ער שרייבט (זעה וויקיפידיע) אז ער נעמט זיינע זאכן פון וואס ער האט געלערנט פון יאשקע
נייע בוך: וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן
איבער ספרים און מחברים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- פשוט'ער אידל
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm
יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
איך גיי גובר זיין די ייצר טוב איבער די ייצר הרע און גארנישט שרייבען, ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי...
האב שכל און גיב א שמייכעל!
- נא_שכל
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8036
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע:עולם התורה
יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
מענין לענין איז כדאי צו וויסן (און מודיע צוזיין פאר די חשוב'ע רבנים וואס זענען דן בנושא...) אז דער ספר "חשבון הנפש" פון ר' מענדל איש סטאנוב ז"ל, וואס איז געווען אזוי באליבט ביי די בעלי "מוסר" (הגרי"ס ותלמידיו) איז געבויט אויף א ביך פון מר. בנימין פרנקלין (בענדזשעמען פרענקלין דער פון די אמעריקאנער הונדערטער'ס), און זיין מוסר בוך איז געבויט גאר שטארק אויף זיינע רעליגעזע אנשויאונגען און מיט דעם אלעם האבן די חכמי המוסר געלערנט די ספר וואס איז נאכגשריבן דערפון.
און פורום אוצר החכמה האט איינער מצרף געווען דער מבוא פון א נייע אויפלאגע פונעם ספר , וואס דארט שמועסט ער שטארק אויס דער ענין, און פרובירט שטארק אראפצושפילן אז ער האט נישט ממש מעתיק געווען דעם גאנצען ספר, נאר ער האט גענומען דעם עיקר געדאנק און מער ווייניגער דער מהלך פונעם ספר פון מר. פרנקלין.
עכ"פ לעניננו, דארט איז געווען דער נידון סאך הארבער לפענ"ד מ'האט גענומען א גויאיש ביכל און געמאכט דערפון א "מוסר ספר", משא"כ דא האט מען עס פשוט איבערגעטייטש און ארויסגענומען די אשפה דערפון און מ'פארקויפט אלס א "ביכל" נישט אלס א מוסר ספר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
מענין לענין איז כדאי צו וויסן (און מודיע צוזיין פאר די חשוב'ע רבנים וואס זענען דן בנושא...) אז דער ספר "חשבון הנפש" פון ר' מענדל איש סטאנוב ז"ל, וואס איז געווען אזוי באליבט ביי די בעלי "מוסר" (הגרי"ס ותלמידיו) איז געבויט אויף א ביך פון מר. בנימין פרנקלין (בענדזשעמען פרענקלין דער פון די אמעריקאנער הונדערטער'ס), און זיין מוסר בוך איז געבויט גאר שטארק אויף זיינע רעליגעזע אנשויאונגען און מיט דעם אלעם האבן די חכמי המוסר געלערנט די ספר וואס איז נאכגשריבן דערפון.
און פורום אוצר החכמה האט איינער מצרף געווען דער מבוא פון א נייע אויפלאגע פונעם ספר , וואס דארט שמועסט ער שטארק אויס דער ענין, און פרובירט שטארק אראפצושפילן אז ער האט נישט ממש מעתיק געווען דעם גאנצען ספר, נאר ער האט גענומען דעם עיקר געדאנק און מער ווייניגער דער מהלך פונעם ספר פון מר. פרנקלין.
עכ"פ לעניננו, דארט איז געווען דער נידון סאך הארבער לפענ"ד מ'האט גענומען א גויאיש ביכל און געמאכט דערפון א "מוסר ספר", משא"כ דא האט מען עס פשוט איבערגעטייטש און ארויסגענומען די אשפה דערפון און מ'פארקויפט אלס א "ביכל" נישט אלס א מוסר ספר.
פון בנימין פרענקלין רעדסטו? נו שוין... דערמאנטס מיך א ווארטל בשם לאשאנצער רב זז"ג, שהקשה קושיא עצומה, וואס דארף איך דינען דעם .... רבי'ן וואס ער דינט בנימין פרענקלין, כ'קען דאך דינען בנימין פרענקלין אליינס.....
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
די צוויי שותפים ארויסגעבער פונעם בוך האבן זיך אנטשולדיגט פאר די רבנים און האבן זיך פארענטפערט אז זיי האבן נישט געכאפט די חומר הענין ווי ווייט עס גייט און אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום שלעכטע מאטיוון ח"ו.
