ווידיאו מהרה"ק ר' פיניע'לע אוסטילער זי"ע הי"ד אנטדעקט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יעצט כאפ איך אז ער האט עס גענומען פון אונזער מיללער דא, וטלח
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איז די השערה דא געבוירען געווארען ביי אומאידענטיפיצירטע בילדער פארגאנגענע דאנערשטאג?
למה זה תשאל לשמי...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

והוא פלאי האט געשריבן: איז די השערה דא געבוירען געווארען ביי אומאידענטיפיצירטע בילדער פארגאנגענע דאנערשטאג?

יאפס, אזוי זעט אויס. וואס דער אייוועלט מאכט אלס נישט אן...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אן אינטערוויו שוינויך...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

וואו
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קול מבשר 1-1-4

אבער כ'בעט אייך נעמט אייך נישט צום הארצן...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אוי אזאנס צוזאמצורעדן, דער יאיר מאנדעלבוים לייענט נישט דא קוקט אויס.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ס'איז אזוי מאדנע ווי אומריכטיג די נייעס ווערט צושפרייט, במילא די איזרעילי וועבסייטס זענען מומחים אויף נישט מדייק זיין, כאטש וואס אין פי אר זענען זיי געוואלדיג אין מאכן א מצב.

מיללער האט אריינגעווארפן א פלאקן מיט ישיבת חכמי לובלין, און אלעס קייעט איבער סתם ווייל מ'לייענט נישט..
ס'איז נישט קיין שאלה אויף דעם קליפ ווען און וואו דאס איז, די שאלה איז ווער דער אדמו"ר איז..

אפשר איז עס נישט גענוג קלאר, וועל איך איבערזאגן בקצרה די מעשה.

א חבר מיינער האט מיר געשיקט א קליפ וואס ער האט באקומען פון איינעם, פון אידיש לעבן פארן קריג, דער ווידיאו איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די האלאקסט מוזיאום צוזאמגענומען פון עטליכע פריוואטע קאלעקציעס, אונטערן נאמען highlights from private film collections in the steven spielberg film and video archive
אין די ווידיאו האבן זיי אריינגעלייגט עקסערפטס פון א צען פופצן פריוואט געכאפטע פילמס וואס איז אנגעקומען צו די מוזיאומס הענט, די הויכפונקטן פון יעדע איינע, און צוזאמגעשטעלט פאר אינטערעסאנטקייט צוזאמען אלס א ווידיאו פאר אידיש לעבן בעפארן קריג, ווען בשעת מעשה זאגט איינע אריין פונקטליך וואס און ווען מ'זעהט. [מ'קען נישט קוקן דאס גאנצע ווייל אפאר ווידיאוס איז נישט פון היימישע אידן און נישט בצניעות]

איינע פון די ווידיאוס וואס איז אין בילד, איז א ווידיאו וואס איז געכאפט געווארן דורך משפחת כ"ץ אין יאר תרפ"ט אין די שטעט קאוונא און ריגא דליטא און לבוב דפולין, די ווידיאו האט די מוזיאום באקומען א מתנה פון dita sperling
אין די פלעצער האט זיך די כץ'טע מיט איר פאמיליע ארומגעדרייט און פאטאגראפירט ווי זיי וואקן אין די לעמבערגע גאסן און באזוכט די משפחה געשעפטן און בכלל אידיש לעבן, די ווידיאו בשלימות כמעט דרייצן מינוטן און געפינט זיך ביי די האלאקאסט מוזיאום אנליין דא [ס'האט תמונות פון די נשים דארט]. די פילם איז געהאלטן געווארן אין פאריז און אזוי האט מען עס דערווישט נאכן קריג, אין יאר תשנ"ה האט עס די כץ מנדב געווען פאר די האלאקאסט מוזיאום.

האט די השגחה עליונה געפירט אז פונקט בשעת די חברה זענען געווען ביי די באנהויף אין לעמבערג איז אנגעקומען די פמלי' קדישא פון וואס עס זעהט אויס הרה"ק הצדיק המפורסם ר' פיניעלע אוסטילער זי"ע הי"ד, דער פאטאגראפירער האט אפגעכאפט די מאמענט אין אפאר סעקונדעס, מ'זעהט ווי דער רעכטס פון הרה"צ בייזערט זיך און באפעלט דעם קעמרע מאן אראפצולייגן דעם מאשינדל.

