צדיקים וואס האבן פאראויסגעזאגט דעם חורבן אייראפע

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

צדיקים וואס האבן פאראויסגעזאגט דעם חורבן אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

ס'איז מיר בייגעפאלן צו צאמנעמען לפונדק אחד א רשימה פון רבנים גאונים וצדיקים וואס האבן געלאזט פאלן ווערטער, איינער מער און איינער ווייניגער, וועגן די צרות הממשמשים ובאים, כל צרה שלא תבוא חלילה.
יעדעס שטיק צייט באגעגן איך זיך מיט אזעלכע און ענליכע פתגמי צדיקים, אז דער צדיק אדער יענער גאון האט שוין געזאגט קלאר אלעס.
לעצטנס האב איך געהערט אז ס'איז דא א מורא'דיגע בריוו פון קאשויער רב ר' שאול בראך ז"ל וואס שרייבט קלארע זאכן.
אזוי איז באקאנט ר' שמעולע זעליכאווער.
ר' אלחנן וואסערמאן.
ס'דא אסאך

ווער נאך?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ס'איז דא די מעשה פון שינאווער רב זי"ע , וואס ער האט געזאגט די טאג וואס דער רשע ימ"ש איז געבוירען,
"אז ס'איז היינט געבוירען א גרויסער רשע" און דער עולם זאל מתפלל זיין.

(איך געדענק נישט פונקטליך די לשון)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: ס'איז דא די מעשה פון שינאווער רב זי"ע , וואס ער האט געזאגט די טאג וואס דער רשע ימ"ש איז געבוירען,
"אז ס'איז היינט געבוירען א גרויסער רשע" און דער עולם זאל מתפלל זיין.

(איך געדענק נישט פונקטליך די לשון)


אויב ער וועט אויפוואקסען וועט ער זיין ערגער ווי המן הרשע

כידוע איז דא רמזים פונעם חפץ חיים זצ''ל, בעלזער רב זצ''ל איז געפארן אמאל קיין וויען און איז איינגעשטאנען אקעגן איבער דעם צורר'ס האטעל און האט פארארבעט מעשים און תפילות
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום דינסטאג יולי 07, 2015 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35873
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער מלאך ז"ל.

---

קאלאשיצער רב ז"ל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נח הערש
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נח הערש »

עטליכע מעשיות פון הייליגען ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע (עיין במופת הדור באריכות ומקור)
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

ר' אלעזר ריישער האט געזאגט ממש אפענע דיבורים אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא
יחזקי' טייטלבוים
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקי' טייטלבוים »

נח הערש האט געשריבן: עטליכע מעשיות פון הייליגען ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע (עיין במופת הדור באריכות ומקור)

עפעס ליגט מיר אין קאפ עפעס א מעשה מיט החסיד הנודע ר' שלמה ענגיל הי"ד אז ר' ישעי'לע האט זיך אנגערופען צו אים אז אויף דיינע קינדער האב איך שוין אויסגעבעטען
און אויך נאך א מעשה וועגען איינער.... (געדענק נישט קיין נאמען) האט געוואלט מאכען א אוהל פאר זיין טאטע און איבערלאזען פלאץ פאר זיך אויך, האט אים ר' ישעי'לע געזאגט אז פאר אים דארף ער נישט איבערלאזען קיין פלאץ מער....
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

עי' משך חכמה פרשת בחקותי
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

בך בטחו האט געשריבן: עי' משך חכמה פרשת בחקותי

דאס?
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

יחזקי' טייטלבוים האט געשריבן:
נח הערש האט געשריבן: עטליכע מעשיות פון הייליגען ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע (עיין במופת הדור באריכות ומקור)

עפעס ליגט מיר אין קאפ עפעס א מעשה מיט החסיד הנודע ר' שלמה ענגיל הי"ד אז ר' ישעי'לע האט זיך אנגערופען צו אים אז אויף דיינע קינדער האב איך שוין אויסגעבעטען
און אויך נאך א מעשה וועגען איינער.... (געדענק נישט קיין נאמען) האט געוואלט מאכען א אוהל פאר זיין טאטע און איבערלאזען פלאץ פאר זיך אויך, האט אים ר' ישעי'לע געזאגט אז פאר אים דארף ער נישט איבערלאזען קיין פלאץ מער....

שלום עליכם, א פיינער התחלה!
נח הערש
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נח הערש »

ישר כח פאר'ן מיר ארויסהעלפען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לעכטיגער האט געשריבן: ר' אלעזר ריישער האט געזאגט ממש אפענע דיבורים אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא


רבי אלעזר ריישער האט געשיקט חסידים וואונען אויף אמעריקא, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט טענות היתכן, האט ער געענטפערט וואס זאל איך טוהן? איך זעה אז די ערד פון יוראפ וועט ברענען און ס'וועט נישט מעגליך זיין דאהי צו פארבלייבן.

