נייע בוך: וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

געלעגער האט געשריבן:
פרוזדור האט געשריבן: לשמחת כל תושבי קרית יואל

די זעלבע שמחה ווי ביי סושי/שטערן...
שמחת כל תושבים!!


דא גייט מען שוין איין אין די חקירה צו 'כל' מיינט אויך א כל שהוא...
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

ח"ו צו קלערן אז איך האב עפעס פערזענליך קעגן דעם בוך אדער דעם מחבר. הגם סקוקט ניטאמאל אויס אז איינער מאכט דא פרנסה, סאיז מער לזכות את הרבים... אדרבה, אלס איינער וואס איז מטופל בחינוך אין שווערע פעלער האב איך דורכגעליינט דעם ענגלישער בוך און דער יודישער און אויך שוין גענומען איינע פון די קלאסן ביי איינע פון די טאפ פערפארמערס און כהאב זייער הנאה געהאט. איך רעד אבער פון א יודישער שטאנדפונקט. די איידיע איבערצודרוקן אזא מין בוך פון ענגליש צו א היימישער יודיש, דאס איז די עשרטע מאל וואס דאס געשעהט זייט די מלחמה וואס לדעתי איז עס א גרויסער פראבלעם סיי לגבי דעם ביכל און סיי לגבי דער עתיד ווייל סגייט זיך זיכער נישט אפשטעלן דא.

ד"מ אויך אז דער ספרים סטאר אין 30 יאר ארום וועט אויסזעהן מער ווי א פארצייטישער יודישער לייברערי אויב איר ווייסט וואס איך מיין. און מער ווייניגער וועט אלעס זיין איבערגעדרוקטע גארבעדש פונעם גוי.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@פרוזדור, די ערשטע מאל וואס איר ברענגט קלאר ארויס אייער נקודה. (איר זעט געלאסן הערט מען בעסער...)

בעסיקעלי, לויט ווי איך פארשטיי, דער פאקט אז עס ווערט געדריקט אין א היימיש אידיש ביכל, קען ברענגן אז מענטשען זאלן אנהייבן קוקען אויף דעם בוך אלס א "ספר הדרכה און אפילו אביסל השקפה" אזוי ווי אנדערע ביכער אין אידיש. משא"כ, ווען איינער ליינט עס אין ענגליש אדער הערו א דרשה פון א גוי ווייסט ער אז ער לערנט נישט "מדות והשקפה" פונעם גוי, און פראבירט עכ"פ אלעס צו נעמען מיט א grain of salt.

נישט אינגאנצען אוועקצומאכען. (אבער ווי איך האב שוין אויבנדערמאנט, רוב אינגעלייט זענען פשוט פארלוירן, און קענען נישט דורכשטיפן דעם טאג ליידער. און מען טראכט ליידער גאר ווייניג וואס איז יא אדער נישט אויסגעהאלטן. וואס זאל איך אייך זאגן, דער מצב איז זייער ביטער, ואין פוצה פה ומצפצף).
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

וואס ס'בלייבט שווער איז וויאזוי און פארוואס אזא קאמפעני ווי BFG געפירט דורך היימישע אידן און האט געקענט צוזאם שלעפן מאסן חכמי ורבני לעיקוואד צו זייער דארטיגע קביעת מזוזה קען נישט טרעפן איין רב זאל געבן זיין הסכמה אויף דעם ספר??. ס'איז נישט מער ווי נארמאל אז א ספר וועלכע דארף צו האבן אן השפעה אויף די ליינער אים צו טוישן מהיפך להיפך און אריין גיין אין אים לתוך תוכיות זאל כאטש האבן איין הסכמה פון א רב וואס איז מעיד אז ער אין אריבער אויפן אינהאלט פונעם book און ס'איז ריין פון דברים המנגדים לדעת תורתינו הק' אז א ספר געשריבן דורך אן איד דארף אן הסכמה דארף א גויאיש ביכל זיכער אן הסכמה, אדרבה אז ס'איז כשר זאל ער נעמען אן הסכמה און אז נישט זאל ער אונז נישט מטמטם זיין.
ע''כ אנו פונים בזה ווער ס'האט אן השפעה אויף איינעם ביי BFG אדער ביי YHK SERVICES זאל זיי בעטן דאס שנעל מסדר צו זיין פאר ס'וועט שוין זיין צו שפעט.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