ווי איך האב באמערקט א הייליגע געשטאלט מיטן קאלפיק און פעלץ ארומגענומען מיט א חברייא וואס קוקט בחרדת קודש אויפן רבי'ן, האב איך אנגעפרעגט דא ווער דאס קען זיין, האבן די מומחים לבית טשערנאבל בעלז זיך גראד אנגערופן אז דאס שיינט צו זיין ר' פיניעלע, ווי מער מומחים עס האבן דאס באטראכט זענען אלע געקומען צו די החלטה, דערנאך איז צוגעקומען אז דער גבאי איז מעגליך דער זעלבער ווי דער וואס מ'זעהט אויפן בילד פון די לוי' פון לובלינער רב. דערנאך איז דא א קלער אז דער זון זיינער ר' וועלוועל זעהט מען אויך אין לעמבערג.
שפעטער האט ידידנו יציב פתגם בסיוע ידידנו בן בוזי געלונגען צו אידענטיפצירן דעם פונקטליכן פלאץ פון די בנין מיט די טרעפ, אז דאס איז דער וואקזאל ביים באנהויף אין לעמבערג וואס שטייט נאך עד היום, און ווי מ'זעהט פון די בילדער אויף גוגל מעפס איז דאס פונקטליך אקוראט דער בנין ווי דער אדמו"ר שטייט.

איך טראכט אז אפשר ווילן עס מאנכע נישט זען ווייל מ'הערט אין די בעקגראונד א קול אשה, וועל איך זעהן בקרוב צו קאפיען די ארגינאלע ווידיאו וואס האט נישט קיין קול.
לעצט פארראכטן דורך גלאזער אום פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 12:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

די נייעס געמאלדן אין די איזרעלי מידיא

סרטון היסטורי נדיר: רבי פיניע'לה מאוסטילא זצ"ל בלמברג בתרפ"ט
חסידי סקווירא, ראחמיסטריווקא ובעלזא מתרגשים: נחשף תיעוד היסטורי נדיר של הרה"ק רבי פינחס מאוסטילה זצ"ל הי"ד, חתנו חביבו של הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, יורד במדרגות בניין בעיר למברג שבגליציה בשנת תרפ"ט

התרגשות בקרב חסידי סקווירא, ראחמיסטריווקא ובעלזא: נחשף תיעוד היסטורי נדיר של הרה"ק רבי פינחס מאוסטילה זצ"ל הי"ד, עומד על מדרגות בנין בעיר למברג (-לבוב) שבגליציה בשנת תרפ"ט.

רבי פיניע'לה היה מפורסם כגאון אדיר, חריף ובקיא, שהיה שרוי בתענית כל ימיו, ומאידך תמיד הביע שמחה ואהבת ישראל לכל יהודי. כל מי שהכירו היה מדבר בהתפעלות עצומה על צורתו הקדושה שהשאירה רושם אדיר על כל רואיו.

הוא היה בנו של הרה"ק רבי מרדכי מרחמיסטריווקא, שעלה בערוב ימיו לירושלים, בן הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע.

רבי פיניע'לה היה חתנו חביבו של הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע.

כיהן ברבנות העיר אוסטילה ובסוף ימיו בפשעמישל.

נהרג על קידוש ה' בסאמבור על ידי הנאצים ביום י"ז באייר. דברי תורתו כונסו בספר 'שארית לפינחס'.

מכל בני משפחתו שעלו על מוקדה בשואה הי"ד נותר רק שריד אחד: בתו הרבנית טראני ע"ה ובעלה – חתנו האדמו"ר רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע.

התיעוד הנדיר הנמצא כל השנים בארכיון מוזיאון השואה, ורק בימים אלו הוברר מעל כל ספק כי מדובר רבי פינחס מאוסטילה.