אויך האבן זיי זיך אויסגעדריקט אז זיי זעעהן שוין איין אז דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20196
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע:למטה מעשרה
נא_שכל האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
מענין לענין איז כדאי צו וויסן (און מודיע צוזיין פאר די חשוב'ע רבנים וואס זענען דן בנושא...) אז דער ספר "חשבון הנפש" פון ר' מענדל איש סטאנוב ז"ל, וואס איז געווען אזוי באליבט ביי די בעלי "מוסר" (הגרי"ס ותלמידיו) איז געבויט אויף א ביך פון מר. בנימין פרנקלין (בענדזשעמען פרענקלין דער פון די אמעריקאנער הונדערטער'ס), און זיין מוסר בוך איז געבויט גאר שטארק אויף זיינע רעליגעזע אנשויאונגען און מיט דעם אלעם האבן די חכמי המוסר געלערנט די ספר וואס איז נאכגשריבן דערפון.
און פורום אוצר החכמה האט איינער מצרף געווען דער מבוא פון א נייע אויפלאגע פונעם ספר , וואס דארט שמועסט ער שטארק אויס דער ענין, און פרובירט שטארק אראפצושפילן אז ער האט נישט ממש מעתיק געווען דעם גאנצען ספר, נאר ער האט גענומען דעם עיקר געדאנק און מער ווייניגער דער מהלך פונעם ספר פון מר. פרנקלין.
עכ"פ לעניננו, דארט איז געווען דער נידון סאך הארבער לפענ"ד מ'האט גענומען א גויאיש ביכל און געמאכט דערפון א "מוסר ספר", משא"כ דא האט מען עס פשוט איבערגעטייטש און ארויסגענומען די אשפה דערפון און מ'פארקויפט אלס א "ביכל" נישט אלס א מוסר ספר.
און אז א אדם גדול שרייבט א ספר באזירט אויף עפעס וואס ער האט געלערענט מיינט דאס אז מען מעג שוין לערנען די גוי'שע? אז דער הייליגער רמב"ם ברענגט געוויסע חכמה פון די גיום מעגן מיר ושין לערנען ביי זיי אליין?
דער גדול האט ער געלערענט און האט געהאט די מעגליכקייט עס צו לערנען און איבערגעבן ווי מען ברויך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5815
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
סביב העולם האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
די צוויי שותפים ארויסגעבער פונעם בוך האבן זיך אנטשולדיגט פאר די רבנים און האבן זיך פארענטפערט אז זיי האבן נישט געכאפט די חומר הענין ווי ווייט עס גייט און אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום שלעכטע מאטיוון ח"ו.
אויך האבן זיי זיך אויסגעדריקט אז זיי זעעהן שוין איין אז דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה
לויט דעם דארפן די רבנים ארויסגעבן אן איסור אויף אלע די שיעורים פון מעלבער און פראדאקטיוו, אבער שוין!!
- בעלגעליי
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5815
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- אברך
- שר האלף
- תגובות: 1279
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע:אויפן וועג ארויף
סביב העולם האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
די צוויי שותפים ארויסגעבער פונעם בוך האבן זיך אנטשולדיגט פאר די רבנים און האבן זיך פארענטפערט אז זיי האבן נישט געכאפט די חומר הענין ווי ווייט עס גייט און אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום שלעכטע מאטיוון ח"ו.
אויך האבן זיי זיך אויסגעדריקט אז זיי זעעהן שוין איין אז דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה
אויב איז דאס ריכטיג וואלט עס שוין נישט געווען אויף די שעלווס.
איך האב גערעדט צו רב וואס האט א ביהמ"ד פון עטליכע הונדערט מתפללים ווי אויך פילע שואלים בדבר הלכה, איך האב אים געפרעגט זיין מיינונג, זאגט ער מיר אז ער האט עס געליינט און ער וואלט געגעבן זיין הסכמה ווען נישט ער האט מורא אז מען גייט קומען שרייען ביי זיין טיר...
- אברך
- שר האלף
- תגובות: 1279
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
- לאקאציע:אויפן וועג ארויף
יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
אינטערעסאנט, פון די דברי המוחים איז מיר אויסגעקומען אז עס איז ניטאמאל דא וואס דן צו זיין, עס איז אזוי פשוט לאיסור, און דא ההתאחדות זעצט זיך צוזאם און מען קומט נישט תיכף ארויס מיט א ברירות לאיסור ?
סביב העולם האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
די צוויי שותפים ארויסגעבער פונעם בוך האבן זיך אנטשולדיגט פאר די רבנים און האבן זיך פארענטפערט אז זיי האבן נישט געכאפט די חומר הענין ווי ווייט עס גייט און אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום שלעכטע מאטיוון ח"ו.