לערנען דעת פון א גוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

ליקוטי מהר"ן ח"א תורה מ"ג

ער שרייבט דארט אז די דעת פון א קליגע איד קימט מכח הקדושה ממילא איז עס מקשר דעם שומע מיטן אייבירשטען. משא"כ דעת פון א קליגע רשע (ליין גוי) קימט מכח הקליפות און עס איז מקשר דעם שומע צי די ....
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

לאלתר לחיים האט געשריבן: וואס ס'בלייבט שווער איז וויאזוי און פארוואס אזא קאמפעני ווי BFG געפירט דורך היימישע אידן און האט געקענט צוזאם שלעפן מאסן חכמי ורבני לעיקוואד צו זייער דארטיגע קביעת מזוזה קען נישט טרעפן איין רב זאל געבן זיין הסכמה אויף דעם ספר??. ס'איז נישט מער ווי נארמאל אז א ספר וועלכע דארף צו האבן אן השפעה אויף די ליינער אים צו טוישן מהיפך להיפך און אריין גיין אין אים לתוך תוכיות זאל כאטש האבן איין הסכמה פון א רב וואס איז מעיד אז ער אין אריבער אויפן אינהאלט פונעם book און ס'איז ריין פון דברים המנגדים לדעת תורתינו הק' אז א ספר געשריבן דורך אן איד דארף אן הסכמה דארף א גויאיש ביכל זיכער אן הסכמה, אדרבה אז ס'איז כשר זאל ער נעמען אן הסכמה און אז נישט זאל ער אונז נישט מטמטם זיין.
ע''כ אנו פונים בזה ווער ס'האט אן השפעה אויף איינעם ביי BFG אדער ביי YHK SERVICES זאל זיי בעטן דאס שנעל מסדר צו זיין פאר ס'וועט שוין זיין צו שפעט.


אז ס'וואלט דיך באמת וויי געטוהן כבוד שמים וואלסטו אליינס אויפגעהויבן א טעלעפון צו איינער פון BFG און א פרעג געטוהן דיין פראגע (בדרך אגב, איז דא דארט זייער געשמאקע מענטשן מיט וועמען מ'קען רעדן) וואס די שטעלסט דא אהער, מיט דעם וואס די פאוסט דא אז "יענער" זאל רופען ווילסטו סתם מאכן פראוועקאציעס מיט דעם אז מענטשן זאלן טעראריזירן זייער פירמע אזער ווילסטו פשוט זיך מאכן וויכטיג אויף אייוועלט אין פילן אז די ביזט אן אמת'ע קנאי וואס לייגט שארפע תגובות אויף אייוועלט.

ולכן וואלט איך דיר זייער גערוטן זאלסט קודם זיך אליינס אויסגלייכן מיט דיין יראת שמיים בעפאר די זארגסט זיך פאר יענעמ'ס און אדרבה אויב שטערט עס דיר באמת, האסטו גענוג און נאך וועגן וויאזוי אנצופרעגן דיין הערה ביי איינער פון די BFG ארבייטער.

