס זאל נישט מאכען ביי קיין שום איד), ווייל דא זעט מען אויך זייער שטארק השגחת הבורא און ווי ער איז מנהיג הבירה און פון אזא מינדעסטע שינו פאסירט וואס עס פאסירט.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

א שיינעם דאנק פאר די מיה !

זייער הנאה געהאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”