ס'איז מיר בייגעפאלן צו צאמנעמען לפונדק אחד א רשימה פון רבנים גאונים וצדיקים וואס האבן געלאזט פאלן ווערטער, איינער מער און איינער ווייניגער, וועגן די צרות הממשמשים ובאים, כל צרה שלא תבוא חלילה. יעדעס שטיק צייט באגעגן איך זיך מיט אזעלכע און ענליכע פתגמי צדיקים, אז דער צדיק אדער יענער גאון האט שוין געזאגט קלאר אלעס. לעצטנס האב איך געהערט אז ס'איז דא א מורא'דיגע בריוו פון קאשויער רב ר' שאול בראך ז"ל וואס שרייבט קלארע זאכן. אזוי איז באקאנט ר' שמעולע זעליכאווער. ר' אלחנן וואסערמאן. ס'דא אסאך
ס'איז דא די מעשה פון שינאווער רב זי"ע , וואס ער האט געזאגט די טאג וואס דער רשע ימ"ש איז געבוירען, "אז ס'איז היינט געבוירען א גרויסער רשע" און דער עולם זאל מתפלל זיין.
(איך געדענק נישט פונקטליך די לשון)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט, עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
לעכטיגער האט געשריבן:
ר' אלעזר ריישער האט געזאגט ממש אפענע דיבורים אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא
רבי אלעזר ריישער האט געשיקט חסידים וואונען אויף אמעריקא, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט טענות היתכן, האט ער געענטפערט וואס זאל איך טוהן? איך זעה אז די ערד פון יוראפ וועט ברענען און ס'וועט נישט מעגליך זיין דאהי צו פארבלייבן.
(געהערט מפי נכדו של רבי אהרן שטערן ע"ה וועלכע איז געשיקט געווארן אהער און איבערגעלאזט איינילעך ירא ה' וחושבי שמו אויך דער באקאנטער רבי חיים געלב ע"ה איז געקומען אהער על פי פקודתו)
לעכטיגער האט געשריבן:
ר' אלעזר ריישער האט געזאגט ממש אפענע דיבורים אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא
רבי אלעזר ריישער האט געשיקט חסידים וואונען אויף אמעריקא, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט טענות היתכן, האט ער געענטפערט וואס זאל איך טוהן? איך זעה אז די ערד פון יוראפ וועט ברענען און ס'וועט נישט מעגליך זיין דאהי צו פארבלייבן.
(געהערט מפי נכדו של רבי אהרן שטערן ע"ה וועלכע איז געשיקט געווארן אהער און איבערגעלאזט איינילעך ירא ה' וחושבי שמו אויך דער באקאנטער רבי חיים געלב ע"ה איז געקומען אהער על פי פקודתו)
אין איש חמודות ברענגט ער אז ווען ר' מיכאל בער זצ"ל האט געבעטן נייטרא רב זצ"ל אז ער זאל פארבלייבן אלס רב אין טירנוי (וואו ער האט געדינט אלס רב איידער ער האט גענומען אויף זיך די נייטרא'ע רבנות), האט נייטרא רב ארומשפאצירט פארקאכטערהייט אין צימער און דערנאך זיך אנגערופן "איך שפיר אז עס גייט קומען א צייט וואס נאר אין נייטרא גייט זיין א ישיבה, איך וויל דארט זיין!" (כתבתי הלשון ולא העתקתיו)
מען האט שוין געשריבען וועגען דער דייטשער גדול צדיק ומקובל רבי פנחס משה אלחנן חיים מנחם המכונה היל"א וועקסלער זצ"ל דיין בהעכבערג (א תלמיד פון הרה"ק רבי אברהם שאג זצ"ל) וואס האט מער ווי זעכציג יאר פאר די צווייטע וועלטס קריג געדרוקט א ספר "דבר אזהרה לישראל" ווי ער זאגט אז עס איז שוין נגזר געווארען דער ביטערע גזר דין פון חורבן אייראפע.