בדרך אגב האב איך עטליכע הערות:
1. אויף דעם וואס די שרייבסט ווער ס'קען האבן אן "השפעה" מאכסטו די עולם טראכטען אז מ'רעדט דא פון מאדערן ארטאדאקס אידן וואס מ'דארף האבן קאנעקשעןס. במציאות רעדט מען דא פון איידעלע וואוילע מענשטן וואס יעדער איינער קען רעדן מיט זיי.
2. מיט דעם וואס די דערמאנסט דא YHK באשטעטיגסטו נאכאמאל מיינע פארדאכטען אז די ביזט דא בלויז אויף אנצודרייען פראוועקאציעס. קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואו קומט אריין דא YHK וואס האבן בס"ה געטוהן די שרייב ארבעט?!
זאג נאר אפשר ברויך מען אויך אנרופען די פרינטער צו מברר זיין פארוואס ער האט עס געפרינט אן קיין הסכמה?!
[כ'הייב שוין אן צו טראכטען אז די ארבעטסט ביי BFG און די ווילסט פשוט ברענגן פאבליסיטי פארן ביך - #חזקיהו המלך אלערט
-----
און אז איך שרייב שוין יא, העל איך ענטפערן זיין גאונית'דיגע פראגע פארוואס מ'האט נישט גענומען אן הסכמה ביי די ליטווישע רבנים.. עס איז כמעט אן אוממעגליכע זאך צו באקומען און אמעריקא אן הסכמה אויף א זאך וואס האט נישט קיין דירעקטע שיכות מיט אידישקייט- עיין ערך "דער שטערן" ודוק. (וואספארא צרות מ'האט דאן אנגעמאכט פאר די רבנים וואס האבן געלייגט אן הסכמה אז "די שטערן" איז אויסגעהאלטען- דורך אזוינע קנאים וואו דיינס גלייכן)
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

גערעד צי איינעם און BFG זאגט ער אז די בעלי בתים קיקען עס אן פון א ביזנעס פוינט, און זייערע מענטשען און אויך אנדערע ביזנעס לייט, גייען כסדר צי נישט אידישע קאנפארענסעס זיך צי לערנען ביזנעס, און אזוי ווי דער ביך איז זייער גיט פאר סעילס לייט האבן זיי עס איבער געדריקט און אידיש.

זיי זאגן אז עס איז וואלט ווען מעגליך געדארפט ווערן אנדערש אדווערטייזט.

ואני כשלעצמי פריי זיך זייער, ווייל איך האב נישט געוויסט ווי הארב עס איז די ענין פון אויסהערן א גוי, און דורך זיי בין איך געוואר געווארן.
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

שלך לחמך האט געשריבן: ליקוטי מהר"ן ח"א תורה מ"ג

ער שרייבט דארט אז די דעת פון א קליגע איד קימט מכח הקדושה ממילא איז עס מקשר דעם שומע מיטן אייבירשטען. משא"כ דעת פון א קליגע רשע (ליין גוי) קימט מכח הקליפות און עס איז מקשר דעם שומע צי די ....


שכח פארן צוברענגן
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

שלך לחמך האט געשריבן: ואני כשלעצמי פריי זיך זייער, ווייל איך האב נישט געוויסט ווי הארב עס איז די ענין פון אויסהערן א גוי, און דורך זיי בין איך געוואר געווארן.

:grin::grin::grin:
פאר קריטיק דריקט דא
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

@מר. גרין וואס איז א חילוק וואס זיינע מאטיוון זענען אז ער איז גערעכט איז ער גערעכט און קבל את האמת ממי שאומרו, בכלל האב איך קיינמאל נישט געזען אז איינע פון די מפרשים אדער פוסקים זאלן זאגן אז מצוות תוכחה גייט נאר אויב מען האט זיך שוין אליינס מתקן געווען, און אפילו ביי די ענין פון מחאה האב איך נישט געהערט אזא זאך.

מיט דיין אטאקירן יענעם פערזענליך ווייזט עס אפשר אויף א בת היענה ווירטשאפט וואס איז נישט אינטערסירט צו הערן דעם אמת (?).
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

זהירות ביים איבערזעצן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך לייג ארויף א בילד פון דער ביך אין אידיש, און דער ארגינעלער, וועלמיר זען וואס איר כאפט...

פעידזש 31
פעידזש 31


פעידזש 32
פעידזש 32


די ארגינעלע
די ארגינעלע


לעסען: נישט איבערלאזען קיין שפורן נאך אייער אפעראציע!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

Ouch
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

נא_שכל האט געשריבן: איך לייג ארויף א בילד פון דער ביך אין אידיש, און דער ארגינעלער, וועלמיר זען וואס איר כאפט...