אחת ההוכחות היא מהמשב"ק, שרואים לצדו, יורד במדרגות ומוכר גם מתמונה אחרת בהלויית הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל מלובלין, בשנת תרצ"ד.

יצויין כי רבי פיניע'לה היה בתרפ"ט רק בן 49 בלבד, ובתרצ"ד היה בן 54 בלבד – והיה נראה כבן שבעים שנה.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איך לייגט איבער די שטיקל קליפ וואו מען זעהט ר' פינעלע אויף קאפי , די שטיקל קומט פון די אריגינעלע ווידיאו וואס מ'האט געכאפט אן די קול אשה וואס איז צוגעלייגט שפעטער.
ישמעו ענוים ויהנו.
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

טייטל האט געשריבן: דא איז די קליפ:
https://www.copy.com/s/t%3AqpwGBUyTEKwh ... %3Boid%3A5

מנהלים זייט מוחל ברענגט אריין דא יענעם שמועס להנאת הרבים
קרעדיט: בן בוזי און פרעגער, גלאזער
(להעמיד על האמת: ס'איז שוין ערפינדן געווארן דא אין וועלטל אין ענדע זומער, און איך האב פשוט נאר יעצט געהערט פון דעם)

רען עס ביטע לייגען אויף דראפבאגס
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ווער ס'וויל זעהן די גאנצע חלק פון וואו ס'הייבט זיך אן די לעמבערגע גאסן אויף די ווידיאו ביז נאך די חלק פון ר' פיניעלע, און אביסל ווייטער, צוזאמען מיט די קאמענטעטאר וואס פארציילט וואס מ'זעהט.
קען הערן דא (ס'איז אבער אין גאסן ווי מ'זעהט אויך נישט אנשים ודי)
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

והוא פלאי האט געשריבן: איז די השערה דא געבוירען געווארען ביי אומאידענטיפיצירטע בילדער פארגאנגענע דאנערשטאג?

יא !!
א אייוועלט סוקסעס סטארי
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ס'וואלט געווען א גוטע זאך ווען איינער וואס קען זיך אביסל אויס, נעמט דעם קליפ און סעיווט א סקרין פיקטשער פון יעדע מאושען און מאוו, אזוי ווי די חברה האבן געטון ביי די חפץ חיים ווידיאו, דא איז עס נאך אביסל וויכטיגער, ווייל אפשר פון אלע בילדער צוזאמען וועט ארויסקומען איין קלארער בילד.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

Jobless האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן: דא איז די קליפ:
https://www.copy.com/s/t%3AqpwGBUyTEKwh ... %3Boid%3A5

מנהלים זייט מוחל ברענגט אריין דא יענעם שמועס להנאת הרבים
קרעדיט: בן בוזי און פרעגער, גלאזער
(להעמיד על האמת: ס'איז שוין ערפינדן געווארן דא אין וועלטל אין ענדע זומער, און איך האב פשוט נאר יעצט געהערט פון דעם)

רען עס ביטע לייגען אויף דראפבאגס

דא
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך האב נישט קיין עקסעס צו דראפבאקס; ווי קען מען עס זעהן?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

גלאזער האט געשריבן: ס'וואלט געווען א גוטע זאך ווען איינער וואס קען זיך אביסל אויס, נעמט דעם קליפ און סעיווט א סקרין פיקטשער פון יעדע מאושען און מאוו, אזוי ווי די חברה האבן געטון ביי די חפץ חיים ווידיאו, דא איז עס נאך אביסל וויכטיגער, ווייל אפשר פון אלע בילדער צוזאמען וועט ארויסקומען איין קלארער בילד.

כ'האב געמאכט כמה דוגמאות
אטעטשמענטס
5_1280x956.jpg
4_1280x956.jpg
1_1280x959.jpg
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

.
אטעטשמענטס
8_1276x960.jpg
7_1265x960.jpg
6_1277x960.jpg
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

א פאלדער מיט זעכצן שאטס
אטעטשמענטס
8.jpg
13_1280x960.jpg
12_1280x953.jpg
לעצט פארראכטן דורך גלאזער אום דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 10:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

נומבערס 1, 3, 11, 12, 13 זענען די קלארסטע בילדער ביזדערווייל
בילד
בילד
בילד
בילד
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איך ווער שוין אביסל צו עדיקטעד צו ר' פיניעלע מיט די ווידיאו... אבער וואסזשע קען איך טון, דאס התרגשות נעמט מיר איבער קוקנדיג אפשר הונדערטער מאל תואר פני קדשו, איך קען מיר נישט גענוג איבערקומען אז איך זעה דא דעם גרויסן צדיק וקדוש אשר שמו מפארים ומעריצים.