אויך האבן זיי זיך אויסגעדריקט אז זיי זעעהן שוין איין אז דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה
זעט זיך אויס אז עפ"י דעת תורה איז ענדערש דער עולם זאל עס ליינען אויף ענגליש אומצענזורירט, ווי איידער אויף אידיש צענזורירט.
מטעמים האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: נעכטן ביי די אסיפת הרבנים ביי התאחדות הרבנים איז אויפגעברענגט געווארן דעם בוך, ווי די ארויסגעבער האבן ארויסגעברענגט זייער זייט, למעשה איז נישט ארויסגעקומען קיין החלטה אויפן פלאץ נאר זיי וועלן נאך דן זיין צווישן זיך
איך גיי גובר זיין די ייצר טוב איבער די ייצר הרע און גארנישט שרייבען, ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי...
- בעלגעליי
אין א געוויסע חודש'ליכע אויסגאבע (איך לאז אייך צוטרעפן וועלכע...) האט עמיצער אריינגעשריבן א בריוו קעגן דעם בוך, איינס פון די שטערקסטע טענות דארט (אחוץ די טענה איבער'ן הינטל וואס מ'האט שוין דא פריער געשריבן), איז וויבאלד דער בוך לערנט אויס ווי אזוי צו לעבן מיט 'סעלף עסטיעם', און סעלף עסטים - פסק'ענט אפ דער בריוו שרייבער מיני' ובי' - איז היפוך התורה!
- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1059
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
א טענצל! האט געשריבן: אין א געוויסע חודש'ליכע אויסגאבע (איך לאז אייך צוטרעפן וועלכע...) האט עמיצער אריינגעשריבן א בריוו קעגן דעם בוך, איינס פון די שטערקסטע טענות דארט (אחוץ די טענה איבער'ן הינטל וואס מ'האט שוין דא פריער געשריבן), איז וויבאלד דער בוך לערנט אויס ווי אזוי צו לעבן מיט 'סעלף עסטיעם', און סעלף עסטים - פסק'ענט אפ דער בריוו שרייבער מיני' ובי' - איז היפוך התורה!
יא אוודאי, ס'איז דאך א בפירוש'ע לא תעשה צו האבן סעלף עסטיעם! (וואדעווער, וואסאחילוק וואס)
__
אגב, פון וועלכע בוך רעדט דער שרייבער פונעם בריוו? ווייל דער בוך רעדט בכלל נישט פון סעלף עסטיעם...
- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm
אברך האט געשריבן: איך האב גערעדט צו רב וואס האט א ביהמ"ד פון עטליכע הונדערט מתפללים ווי אויך פילע שואלים בדבר הלכה, איך האב אים געפרעגט זיין מיינונג, זאגט ער מיר אז ער האט עס געליינט און ער וואלט געגעבן זיין הסכמה ווען נישט ער האט מורא אז מען גייט קומען שרייען ביי זיין טיר...
כ'קלער ער האט מורא ער וועט נישט האבן עטליכע הונדערט מתפללים ווי אויך נישט פילע שואלים בדבר הלכה
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
- פשוט'ער אידל
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm
א טענצל! האט געשריבן: אין א געוויסע חודש'ליכע אויסגאבע (איך לאז אייך צוטרעפן וועלכע...) האט עמיצער אריינגעשריבן א בריוו קעגן דעם בוך, איינס פון די שטערקסטע טענות דארט (אחוץ די טענה איבער'ן הינטל וואס מ'האט שוין דא פריער געשריבן), איז וויבאלד דער בוך לערנט אויס ווי אזוי צו לעבן מיט 'סעלף עסטיעם', און סעלף עסטים - פסק'ענט אפ דער בריוו שרייבער מיני' ובי' - איז היפוך התורה!
אנטשולדיגט, אבער איר זענט דא מידיע בייעסד..
זיי שרייבן נישט וועגן סעלף איסטים בכלליות, (געזען א קאפי אויפן וואנט אין ביהמ"ד) זיי באציען זיך ספעציפיש קעגן דאס וואס ס'שטייט אינעם בוך אז מ'זאל זיך דרייען מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ. און יא, ס'שטייט קלאר און גמרא און שולחן ערוך אז מ'דארף טון פונקט פארקערט.
ס'האט נישט מיט סעלף עסטים גארנישט, און יא, ס'איז קלאר היפך התורה.
written using the Meshimer
web filter