דעיל קארנגעי - האזלעך1.jpg


דעיל קארנגעי - האזלעך21.jpg


Pages from Dale-Carnegie-How-to-win-friends-and-influence-people.jpg


לעסען: נישט איבערלאזען קיין שפורן נאך אייער אפעראציע!

שוין איינמאל א לעסען. WOW
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

אויב איז דאס שוין די ערגסטע וואס די האסט מצליח געווען צו טרעפן דאן זענען זיי נאך בסדר!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מר. גרין האט געשריבן: אויב איז דאס שוין די ערגסטע וואס די האסט מצליח געווען צו טרעפן דאן זענען זיי נאך בסדר!


דזשאסט פאר דעי רעקארד: איך בין בכלל נישט געווען נחית צו "טרעפן"..., אדרבה, כ'האב עס געקויפט און כ'האלט עס אינמיטן ליינען, כ'האב מיך אין דעם אנגעשטויסן, האביך געשריבן דערוועגן.

אבער עטליכע נקודות וואס כ'וויל ארויסברענגן פון דעם שטות:

1) אז מ'זעט אז זיי האבן נישט סתם געמאכט אן איבערזעצונג, נאר זיי האבן אריינגעלייגט שכל פונקטליך וויאזוי איבערצוטייטשען, אפילו ס'זעט אויס ווי זייטיגע נאטיצען און ס'נישט קיין דירעקטע פראבלעם לגבי אידישקייט, האבן זיי ארומגעטוישט. און פארדעם קומט זיך זיי קרעדיט!

2) אבער ביי דער פאל (און ענליכע פעלער), קען מען דעבאטירן אויב מ'ברויך עס טאקע טוישן, כ'מיין מ'רעדט דאך פון א גוי, וואס א חילוק - פאר'ן אידישע ליינער - צו זיין טאטע האט מגדל געווען האזלעך אדער חזירים?? ס'מאכט דעם בוך מער אדער ווייניגע כשר?

3) אז מ'טוישט יא, מאך עס מישט שכל, האלט נישט דיין ליינער פאר אזא שוטה, כ'מיין ווערט טראכט דען אז האזלעך דארפ'ן א סעודה 3 ביינאכט? זיי האבן 3 בייטאג אויך נישט קיין סעודה!

4) און בעיקר א געזונטער לעסען פאר אלע שרייבער'ס: אויב שרייבט איר אריין עפעס אין דעם טקסט וואס ברויך שפעטער ארויסגענומען ווערן מאכט אייך א סיסטעם אז איר זאל עס נישט קענען פארגעסען דארטן, למשל לייגט'ס אריין 20 ??????????????? אדער אנדרע קערקעטר'ס וואס מ'וועט זיכער אויפכאפן פאר'ן דריקן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3370
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נא_שכל האט געשריבן:
2) אבער ביי דער פאל (און ענליכע פעלער), קען מען דעבאטירן אויב מ'ברויך עס טאקע טוישן, כ'מיין מ'רעדט דאך פון א גוי, וואס א חילוק - פאר'ן אידישע ליינער - צו זיין טאטע האט מגדל געווען האזלעך אדער חזירים?? ס'מאכט דעם בוך מער אדער ווייניגע כשר?



איך ווייס נישט צו ס'מאכט א חילוק לגבי וועלכע באשעפעניש זיין טאטע האט במציאות געהאדעוועט, אבער לגבי א אידישע לייענער מאכט עס גאר שטארק אויס (עכ"פ אין מיינע אויגן)
לעצט פארראכטן דורך תרנגול אום זונטאג נאוועמבער 15, 2015 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

מר. גרין האט געשריבן: אויב איז דאס שוין די ערגסטע וואס די האסט מצליח געווען צו טרעפן דאן זענען זיי נאך בסדר!