(געהערט מפי נכדו של רבי אהרן שטערן ע"ה וועלכע איז געשיקט געווארן אהער און איבערגעלאזט איינילעך ירא ה' וחושבי שמו אויך דער באקאנטער רבי חיים געלב ע"ה איז געקומען אהער על פי פקודתו)
מורשת חכמי אמעריקא
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

בן בוזי האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן: ר' אלעזר ריישער האט געזאגט ממש אפענע דיבורים אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא


רבי אלעזר ריישער האט געשיקט חסידים וואונען אויף אמעריקא, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט טענות היתכן, האט ער געענטפערט וואס זאל איך טוהן? איך זעה אז די ערד פון יוראפ וועט ברענען און ס'וועט נישט מעגליך זיין דאהי צו פארבלייבן.

(געהערט מפי נכדו של רבי אהרן שטערן ע"ה וועלכע איז געשיקט געווארן אהער און איבערגעלאזט איינילעך ירא ה' וחושבי שמו אויך דער באקאנטער רבי חיים געלב ע"ה איז געקומען אהער על פי פקודתו)

ייש"כ פארן מקור
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8730
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אין איש חמודות ברענגט ער אז ווען ר' מיכאל בער זצ"ל האט געבעטן נייטרא רב זצ"ל אז ער זאל פארבלייבן אלס רב אין טירנוי (וואו ער האט געדינט אלס רב איידער ער האט גענומען אויף זיך די נייטרא'ע רבנות), האט נייטרא רב ארומשפאצירט פארקאכטערהייט אין צימער און דערנאך זיך אנגערופן "איך שפיר אז עס גייט קומען א צייט וואס נאר אין נייטרא גייט זיין א ישיבה, איך וויל דארט זיין!" (כתבתי הלשון ולא העתקתיו)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען האט שוין געשריבען וועגען דער דייטשער גדול צדיק ומקובל רבי פנחס משה אלחנן חיים מנחם המכונה היל"א וועקסלער זצ"ל דיין בהעכבערג (א תלמיד פון הרה"ק רבי אברהם שאג זצ"ל) וואס האט מער ווי זעכציג יאר פאר די צווייטע וועלטס קריג געדרוקט א ספר "דבר אזהרה לישראל" ווי ער זאגט אז עס איז שוין נגזר געווארען דער ביטערע גזר דין פון חורבן אייראפע.

זעה דא:
viewtopic.php?p=773785#p773785

און דא:
viewtopic.php?p=909189#p909189
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8035
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ר' אברהם בן ר' נחמן (טולטשינער) ז"ל, וואס איז געווען פון די גאר געהויבענע ברסלב'ע חסידים פאר די ערשטע וועלט מלחמה, שרייבט אין זיין ספר כוכבי אור (שי"ל בפעם הראשון שנת תרנ"ו): "ע"פ הצירופים שראיתי כליה באה לעולם" עכ"ל בערך עפ"י הזכרון.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

ר' נחום מטאחוב, פאראויסגעזאגט דעם ערשטן וועלט קריג
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אין הקדמה אויף ספר ויגד יעקב חלק בראשית שרייבט זיין זוהן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל:

"ושמעתי מדו"ז הה"ג החסיד מו"ה יעקב יחזקי' זצ"ל מחוסט, אחיו של אא"ז הגה"ק בעל ערוגת הבשם זצ"ל, שפעם אחת אמר אא"ז זצ"ל בימי חליו, מתיירא אני שהתוה"ק תלך עוד בגלות לאמעריקא, כי הלא רואים שהולכת גולה אחר גולה, מתחילה גלתה מא"י לבבל ...... ומי יודע אם לא תגלה עוד לאמעריקא עכ"ד. ואז בשמעי הדברים לא הבנתי מהו האנחה על זה, דמאי נפקא מינה כל היכא דאיתא בי גזע דרחמנא איתא, ועכשיו שכבר נתקיימו הדברים בעווה"ר אנו רואין שיש די מה להתאנח ע"ז. חדא, על הסיבה שהביאה לידי כך דהיינו חורבן הקהלות עם רבבות בני תורה שנעדרו בעווה"ר....
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עפעס א מעשה מיט רבי שלמה'קע זווהילער ליגט מיר אין קאפ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
תמימות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות »

כ'האב געהערט אמאל אויף דעם חקל יצחק.