ר' אברהם בן ר' נחמן (טולטשינער) ז"ל, וואס איז געווען פון די גאר געהויבענע ברסלב'ע חסידים פאר די ערשטע וועלט מלחמה, שרייבט אין זיין ספר כוכבי אור (שי"ל בפעם הראשון שנת תרנ"ו): "ע"פ הצירופים שראיתי כליה באה לעולם" עכ"ל בערך עפ"י הזכרון.
אין הקדמה אויף ספר ויגד יעקב חלק בראשית שרייבט זיין זוהן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל:
"ושמעתי מדו"ז הה"ג החסיד מו"ה יעקב יחזקי' זצ"ל מחוסט, אחיו של אא"ז הגה"ק בעל ערוגת הבשם זצ"ל, שפעם אחת אמר אא"ז זצ"ל בימי חליו, מתיירא אני שהתוה"ק תלך עוד בגלות לאמעריקא, כי הלא רואים שהולכת גולה אחר גולה, מתחילה גלתה מא"י לבבל ...... ומי יודע אם לא תגלה עוד לאמעריקא עכ"ד. ואז בשמעי הדברים לא הבנתי מהו האנחה על זה, דמאי נפקא מינה כל היכא דאיתא בי גזע דרחמנא איתא, ועכשיו שכבר נתקיימו הדברים בעווה"ר אנו רואין שיש די מה להתאנח ע"ז. חדא, על הסיבה שהביאה לידי כך דהיינו חורבן הקהלות עם רבבות בני תורה שנעדרו בעווה"ר....
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש(בעל התניא מליאדי)
תמימות האט געשריבן:
אויך איינער פון די סטאלינער ברודערס האט פארארבעט מעשים פאר די קריג, ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און נאכדעם וואס ער האט נישט געפוילט איז ער צוריק געקומען און אוועק אין קריג, עפעס אזוי זינגט ר' יו"ט ערליך ז"ל אויף זיין טעיפ.
הרה"ק ר' אברהם אלימלך מ'קארלין איז דייקא צירוק געפארען צו זיין דוקא דארט.
דאן קען מען אויך דערמאנען הגאון רבי אלחנן וואסערמאן און רבי אלעזר אושפצינער.
הרב יונה מצגר וואס האט ארויס געגעבען די שיעורים אויף קבלה פון רבי שמעון זעליכובער שרייבט בתוך דבריו בהקדמתו: "בין שיעוריו לתלמידים המיוחדים של רבי שמעון זצ"ל אמר לתלמידיו לפני השואה, שעתידה מלכות גרמניה להרוג כששה מליון יהודים בהשמדה שיטתית ואכזריות. היו מבין התלמידים כששמעו את דבריו אלה, חשבו כי נטרפה עליו דעתו רח"ל..." אין דער ספר זעלבסט בתוך השיעורים איז רבי שמעולע מסביר פארוואס פונקט זעקס מיליון ער זאגט אויך דארט עתידות איבער א הקמה פון א 'אידישע מדינה'. גאר גאר אינטרעסאנטע פלאים. אסאך זענען ווינדערן זיך טאקע אויף דעם ספר, אז איינער זאלן קענען רעדן איבער עתיד ברחל בתך הקטנה ולא דבר צרור ארצה.
לעצטנס דערציילט מען אויך אויף הגר"ש וואזנער'ס עולה זיין קיין ארץ ישראל, וואס אלע בני המשפחה האבן איהם אנגעקוקט ווי ער איז גייסטיש צורודערט געווארען, אבער דאך האט ער געזאגט אז אין יוראפ האט ער מורא, וניצל.
אין ספר לפיד האש שטייט איבער א באקאנטע דרשה וואס דער קלויזענבורגער רבי האט געזאגט בשנת תרצ"ז אין שטאט בילגרייא. וה"ה כעי"ז דער דרשה פון סאטמאר רבי אין א יום תענית אפילו נאכדעם וואס דער רשע 'גאגא' ימ"ש האט געהאט אפגע'פגר'ט. - אבער קען זיין זיי האבן גערעדט איבער א גרויסע צרה וואס קומט, פשוט ווייל מ'האט דאס שוין געקענט שפירן אין די ווינטן, די נייעס איז געוועהן כסדא איבער דעם. אבער איבער דער עצם מציאות פון 'האלקאוסט' האבן זיי נישט גערעדט.