און ס'איז דאך אזא דבר נפלא דאס, אז פונקט אין די פאר מינוטן וואס עפעס א יענטע האט זיך ארומגעשפילט און פאטאגראפירט, איז פונקט אין די מינוטן אנגעקומען דער אוסטילער רבי פון פשעמיש קיין לעמבערג, און פונקט דאן האט דער פאטאגראפירער געכאפט די פאר סעקונדען פונעם רבי'ן, די אידישקע וויפיל אידיש זי איז געווען ווייסיך נישט, אבער זי האט זיכער געמיינט אז זי כאפט אפ איר קוזינע'ס געשעפט, ווי וואס ווען, ר' פיניעלע האט מען אפגעכאפט!!

און וויאזוי די פילם האט אויף אן אינטערעסאנטן וועג איבערגעלעבט די קריג, און וויאזוי מ'האט דאס אנטדעקט, ביז ס'האט געלאנדעט אין מוזיאום און פון דארט אין א היילייט ווידיאו, ביז דער בעל הבירה האט געפירט בהשגחה אז דער שרייבער פון די שורות האט געכאפט א בליק דערויף און זיך ספאנטאן אפגעשטעלט ביי די מחזה, ומשם בארה, ווייסט איר דאך שוין ווי פון א תמימות'דיגע שאלה האבן די חכמי ורוזני האייוועלט מפענח געווען צפונות לשמחתינו הגדולה.

ס'איז וואונדערליך ביז גאר ווי אזא פארשטופטע פארלוירענע זאך איז אנטפלעקט און אויפגעדעקט געווארן מיט איר פולן גלאנץ, און ווי איך הער פון א ניק דא באישית, איז די קליפ באשטעטיגט געווארן פון די סאמע העכסטע ידענים בתולדות הרה"ק מאוסטילא אלס א הונדערט פראצענטיגער זאך. אויב א איד וועט אדאנק דעם האבן א הרהור תשובה זיך דערמאנענדיג און רעדנדיג פון דעם צדיק זאל מיר עס גערעכנט ווערן ברוב חסדו הגדול ית"ש
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א גרויסן דאנק אייך הרב גלאזער שליט"א!
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

נאכן פריש שטודירן, קומט מיר אויס אז לכאורה האט דער פמלי' פון אוסטילא געווארט אויפן באן וואס וועט פארלאזן לעמבערג און נישט ביים אנקומען.
ווייל איך זעה פערצן אידן נעמען ארום ר' פיניע'לע, צווישן זיי זיין זון הרה"צ ר' וועלוול, זיין גבאי, און נאך אן עלטערער איד הארט נעבן אים, נאך אכט אינגעלייט, און דריי בחורים צו זיין רעכטע זייט גאנץ אויבן.
די דריי בחורים זעהט מען אביסל שפעטער אויפן פילם וואקן צוזאמען אביסל ארויפציה אויף די גאס אין לעמבערג, פארשטיי איך אז זיי האבן איהם באגלייט ביזן באן און דערנאך זיך צוריקגעקערט, אויב וואלט עס געווען ביי זיין אנקומען וואלטן זיי ווען געדארפט זיין צוזאמען מיט אים ביז זיין אכסני'.

באמת איז אבער נישט אויסגעשלאסן און ס'קען זיין אז זיי האבן אים נאר אפגעווארט ביי זיין אנקום, און א אויטא האט אים אפגענומען ווייטער צו זיין וועג, מ'זעהט אבער אז דער עולם קומט נישט ארויס פונעם טיר גראד, נאר זיי שטייען אביסל אין די זייט אפגערוקט וואס קוקט אויס ווי זיי האבן געווארט אביסל, מ'זעהט בשעת מעשה ווי ס'קומען ארויס מענטשן פון טיר און וואקן גראד אראפ די שטיגן.

