אבער עס איז זייער שווער, ווען מען האט נאנטע אין די משפחה וואס האלטן אין איין בעטן צו בארגן געלט, און האבן נישט קיין וועג צוריק צו צאלן.. און זיי כאפן נישט די רמז אז מ'וויל זיי מער נישט פארבארגען.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב
איך האב שוין פארבארגט א צען אלפים און א זיבן אהאלב אלפים פאר מיינע ידידים אהן קיין עריבים ס׳איז ווראנג?
ביידע האבן באצאלט אין צייט, ב״ה
איך אויך, איינמאל פאר א קרוב און איינמאל פאר א חבר אן קיין עריבים, אבער מיט א שטר, סתם ס'זאל זיין דאקומענטירט איך האב געוואוסט זייער חשבון פון באצאלן, דהיינו איינער וואס טוט ביזנעס און זיין לאון האט זיך פארשלעפט מיט א וואך און ער האט געדארפט געלט אויף די מינוט, און דער אנדערער האב איך סתם אזוי געוואוסט אז ער מאכט גענוג געלט מיר צו באצאלן און א חודש, ער האט נאר געהאט א אונס פארוואס ער האט געדארפט בארגן.
ס'איז נישט קיין פראבלעם צו בארגן ווען מען ווייסט אז יענער האט א קאנקרעטע חשבון פון ווי צו באצאלן, גראדע אין מיינע פעלער האב איך געוואוסט ביידע מאל אז די חברה האבן בעצם די געלט ס'האט זיך נאר געמאכט א סיבה אז זיי קענען עס נישט נוצן אויף די מינוט.
איין כלל וואס איך האב שוין יא עקספיריענסד, איינער וואס איז א בעל אחריות און דו קענסט אים טראסטן דארפסטו נישט קיין שטר, און איינער וועם דו קענסט נישט טראסטן העלפט נישט קיין שטר. ב''ה אז די צווייטע חלק האב איך נאר מיטגעהאלטן ביי אנדערע מענטשן...
און אגב, מיט יעדעם וועמען איך האב פארבארגט האט מיר שוין אויך געבארגט ווען איך האב געדארפט, ס'איז א מצוה צו בארגן און פאר געזונטע מענטשן בעלי אחריות לוינט צו בארגן.
אויב דו העלפסט מענטשן און זייער נויט וועלן זיי דיר העלפן אין דיין נויט. ס'לוינט אפי' בגשמיות.

איך האב שוין אסאך געלט פארבארגט פאר מענטשן. ווען איך האב וועל איך גערן בארגן. און יא איך בין שוין געבליבן חוזק אפאר מאל אמאל אויף קליין געלט און אמאל אויף גרעסער. און שוין עטליכע מאל באצאלט ערבות אויך. אבער מיט דעם אלעם וועל איך נישט זאגן ניין אויך האב איך די געלט.לגבי דעיס אז ווען מ׳דארף צוריק האט מען גרינגער פון וועם צו בארגן האב איך ביי מיר נישט אזוי גוט איבערצייגט שוין געווען צייטן וואס איך האב געזיכט צו בארגן און ממש נישט געקענט טרעפן אפילו פון אזעלכע וואס האבן ביי מיר געבארגט יעדע פאר וואכן גרויס געלט. דעמאלטס האב איך אפגעמאכט אז ווען איך בארג פאר איינעם איז עס ממש לשם בארגן אן קיין פלאן פון א טובת הנאה אויף ווען איך וועל דארפן.
ער בעט אן הלוואה פון פינעף אלפים זאג אים איך בין אין א מצב וואס איך קען נישט יעצט בארגן אבער איך קען דיר געבן א נדבה פון 500$ אזוי האסטו נישט אים אונגאנצן אוועקגעשטופט און אויך נישט געלאזט אויפן וואסער. און אזוי ווייטער לפי הסכום אויב דו קענסט
איך האב שוין פארבארגט א צען אלפים און א זיבן אהאלב אלפים פאר מיינע ידידים אהן קיין עריבים ס׳איז ווראנג?
ביידע האבן באצאלט אין צייט, ב״ה
איך אויך, איינמאל פאר א קרוב און איינמאל פאר א חבר אן קיין עריבים, אבער מיט א שטר, סתם ס'זאל זיין דאקומענטירט איך האב געוואוסט זייער חשבון פון באצאלן, דהיינו איינער וואס טוט ביזנעס און זיין לאון האט זיך פארשלעפט מיט א וואך און ער האט געדארפט געלט אויף די מינוט, און דער אנדערער האב איך סתם אזוי געוואוסט אז ער מאכט גענוג געלט מיר צו באצאלן און א חודש, ער האט נאר געהאט א אונס פארוואס ער האט געדארפט בארגן.
ס'איז נישט קיין פראבלעם צו בארגן ווען מען ווייסט אז יענער האט א קאנקרעטע חשבון פון ווי צו באצאלן, גראדע אין מיינע פעלער האב איך געוואוסט ביידע מאל אז די חברה האבן בעצם די געלט ס'האט זיך נאר געמאכט א סיבה אז זיי קענען עס נישט נוצן אויף די מינוט.
איין כלל וואס איך האב שוין יא עקספיריענסד, איינער וואס איז א בעל אחריות און דו קענסט אים טראסטן דארפסטו נישט קיין שטר, און איינער וועם דו קענסט נישט טראסטן העלפט נישט קיין שטר. ב''ה אז די צווייטע חלק האב איך נאר מיטגעהאלטן ביי אנדערע מענטשן...
עס איז א הלכה מפורשת אז מ'דארף בארגן מיט א שטר.
בארגן בכלל געלט, איז א מצות עשה דאורייתא! אם כסף תלוה, און עס איז נישט קיין רשות. "אבער" מען איז נישט מחיוב צו בארגן אן קיין ערב, און לויט טייל פוסקים איז מען נישט מחיוב צו בארגן אן קיין משכון.
ווען איך פארבארג מאך איך א פשוטע געשריבענע שטר אויף מאמע לשון די דאטום איך איך פלוני פארבארג פאר פלוני כך וכך געלט פאר ביז דעמאלטס און דעמאלטס און משרייבט אונטער מיט 2 ערבים. עפעס שלעכט מיט דעם ?