נישט ח"ו אז איינער איז דא אן אפיקורס אבער אביסל פארשטיי איך שוין פארוואס מען טאר זיך מיט אן אפיקורס נישט טענהן. מען ברענגט זיי צענדליגע און צענדליגער ראוית וואס סאיז אלץ שלעכט מיט אט דעם גוישן ביכעל און אויף יעדע איינע קומט די זעלבער תירוץ אויב נאר דאס.. אויב נאר יענץ... סא לאמיך עס קלארשטעלן אפשר דאס וועט איר פארשטיין. יעדע איינציגע אות פון אט דעם גוישן ביכל וואס איז געמאכט איבערצודרייען דעם מענטש מקצה לקצה, געשריבן געווארן דורך א גלויביגער קריסט איז חזיר טריף סאיז היפך דעת חובת הלבבות סאיז היפך תורתינו הקדושה היפך מדות טובות והיפך דעת צדיקים אבער יעדע איינציגע אות. ואידך זיל גמור אין די פריעדיגע תגובות.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פרוזדור האט געשריבן: מען ברענגט זיי צענדליגע און צענדליגער ראוית וואס סאיז אלץ שלעכט מיט אט דעם גוישן ביכעל...


ווי לאנג איז די שיעור צו ווארטן...? ברענג שוין די ראיות איינמאל פאר אלעמאל, און מיר זענען אלע אויף אייערע זייט....
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פארוואס ארא] רייסן יענעם אפשר זאל מען מאכן דא א אייגענע אשכול ווי אזוי צו באיינפלוסען מענטשען ארויסגענומען םון דברי חכמינו ז"ל נאך אלעם איז עס גאר א וויכטיגע זאך און לעבן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

ואהבת לריעך כמוך. זה כלל גדול בתורה
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די נושא איז ווי אזוי מען קומט צו צו דעם יעדער וויל מקייים זיין די מצוה בתכלית השלימות, מען דארף נאר וויסען די וועג דערצו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

כלל א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות (פרקי אבות פרק א' משנה ט"ו)

סיי וויאזוי די פילסט זיך, נעם יענעם אויף מיט א שמייכעל, און בסבר פנים יפות מיינט מער ווי דעם, נעם אים אויף מיט א געשמאק, סתם פאר א שמייכעל וואלט געקענט שטיין בפנים יפות, בסבר מיינט דע עקסטער טאטש.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אינעם בוך ווערט געלייגט א שטארקע דגוש אויף וואס חז"ל לערנען אונז:

אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.

קוק אלעס פון יענעמס פרעספעקטיוו, און אזוי רעאגיר צו יענעמס אויפפירונג
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

הלשון האט געשריבן: אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. (אבות ב. ד.)

קוק אלעס פון יענעמס פרעספעקטיוו, און אזוי רעאגיר צו יענעמס אויפפירונג


אל תדין, מיינט אפילו א זאך וואס די וואלסט קיינמאל נישט געטון/געזאגט זאגן אונז חז"ל ווי לאנג די וועסט נישט אויפגעצויגען ווערן ווי יענער און דורעך גיין וואס יענער איז אריבער, זאלסטו אים נישט דן זיין.

ווי האסטו געזען אז מען רעד ווי אזוי צי רעגירן צי יענעם, אפשר מיינט עס פשוט ווי אזוי איך זאל יענעם אנקיקען?

(אגב, פאר וואס רעדט הלל בלשון נישט טין [נעגעד טיב] און שמאי יא טין [פאזע טיב]?)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

שלך לחמך האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן: אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. (אבות ב. ד.)

קוק אלעס פון יענעמס פרעספעקטיוו, און אזוי רעאגיר צו יענעמס אויפפירונג


אל תדין, מיינט אפילו א זאך וואס די וואלסט קיינמאל נישט געטון/געזאגט זאגן אונז חז"ל ווי לאנג די וועסט נישט אויפגעצויגען ווערן ווי יענער און דורעך גיין וואס יענער איז אריבער, זאלסטו אים נישט דן זיין.

ווי האסטו געזען אז מען רעד ווי אזוי צי רעגירן צי יענעם, אפשר מיינט עס פשוט ווי אזוי איך זאל יענעם אנקיקען?


וואס איז די סתירה? אז מען האט א גונסטיגע בליק אויף איינעם, אויטאמאטיש רעאגירט מען צו זיינע מעשים מיט א גונסטיגע בליק.
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”