אגב, איז אינטערעסאנט קוקנדיג אויף גוגל מעפס וואס איז אנגעצייכנט דא פריער אין בן בוזי'ס תגובה, זעהט מען אז 87 יאר שפעטער, און דער בנין האט נאך די זעלבע 6 שטיגן, די זעלבע פענצטער און אפילו די זעלבע טיר נאך!
אטעטשמענטס
דריי בחורים.png
00.png
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א הערליכן דאנק הרב גלאזער פאר'ן ברענגען און העלפן מגלה זיין דעם קליפ.

גלאזער האט געשריבן: נאכן פריש שטודירן, קומט מיר אויס אז לכאורה האט דער פמלי' פון אוסטילא געווארט אויפן באן וואס וועט פארלאזן לעמבערג און נישט ביים אנקומען.
ווייל איך זעה פערצן אידן נעמען ארום ר' פיניע'לע, צווישן זיי זיין זון הרה"צ ר' וועלוול, זיין גבאי, און נאך אן עלטערער איד הארט נעבן אים, נאך אכט אינגעלייט, און דריי בחורים צו זיין רעכטע זייט גאנץ אויבן.
די דריי בחורים זעהט מען אביסל שפעטער אויפן פילם וואקן צוזאמען אביסל ארויפציה אויף די גאס אין לעמבערג, פארשטיי איך אז זיי האבן איהם באגלייט ביזן באן און דערנאך זיך צוריקגעקערט, אויב וואלט עס געווען ביי זיין אנקומען וואלטן זיי ווען געדארפט זיין צוזאמען מיט אים ביז זיין אכסני'.

באמת איז אבער נישט אויסגעשלאסן און ס'קען זיין אז זיי האבן אים נאר אפגעווארט ביי זיין אנקום, און א אויטא האט אים אפגענומען ווייטער צו זיין וועג, מ'זעהט אבער אז דער עולם קומט נישט ארויס פונעם טיר גראד, נאר זיי שטייען אביסל אין די זייט אפגערוקט וואס קוקט אויס ווי זיי האבן געווארט אביסל, מ'זעהט בשעת מעשה ווי ס'קומען ארויס מענטשן פון טיר און וואקן גראד אראפ די שטיגן

מסתבר אזוי ווי די צווייטע מהלך, בכלל ס'קען זיין די בחורים זענען פערצופאל אריבער די גאס און געזען ס'טוך זיך דארט מיט עפעס א רבי זענען זיי צוגעגאנגען און דערנאך זיך געגאנגען ווייטער לדרכם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טייטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

הרב גלאזער ייש"כ און א דאנק פאר דיין ערליכע אנאליזן, איך פיהל אז ס'ליגט אין דעם קאפ און מח.... און אויך צייט... און א הבנה מופלגת אין מנתח זיין די מציאות.... חילך לאורייתא...
אפשר קענסטו קוקן גוט אויף די אנדערע אלע יידן וואס מען זעהט אויף די גאסן ביי די איבריגע חלק פונעם קליפ, און פרובירן אנאליזן צו מען זעהט איינע פון זיי ביים באן סטאנציע.
מרוב סקרנותי לענינים אלו, האב איך מיך נעכטן אוועק געזעצט אויפן/www.ushmm.org/ אין פראבירט צו קלעטערן... אבער מען דארף וויסן וויאזוי און לויט וואס מען דארף קלעטערן, טייטל'ס, דיסקריפשען'ס אא"וו. כ'בין זיכער אז אזוי ווי גלאזער האט דאס געטראפן מיט ס"ד קען מען טרעפן נאך אסאך אנדערע, און אדרבה אפשר דארף מען מאכן א אשכול פון אראפ ברענגען ווידאוס פון די ushmm וואס מען זעהט חסידישע אידען פאר קריג, אז צוזאמען דא פראבירן צו איידענטעפייען, כדוגמת האשכול פון די אומאידענטיפיצירטע בילדער דאהי.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”