'טיקס'. ער איז פיצל, אבער א גרויסער מאנסטער. אידן, טוט עפעס!
און איך ווייס פון א פאל (ווער ווייסט נישט?) ווי א מאמע, א באוואוסטע בעל בית'טע, מוטשעט זיך שוין ארום איבער א יאר קראנק און שוואך, ווערנדיג פארגיפטעט שוין אין יאר תשע"ד. זי איז דעמאלס נאך זוממער - פילענדיג א אומגעווענליכע שוואכקייט- געגאנגען צום בארימטן דר. שעקאווי פון או די עי, - ער האט עס אוועקגעמאכט און עס אנגעלייגט אויף די ערב יום טוב ווערטשאפט.
למעשה נאכן זיך שרעקליך מוטשען באלד א יאר, האט זי געכאפט אז אפשר איז דאס ליים. וכך הוה האבן די טעסטס געוויזן. צוריקגייענדיג צו דר. שאקאווי איז ער געווען שאקירט. ס'שוין אבער געווען זייער שפעט.
דער טיק האט אסאך קא-אינפעקשנס וואס ער קען אנברענגן, און די שטאטישע דאקטוירעם זענען זייער אומבאהאוונט מיט דעם גאנצן נושא. מ'רעדט דא פון דעזיסעס וואס איז ביז יעצט געווען גאר זעלטן. א גרויסער דאקטער אין וומס"ב האט מיר געזאגט אז ער לערנט זיך נאך די נושא יעצט.
וואס איך וויל דא זאגן איז צוויי זאכן.
איינס-אויב האט אייער קאנטרי געהאט א אנשיקעניש פון טיקס, וכ"ש אויב איר/אייער קינד האט געהאט א טיק, דאן האלט אן אויג און פאסט גוט אויף, אויב איר זעהט -זינט זוממער- אין אייער קינד אן אנדער אויפפירונג, פארשלאפן, אדער אנדערע פראבלעמען ווי היסן/ אויסשלאגן/ וכדומה וואס גייט נישט אוועק, דאן טשעקט עס אויס!
און די צייט איז יעצט. ווי שפעטער אלס שווערער צו טעסטן און צו באהאנדלן. די אינפעקשנס קענען ח"ו ברענגן שאדנס פארן גאנצן לעבן.
צוויי-טיקס ברענגן אָן אנדערע דיעזיסעס אויך. און צומאל גאר שעדליכע. מיין קינד איז געווען "נעגעטיוו" צו ליים דיעזיס, אבער בחסדי השם (און אגב, הכרת הטוב צו זיינע שליחים - יש תקוה) האב איך אויך גענומען נאך טעסטס, און "דריי" קא-אינפעקשנס זענען צוריקגעקומען פאזעטיוו. בעיקר האט פארן דאקטער אפגעשראקן א גאר זעלטענע דעזיס מיטן נאמען "מייקראפלעזמע" וואס קען ח"ו מאכן לאנג טערמיניגע שאדנס. (אדער איז עס געווען די צווייטע אינפעקשן "בייביזיע". כ'געדענק נישט אויף זיכער.)
מ'דארף מאכן זיכער צו טעסטן פאר אלע קא-אינפעקשנס. אויב איך געדענק גוט, זאגט יש-תקוה צו בעטן דעם דאקטער צו נוצן די צוויי לעבס: Stony brook. און Bio referrence.
מ'דארף נעמען א גוטע 4 5 באטלעך בלוט צו קענען טעסטן די אלע קא-אינפעקשנס וואס דער קליינער מאנסטער קען אלס אנברענגן.
זייט מיר אלע געזונט,
ווער נאך ס'האט עקספיריענס זאל ביטע זיך אנרופן.