אויך איינער פון די סטאלינער ברודערס האט פארארבעט מעשים פאר די קריג, ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און נאכדעם וואס ער האט נישט געפוילט איז ער צוריק געקומען און אוועק אין קריג, עפעס אזוי זינגט ר' יו"ט ערליך ז"ל אויף זיין טעיפ.

אמאל געהערט אז דער קעלעמער מגיד האט פאראויס געזאגט, ביי די ברוינשווייגער אסיפה, יעצט האט מען ערקלערט געזעצליך אז דער יוד איז א יוד אן א שו"ע, אמאל וועט נאך דיטשלאנד ערקלערן געזעצליך גזירות רעות.. כ' געדענק נישט פונקטליך...
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

תמימות האט געשריבן: אויך איינער פון די סטאלינער ברודערס האט פארארבעט מעשים פאר די קריג, ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און נאכדעם וואס ער האט נישט געפוילט איז ער צוריק געקומען און אוועק אין קריג, עפעס אזוי זינגט ר' יו"ט ערליך ז"ל אויף זיין טעיפ.


הרה"ק ר' אברהם אלימלך מ'קארלין איז דייקא צירוק געפארען צו זיין דוקא דארט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויך איז דא א מעשה מיט הצדיק המקובל ר' יהודה אשלג פון א חלום מיט א שווערד וואס ער האט צוגענומען פונעם צורר.
מקור האט איינ ער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איך מיין אז איך האב עס געהערט אומפן מהרייצ, אז ער האט געזעהן אין הימל ווי די 'ברוינע' דרייען זיך, (דאס איז געווען די קאליר פון די נאציס )

איך געדענק נישט פונקליך, אבער עפעס אזוי וואס
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לעכטיגער האט געשריבן:
תמימות האט געשריבן: אויך איינער פון די סטאלינער ברודערס האט פארארבעט מעשים פאר די קריג, ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און נאכדעם וואס ער האט נישט געפוילט איז ער צוריק געקומען און אוועק אין קריג, עפעס אזוי זינגט ר' יו"ט ערליך ז"ל אויף זיין טעיפ.


הרה"ק ר' אברהם אלימלך מ'קארלין איז דייקא צירוק געפארען צו זיין דוקא דארט.


דאן קען מען אויך דערמאנען הגאון רבי אלחנן וואסערמאן און רבי אלעזר אושפצינער.

הרב יונה מצגר וואס האט ארויס געגעבען די שיעורים אויף קבלה פון רבי שמעון זעליכובער שרייבט בתוך דבריו בהקדמתו:
"בין שיעוריו לתלמידים המיוחדים של רבי שמעון זצ"ל אמר לתלמידיו לפני השואה, שעתידה מלכות גרמניה להרוג כששה מליון יהודים בהשמדה שיטתית ואכזריות. היו מבין התלמידים כששמעו את דבריו אלה, חשבו כי נטרפה עליו דעתו רח"ל..." אין דער ספר זעלבסט בתוך השיעורים איז רבי שמעולע מסביר פארוואס פונקט זעקס מיליון ער זאגט אויך דארט עתידות איבער א הקמה פון א 'אידישע מדינה'. גאר גאר אינטרעסאנטע פלאים. אסאך זענען ווינדערן זיך טאקע אויף דעם ספר, אז איינער זאלן קענען רעדן איבער עתיד ברחל בתך הקטנה ולא דבר צרור ארצה.

לעצטנס דערציילט מען אויך אויף הגר"ש וואזנער'ס עולה זיין קיין ארץ ישראל, וואס אלע בני המשפחה האבן איהם אנגעקוקט ווי ער איז גייסטיש צורודערט געווארען, אבער דאך האט ער געזאגט אז אין יוראפ האט ער מורא, וניצל.

אין ספר לפיד האש שטייט איבער א באקאנטע דרשה וואס דער קלויזענבורגער רבי האט געזאגט בשנת תרצ"ז אין שטאט בילגרייא. וה"ה כעי"ז דער דרשה פון סאטמאר רבי אין א יום תענית אפילו נאכדעם וואס דער רשע 'גאגא' ימ"ש האט געהאט אפגע'פגר'ט. - אבער קען זיין זיי האבן גערעדט איבער א גרויסע צרה וואס קומט, פשוט ווייל מ'האט דאס שוין געקענט שפירן אין די ווינטן, די נייעס איז געוועהן כסדא איבער דעם. אבער איבער דער עצם מציאות פון 'האלקאוסט' האבן זיי נישט גערעדט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב אמאל געזעהן און געהאט א אויסצוג פון א צייטונג אין פוילען (פון די ת"ר פ'ס) ווי עס איז געווען באריכטעט אז איינע פון די רבי'ס אדער רבנים זאגען פאראויס א שואה. כ'געדענק שוין נישט ווער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”