SPUSMN האט געשריבן: ווי שוין געשריבען איז רבי מיכאל בער געקומען צו אים אין וויען פאר א שער צום קיקיון דיונה
"ומקום הי' שם אמה על אמה, וטבלא של שיש וטבעת היתה קבועה בה, ושלשלת שהמפתחות היו תלויות בה"
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קיקיון האט געשריבן: ישרא' אברהם
די האבט דאס ביכעל וואס איז דער תוכן ?
א שייכות מיט אידישקייט ?
דער מו"ל איז געווען Religious Art Production Brooklyn
SPUSMN האט געשריבן: ........ווייס איז געבוירען געווארען אין טירנוי, און רבי מיכאל בער איז דאך אויך דארטען געבוירען געווארען , און אלץ בחור קאנדידאטירט צו זיין דארט רב, דארט ווי זיין שפעטערדיגע שווער דער נייטרא רב (וואס פאר נייטרא איז ער געווען רב אין טירנוי) איז דארט געווען רב. כ'מיין אז ער האט פארלוירען די וואלען צו דער טאטע פון רבי פרץ פריעדמאן ז"ל (ראש הקהל דקהל עדת יראים וויען), וואס איז געוווען די לעצטע רב אין טירנוי..............
דערציילט הרב ר׳ מיכאל דוב ווייסמאנדל זצ״ל. דער איידעם פון נייטרער רב זצ׳׳ל: ״דאס איז געווען אין תרצ״א . דער דרוק אויפ׳ן רבי׳ן סיי פון נייטרא סיי פון טירנוי איז געווען געוואלדיג. איך, אלס יליד טירנוי. האב ארגומענטירט און געבעטן דעם רבי׳ן צו בלייבן אין טירנוי. איינמאל ווען דעלעגאציעם פון ב״דע שטעט האבן זיך צוזאמענגעטראפן ב״ם רבי׳ן און ס׳האט אויסגעוען, אז טירנוי האט געוואונען, איז ער אריינגעגאנגען אין א חדר מיוחד צו טראכטן און דעצידירן. כ׳בין אים נאכגעגאנגען און געטראפן אים א דערציטערטן, ווייס ווי קאלך. ער האטזיך אויסגעדרייט צו מיר און געזאגט: ״מיין הארץ זאגט מיר, אז ס׳וועט קומען א צייט ווען אין ערגיץ אין דער וועלט וועט נישט זיין קיץ ישיבה נאר אין נייטרא — וויל איך דארט זיין״...
SPUSMN האט געשריבן: אינטרעסאנטע און חשובע אינפארמאציע הרב קיקיון, א דאנק אייך פאר דעם. איך וויל אבער זאגען פארען רעקארד (דאס הייסט אז די וואס טוהן אין דעם זאלען עס מברר זיין, וויל עס איז לכאורה נאך דא צו מפקפק זיין אין דעם), אז רבי אשר האט מיר געזאגט אז רבי מיכאל בער איז געבוירען געווארען אין טירנוי און איז געווען א יאר אינגער ווי אים (דאס הייסט געבוירען געווארען אין תרס"ה).
SPUSMN האט געשריבן: האב עס געהערט פון אים פערזענליך.
"זיגמונד פירסט" איז געווען רבי אשר זעליג פארסט זכרונו לברכה פון וויען, דער עלטצטער ברידען פון הגה"צ רבי יונה פארסט ראש ישיבה אין נייטרא.
.....................
פאר פרנסה איז ער געווען א מאהלער (א ארטיסט) און דורך דעם האט ער זיך באקענט אין די תר'צדיק'ס מיט רבי מיכאל בער וואס מען האט אים רעקאמאנדירט צו מאכען דער שער בלאט פונעם ספר קיקיון דיונה. רבי אשר האט אילוסטרירט צווישען 60 און 100 הגדות אנהויבענדיג מיט דער כתב פובלישינג הגדה אין תש"ה, אילוסטרירט "דע מדרש סעז" וכו'. ער האט געמאלען די סיינס וואס מען האט געהאנגען אין די בתי מדרשים אין מיטען די מלחמה צו שאפען געלט פאר רבי מיכאל בער צו ראטעווען די אונגארישע אידען; און אויך אליין געהאלטען די אפיעלס.
....................